מוזיק
די גרופּע The Ark (דער תּבֿה), בײַם שפּיץ־קאָנצערט "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס"

יעדן זומער ווערט קראָקע — איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין פּוילן — פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק־ און קונסט־וועלט.

במשך פֿון די צען טעג קומען טויזנטער פּאָליאַקן, ווי אויך באַזוכער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזי­מיערץ), כּדי צו געניסן פֿון די צענדלי­קער וואַרשטאַטן, אויסשטעלונגען און קאָנ­צערטן.

רעצעפּטן

טאָמער זוכט איר אַ פֿרישן מין דע­סערט, פֿאַרזוכט דאָס מאכל. ס׳איז גרינג עס צוצוגרייטן, און אין אַ זומערדיקן טאָג איז עס אַ דערקוויקעניש!

1/4 טעפּל באַלזאַמישער עסיק
1 לעפֿל צוקער
אַ פֿערטל קאַווענע (אַרבוז)

פּאָליטיק, קהילה־לעבן

געוויינטלעך, ווען דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים ("אַר־סי־איי") גיט אַרויס אַ נײַע תּקנה, הערט מען דאָ און דאָרט אַ פּראָטעסט פֿון געוויסע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער מיט דער צײַט בעט מען זיך איבער, אָדער די אָפּאָזי­ציע שלינגט עס אַראָפּ, צוליב שלום־בית.

אָבער ווען דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר געמאָלדן אַ פֿולשטענדיקע ענדערונג אין איר פּאָליטיק וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט מצד אַ צאָל אָנגעזעענע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿירער, אַז עס קאָן מיט דער צײַט ממש צעשפּאַלטן די אַמעריקאַנער רבנים־געזעלשאַפֿט.

רעצעפּטן

איר זוכט אַן אינטערעסאַנטע אַקטי­ווי­טעט פֿאַר די אייניקלעך? העלפֿט זיי מאַכן די געשמאַקע קײַלעכלעך. אַ סך מעלות האָט עס: מע דאַרף עס נישט קאָכן; ס׳איז אַ געזונטער צובײַסן, ווײַל סטאַש­קע שמיר (peanut butter) גיט צו פּראָטעיִן, און מילעך — קאַלציום און ווי­טאַמען "דע"; און די קינדער וועלן זיכער הנאה האָבן פֿון איבערקײַקלען די קײַלעכלעך אין זייערע פֿלינקע הענטעלעך.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן

ווי אַ קינד, האָב איך יעדע וואָך באַקו­מען 50 סענט פֿון טאַטע־מאַמען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס געלט האָב איך נישט געטאָרט פּטרן אויף צוקערלעך אָדער שפּי­לעכלעך, נאָר באַהאַלטן עס אין מײַן "שפּאָרבאַנק". בײַ 12 יאָר האָב איך געעפֿנט מײַן ערשטע באַנקקאָנטע, וווּ דאָס קניפּל האָט געזאַמלט פּראָצענט אויך.

רעצעפּטן

ווי באַקאַנט, איז בייליק דער געזינ­טערער טייל פֿון אַ הינדל. אָט איז אַן אופֿן ווי צוצוגרייטן בייליק אויף אַ פּי­קאַנטן אופֿן — מיט אַ לימענע־סאָוס. דער רעצעפּט איז פֿאַר צוויי מענטשן.

קהילה־לעבן
אַנאַ שאָן מיט פּלינע מונזיאָ, בעת אַ רעפּעטיציע

די ערשטע זאַך, וואָס מע באַמערקט ווען מע זעט די 22־יאָריקע טענצערין, אַנאַ שאָן, איז ווי יונג זי זעט אויס, ממש ווי אַ קליין מיידעלע: די הייך פֿון בלויז 4 פֿוס, 11 אינטשעס (1.5 מעטער), רעדט מיט אַ הויך קולכל, און שפּרודלט מיט ענערגיע און האַרציקן געלעכטער — זיכער, נישט קיין בילד פֿון אַ רעוואָלוציאָנערקע.

