רעצעפּטן

כּמעט יעדער רופֿט דעם באַליבטן פּסחדיקן פֿרישטיק־מאכל "מצה ברײַ", אָבער דער עלטערער און מער ייִדישלע­כער טערמין איז געפֿרישטע מצה. "ברײַ", אויף דײַטשיש, איז טײַטש געמיש אָדער קאַשע. דאָס וואָרט "געפֿרישטע" געפֿינט מען אויך בײַ אַ צווייט באַליבטע פּאָטראַווע: "געפֿרישטע חלה", וואָס מיינט French toast.

1/2 פֿונט (225 גראַם) שפּאַרגל (asparagus)
3 לעפֿל פּוטער אָדער איילבערט־בוימל

פּובליציסטיק
מענדי זילבערשלאַג, דער אָנפֿירער פֿון דער גאָרקיך, מאַכט געשעפֿטן אויף דער מאָבילקע,
בעת ער דערלאַנגט צום טיש

נישט געקוקט אויף דער הצלחהדיקער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע און דעם פֿאַרשטאַרקטן שקל, האָט דאָס ישׂראלדיקע מיניסטעריום פֿון סאָציאַלע באַדינונגען פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק אַרויסגעלאָזט אַ באַריכט, וואָס באַשטעטיקט, אַז יעדן טאָג עסן 24,000 מענטשן אין אַ גאָרקיך (אַ פּלאַץ, וווּ אָרעמע לײַט קריגן אַ הייסן מיטאָג בחינם), און אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אויף אַזוינע פֿינאַנציעלע צרות, אַז זיי זענען מוותר די נייטיקע שפּײַזן, כּדי צו קויפֿן אַנדערע זאַכן.

רעצעפּטן

געפּרעגלטס איז טאַקע נישט אַזוי געזונט ווי געבאַקנס, נאָר וואָס טוט מען, אַז ס׳גלוסט זיך אַ מאָל געפּרעגלטע קאַרטאָפֿל? ווי געעצהט אין "פֿאַרהיט אַ קרענק", זאָלט איר, צו ערשט, אָפּווייקן אין וואַסער די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך, צום ווייניקסטן, אַ האַלבע שעה; און אויב מעגלעך — צוויי שעה, איידער איר פּרעגלט זיי.

1 לעפֿל פּוטער אָדער מאַרגאַרין
2 לעפֿל איילבערט־בוימל

קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די שיל וווּ איך דאַוון יעדן שבת, "יאָנג איזרייל אוהבֿ צדק", האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר זיך ממשותדיק צעוואַקסן, אַ דאַנק אַ צאָל יונגע ייִדישע משפּחות, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין צפֿון־ריווערדייל און דרום־מערבֿ יאַנקערס. עטלעכע מאָל אַ חודש, בײַם סוף פֿונעם דאַווענען, רופֿט אָן דער שול־פּרעזידענט דעם נאָמען פֿון נאָך אַ מענטש אָדער משפּחה, וואָס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער שיל.

רעצעפּטן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קרופּניק, אָדער גערשטן־זופּ, איז וואָס מע רופֿט בלע״ז barley soup. יעדער קאָכער ווייסט, אַז ס׳איז געשמאַ­קער צוצוגרייטן אַ זופּ מיט יויך אַנשטאָט וואַסער; אין דעם רעצעפּט, ניצט מען אַ געמיש פֿון יויך און מערן־זאַפֿט. דער רעזולטאַט איז אַ געזינטערע זופּ, מיט אַ גרויסן פּראָצענט וויטאַמין A און בעטאַ־קאַראָטין.

אויב איר האָט אַ זאַפֿטמאַשין, קענט איר אַליין מאַכן דעם מערן־זאַפֿט. אויב נישט, קענט איר עס קויפֿן אין געשעפֿט. אַ דריטע ברירה: צעקוועטשט די מערן מיט אַ ביסל וואַסער אין אַן עלעקטרישן מישער. אויב דער זאַפֿט איז צו געדיכט, גיט צו נאָך אַ ביסל וואַסער.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

"אויף דרײַ זאַכן שטייט די וועלט: אויף געלט, אויף געלט און אויף געלט."

אַזוי האָט אַ לץ אַמאָל פֿאַרדרייט די באַקאַנטע משנה פֿון פּרקי־אָבֿות, און דערבײַ אַרויסגעזאָגט אַ טרויעריקן אמת וועגן דער מענטשלעכער נאַטור: צי מע וויל יאָ, צי מע וויל נישט, קאָנען אַפֿילו די פֿרימסטע ייִדן פֿאַרבלענדט ווערן פֿון דער מטבע.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ גאַסט אויף מיטאָג האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "די מאכלים זענען זייער געשמאַק, אָבער פֿאַר וואָס האָבן זיי אַלע דעם זעלבן קאָליר?"

