User loginSearch |
דאָס איז אַ גרינגער בײַ־מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו כּמעט אַלע הויפּט־געריכטן: פֿיש, הינדל, רינדספֿלייש, אָדער וועגעטאַרישע מאָלצײַטן. די צעקוועטשטע פּאָמידאָרן מעגן זײַן פֿון אַ פּושקע.
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט אַ ישׂראלדיק פּאָרפֿאָלק געבראַכט זייער 1/2־2 יאָריק קינד קיין אַמעריקע אויף אַ מעדיצינישער באַהאַנדלונג. דאָס קינד האָט געהאַט אַ טומאָר אין מוח, און דער איינציקער דאָקטער וואָס איז געווען גרייט עס צו אָפּערירן האָט זיך געפֿונען אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. די משפּחה האָט אָבער נישט געהאַט קיין קרובֿים אָדער גוטע פֿרײַנד אין דער סאַן־פֿראַנציסקאָ־געגנט, וואָס זאָלן זיי בײַשטיין במשך פֿון דער שווערער צײַט.
ווען איך עס אין רעסטאָראַן פֿיש, און בפֿרט לאַקס (salmon), חידוש איך זיך תּמיד, ווי אַזוי מאַכן די קאָכערס עס אַזוי געשמאַק, אַז די הויט פֿונעם פֿיש ווערט שיין צוגעברוינט, אָבער אינעווייניק בלײַבט עס ווייך און זאַפֿטיק? נו, סוף־כּל־סוף, האָב איך זיך דערוווּסט דעם סוד! כּדי עס צוצוגרייטן דאַרפֿט איר אָבער האָבן אַ גרויסע היץ־באַוואָרנטע פּאַטעלניע — מיט אַנדערע ווערטער, אַ פּאַטעלניע וואָס מע קען אויך אַרײַנשטעלן אין אויוון.
צווישן די גרינע בערג פֿון מערבֿ־קאָנעטיקאָט געפֿינט זיך אַ וואַקאַציע־אָרט פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. אָן קאַסינאָס, אָן אַ גאָלף־פֿעלד, אָן אַ באַר. אַנשטאָט יענע געוויינטלעכע פֿאַרווײַלונגען, באַמיט זיך דער "גײַסטיקער צענטער אויפֿן נאָמען פֿון איזאַבעלאַ פֿרידמאַן" צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ ליבשאַפֿט פֿאַר די ייִדישע ווערטן, פֿאַרשטאַרקן אַהבֿת־ישׂראל און אָנקניפּן אַ גײַסטיקע באַציִונג מיט דער נאַטור.
דזשאַן מאַק׳קיינס באַשלוס אויסצוקלײַבן די אַלאַסקער גובערנאַטאָרין סאַראַ פּיילין ווי זײַן שותּף פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, האָט שטאַרק אָפּגעפֿרישט זײַן קאַמפּאַניע און, לויט אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" און "איי־בי־סי"־נײַעס, האָט מאַק׳קיין איצט אויף 12% מער שטיצע בײַ ווײַסע פֿרויען, ווי באַראַק אָבאַמאַ — 53% קעגן 41%.
ווען איך פֿלעג, קינדווײַז, לײַדן פֿון בויכווייטיק, פֿלעג מען מיר געבן צו טרינקען אינגבער־וואַסער (ginger ale). ווי עטלעכע מענטשן האָבן מיר לעצטנס געזאָגט, העלפֿט דאָס עסן פֿרישן אינגבער אויך ווען ס׳דרייט זיך דער קאָפּ. אין דעם רעצעפּט, וואָס איך האָב אַדאַפּטירט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", קאָמבינירט מען נאַהיט (chickpeas) מיט אינגבער, און דערבײַ שאַפֿט זיך אַ דערפֿרישנדיקער סאַלאַט.
ווער זאָגט, אַז ייִדיש איז אַ לשון פֿון אַלטע לײַט? בעת דער הײַיאָריקער "ייִדיש־וואָך" מיט צוויי וואָכן צוריק, זענען אַ דריטל פֿון די 150 באַטייליקטע געווען אונטער 25 יאָר, און צווישן זיי: 21 ייִנגעלעך און מיידעלעך אונטער 10 יאָר אַלט, וועלכע האָבן אַלע זיך געשפּילט, געוויינט און געקוויטשעט אויף ייִדיש, ממש אַ מחיה געווען צו הערן... זומער־צײַט גלוסט זיך צו זופּן אַ קאַלט געטראַנק, בעת מע לייענט די צײַטונג אָדער אַ ראָמאַן; און אויב דאָס געטראַנק האָט ווייניק פֿעטס — איז נאָך בעסער. פּרוּוט זשע אויס אָט דעם גרינגן רעצעפּט. איר קענט די יאַגדעס אויסמישן אין אַן עלעקטרישן מישער ("בלענדער") אָדער אין אַ קאָכמאַשין (food processor).
צוויי רעוואָלוציאָנערע אַפּאַראַטן, וואָס האָבן שוין געהאָלפֿן טויזנטער פּאַראַליזירטע און האַלב־פּאַלאַריזירטע ישׂראלים ווידער צו ניצן זייערע געשעדיקטע אבֿרים, וועלן איצט זײַן צוטריטלעך פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער.
דאָס איז אַ מאכל צום בראָטן אויף די רעשאָטקע, אָבער טאָמער האָט איר נישט קיין רעשאָטקע, איז עס אויך געשמאַק, געבראָטן אין אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען קיין מאַנדאַרינען־זאַפֿט, טויג מאַראַנצן־זאַפֿט אויך.
2 לעפֿל קאַנאָלע־בוימל
אַ 30־יאָריקער ייִדישער בחור ברענגט אַהיים זײַן מיידל, זי זאָל זיך באַקענען מיט זײַנע טאַטע־מאַמע. די עלטערן זענען שטאַרק אַנטוישט, וואָס זי איז נישט קיין ייִדישע, אָבער זיי שווײַגן, ווײַל זיי זעען, אַז זי איז אַ סימפּאַטישע, אַ קלוגע, און אַז זייער זון האָט זי ליב. אַ קורצער מיטל־יאָריקער מאַן הערט תּמיד ווי זײַנער אַ מיטאַרבעטער לאַכט אויס זײַן וווּקס. זײַנע קאָמענטאַרן שטעכן אים, אָבער ער מאַכט זיך נישט־וויסנדיק.
געוויסע מענטשן שלאָפֿן נישט גוט נאָכן עסן פֿלייש פֿאַר וועטשערע, ווי איך זע בײַ מײַן אייגענער משפּחה. דערפֿאַר זוך איך תּמיד נײַע וועגעטאַרישע רעצעפּטן, אַזוי ווי דער ווײַטערדיקער. אויב איר עסט עס צוזאַמען מיט פֿיש און פֿריש ברויט, וועט איר האָבן אַ פֿײַנע זומערדיקע וועטשערע.
שפּריצבוימל
|
|
























קהילה־לעבן