פֿונדעסטוועגן, פּאַסט זי צו רופֿן אַזוי, ווײַל אַנאַ איז אַ פֿרום ייִדיש מיידל. ווי באַקאַנט, איז דאָס טאַנצן פֿאַר אַ געמישטן עולם נישט אָנגענומען אין דער פֿרומער וועלט,

רעצעפּטן

בײַ ייִדן, וואָס טאָרן נישט עסן צו פֿיל נאַטריום — צי דאָס איז צוליב אַ הויכן בלוטדרוק, צי אַ קראַנקייט ווי "מעניערס" — ברענגט דער יום־טובֿ שבֿועות אַרײַן שוועריקייטן. ס׳איז דאָך אַ מינהג צו עסן קעז־קוכן, און אין ס׳רובֿ קעזן איז דער פּראָצענט נאַטריום זייער הויך. אין אַ האַלב־טעפּל צוואָרעך (cottage cheese), למשל, געפֿינט זיך 430 מיליגראַם נאַטריום.

‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
דאָראָטי לאָמבאַרדאָ, וועלכע האָט גראַדויִרט פֿון "איווענדער טשײַלדס" אין 1938, און דערנאָך געוואָרן אַ לערערין אין דער שול פֿאַר כּמעט 50 יאָר

פֿאַר וואָס פֿאַרמאַכט זיך אַן עפֿנטלעכע מיטלשול? געוויינטלעך, איז עס ווײַל ס׳זענען נישטאָ גענוג תּלמידים, אָדער גענוג פֿאָנדן, און גאַנץ אָפֿט — אַ געמיש פֿון ביידע. אינעם פֿאַל פֿון דער מיטלשול, וווּ איך, מײַן שוועסטער, גיטל, און אַפֿילו מײַן מאַמע, האָבן זיך געלערנט, "איווענדער טשײַלדס", אין בראָנקס, ניו־יאָרק, שליסט זיך די אינסטיטוציע, ווײַל ס׳איז געוואָרן ממש צו געפֿערלעך זיך צו לערנען דאָרט.

רעצעפּטן

אָט האָט איר אַ געזונטן, געשמאַקן פֿרישטיק פֿאַר אַ זונטיק אינדערפֿרי. אויב ס׳איז שווער צו באַקומען פֿרישע טרוסקאַפֿקעס (strawberries), קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע.

3/4 טעפּל מעל
3/4 טעפּל ראַזעווע מעל
1/2־1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

כ׳בין געוואָרן ממש אַ חסידה פֿון די ראַזעווע (whole wheat) פּראָדוקטן. ערשטנס, זענען זיי גרינגער פֿאַרן מאָגן. צווייטנס, צוליב דעם וואָס זיי זעטיקן גיכער אָן, עסט מען ווייניקער — און דאָס מיינט, אַז דער שאַנס פֿון אָנלייגן וואָג איז ווייניקער. דער טעם איז נישט פּונקט דער זעלבער ווי די פּראָדוקטן פֿון ווײַסער מעל, אָבער ס׳האָט זײַן אייגענעם חן.

1 פֿונט (450 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער ריקאָטאַ־קעז

קהילה־לעבן

אין אַ סך האָטעלן איבער דער וועלט געניסן די געסט הײַנט פֿון אַ ריי הויך־טעכנאָלאָגישע באַקוועמלעכקייטן. די טירן בײַם אַרײַנגאַנג עפֿענען זיך אויטאָמאַטיש; די קראַנטן אין די עפֿנטלעכע וואַשצימערן שפּריצן אַרויס וואַסער, באַלד ווי אַ האַנט דערנענטערט זיך צו זיי, און בײַם קלאָזעט־טאָפּ דאַרף מען מער נישט אָנקוועטשן, כּדי אַראָפּצולאָזן דאָס וואַסער, ווײַל עס גיסט זיך אויס אויטאָמאַטיש, ווי באַלד דער מענטש שטייט אויף. נאָך וויכטיקער — ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער אַרײַנצוגיין אינעם האָטעל־צימער,