זי איז געווען גערעכט. דער לאָקשן־קוגל, דער קאַליפֿיאָר און דאָס הינדל האָבן אַלע אויסגעזען בעזש אָדער ליכטיק־ברוין. טאַקע נישט אינטערעסאַנט! זינט דעמאָלט, ווען איך גרייט צו אַ מאָלצײַט פֿאַר געסט, באַמי איך זיך צוצוגרייטן נישט בלויז אַ פּאָפּורי פֿון טעמען, נאָר אויך — פֿון קאָלירן.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
שמעון וואַראָנקער, דער דירעקטאָר פֿון דער דרום־בראָנקסער מלוכה־שול 22, בעת אַ פּעדאַגאָגישן סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער Cahn Fellows Program, דעם 18טן אָקטאָבער 2007

קלאַרק קענט, דער פֿיקטיווער פּאַרשוין פֿון די "סופּערמאַן"־קאָמיקס און פֿילמען, פֿירט אַ טאָפּלט לעבן. ווי אַ רעפּאָרטער אין אַ צײַטונג־ביוראָ, טראָגט ער אַן אָנצוג מיט ברילן, און זעט אויס ווי אַלע אַנ­דערע אָנגעשטעלטע. אָבער באַלד ווי ער דערוויסט זיך פֿון אַן ערנסטער סכּנה פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, טוישט ער זײַן אָנצוג אויף אַ העלדישן בלאָען קאָסטיום מיט אַ רויטער פּעלערינע, פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ סופּערמאַן און פֿליט צו ראַטעווען די אומבאַהאָלפֿענע.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָס איז אַ טראַדיציאָנעלע גריכישע זופּ, וואָס איז גרינג צוצוגרייטן, און איז זייער באַטעמט. מע קען זי מאַכן אויף אַ גאַנצער וואָך און נישט נימאס ווערן דערפֿון. ווי יעדער רעצעפּט מיט פֿאַסאָ­ליעס (בעבלעך), דאַרף מען זיי, קודם־כּל, ווייקן איבערנאַכט אין אַ שיסל קאַלט וואַסער אָדער, אויב איר האָט נישט קיין צײַט, זידט די פֿאַסאָליעס אין וואַסער צוויי מינוט, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט זיי שטיין 1 שעה.

װעלט פֿון ייִדיש, ביאָגראַפֿיעס
שׂרה־רחל שעכטער, איר זון נפֿתּלי און ד״ר מרדכי שעכטער, בעת אַ קבלת־פּנים אין דער "סאַלאַנטער עקיבֿא אַקאַדעמיע", וווּ נפֿתּלי איז געווען אַ תּלמיד; בראָנקס, נ״י, 1999

די וואָך, לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה, וואָס ער פֿלעג אונדז דערציילן וועגן זײַן זיידן פֿונעם טאַטנס צד, דעם שוחט, ר׳ איציע־מרדכי, וועלכער איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אויך געהאַט סמיכה אויף רבנות. בײַ די קצבֿים פֿונעם שטעטל איז ר׳ איציע־מרדכי נישט געווען באַזונדערס באַליבט, ווײַל יעדעס מאָל, וואָס ער פֿלעג פּסקענען אַ בהמה פֿאַר טריף, האָט מען זי געמעגט פֿאַרקויפֿן נאָר צו אַ גוי, און במילא ממשותדיק אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז.

פֿאַרשײדנס

אַן עטיקעט־וועגווײַזער ווי אַזוי צו ניצן בליצפּאָסט

די בליצפּאָסט (e-mail, בלע״ז) איז אַ מחיה. דורך איר קען מען שרײַבן אַ מענטשן אויף דער אַנדערער זײַט וועלט, און מיט אַ מינוט שפּעטער באַקומען פֿון אים אַן ענטפֿער; מע קען אַרויסשיקן אַ בריוו אַפֿילו 2:00 בײַ נאַכט, און וויסן, אַז דער מענטש וועט עס איבערלייענען, ווען ער וועקט זיך אויף; אָדער מע קען אַרויסשיקן אַ מעלדונג צו דרײַ, צען, אָדער עטלעכע הונדערט מענטשן מיט איין מאָל.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ מאָל קום איך אַהיים צו שפּעט צו עסן אַ גרויסע וועטשערע; אין אַזאַ פֿאַל גרייט איך צו בלויז אַ סאַלאַט און פֿאַרבײַס אים מיט פֿריש ראַזעווע ברויט מיט פּוטער.

ווי אַזוי קומט צו מיר שטענדיק פֿריש ברויט? באַלד ווי איך קויף עס — אָדער איך באַק עס — צעשנײַד איך עס אויף דינע רעפֿטלעך און לייג אַרײַן אין אַ פּלאַסטיש זעקל אין פֿריזער. ווען ס׳גלוסט זיך מיר פֿריש ברויט, וויקל איך אײַן עטלעכע פֿאַרפֿרוירענע רעפֿטלעך אין זילבער־פּאַפּיר און וואַרעם עס אָן אויף 5 מינוט אין אויוון, בײַ 350 גראַד (177 צעלזיוס). ס׳האָט ממש אַ טעם ווי פֿריש־געבאַקן.