User loginSearch |
יעדן טאָג לייענט מען אין די צײַטונגען וועגן דער צווישן-עטנישער בלוט-פֿאַרגיסונג אין אַ צאָל אַפֿריקאַנער לענדער: קעניע, סודאַן, קאָנגאָ, אָבער וועגן איין לאַנד, דאַכט זיך, האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן: רוואַנדע, דאָס אָרט, וווּ אַ גענאָציד־קאַמפּאַניע האָט אויסגעשאָכטן הונדערטער טויזנטער מענטשן אין 1994. סעלי מענדלסאָן, אַ פֿרומע ייִדישע אַקושערקע אין ניו־יאָרק, ווייסט פֿון דער ערשטער האַנט די פֿאַרוויסטונג אין רוואַנדע, וואָס דער גענאָציד האָט דאָרט גורם געווען.
אויב איר ווילט אַ גרינג, געזונט מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן סאַלאַט, וואָס באַשטייט פֿון ראַזעווע לאָקשן (לאָקשן געמאַכט פֿון גראָבמעל) אַנשטאָט די ווײַסע. קליינע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך
10 אונץ (285 גראַם) בראָקאָלי, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך
אַלע טאַטעס און מאַמעס וואָס שיקן זייערע קינדער אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטלשול, בפֿרט אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, קענען גוט דעם מינהג: במשך פֿונעם לעצטן יאָר פֿון לערנען, באַקענט זיך דאָס קינד מיט אַ ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ישׂראלדיקע ישיבֿות (אָדער רעליגיעזע מיידל־סעמינאַרן), כּדי אויסצוקלײַבן דאָס אָרט, וווּ ער אָדער זי וועט זיך לערנען אַ יאָר לאַנג, פֿאַרן אָנהייבן שטודירן אין אוניווערסיטעט. אַ טייל ישׂראלדיקע לערן־אינסטיטוציעס באַטאָנען כּמעט בלויז דאָס לערנען תּורה; די אַנדערע קאָמבינירן דאָס לערנען מיט חסד־פּראָיעקטן און עקסקורסיעס איבערן לאַנד.
דער "סעקאָנד עוועניו דעלי" — אַ באַליבטע ניו־יאָרקער אונטערנעמונג, וואָס האָט געשלאָסן אירע טירן אין 2006 — האָט פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק זיך ווידער געעפֿנט — אַ געשעעניש וואָס איז צעפּויקט געוואָרן אין דער ניו־יאָרקער פּרעסע. זינט דער עפֿענונג איז יעדן טאָג דאָרט אַזאַ שטופּעניש, אַז ווען איך בין אָנגעקומען אַהין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָב איך זיך אַפֿילו נישט געקאָנט אַרײַנקוועטשן. דער נײַער גילגול געפֿינט זיך מער נישט אויף דער צווייטער עוועניו. ער איז אָבער נישט ווײַט: אויף 33סטער גאַס, צווישן דריטן און לעקסינגטאָן עוועניו (און, אַגבֿ, בלויז עטלעכע גאַסן אַוועק פֿונעם "פֿאָרווערטס"־בנין).
טאָמער זוכט איר אַ גרינגן צושפּײַז צו באַגלייטן אַ פֿיש־מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט. ס׳דויערט ווייניק צײַט צוצוגרייטן, און איז גאַנץ געשמאַק. איר קענט פֿאַרבײַטן דעם פֿרישן טימיאַן און ראָזמאַרין מיט די געטריקנטע בלעטער, אָבער אויב יאָ — ניצט בלויז 1/2 לעפֿעלע פֿון ביידע.
4 קליינטשיקע רויטע קאַרטאָפֿליעס
לויטן סטערעאָטיפּ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אַמעריקע, ווערט יעדער דור אַלץ מער אַסימילירט פֿונעם פֿריִערדיקן, אַלץ מער אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס. אַ נײַע אַנקעטע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג ווײַזט אָבער, אַז צווישן אירע אַקטיווסטע מיטגלידער, קומט עס דווקא פֿאָר פֿאַרקערט: דער ייִנגערער דור איז מער גענייגט אָפּצוהיטן די ייִדישע מינהגים, ווי דער עלטערער.
אונדזער לייענער, נח מילער, האָט אונדז געבעטן אָפּדרוקן אַ רעצעפּט פֿאַר אַ זיס־און־זויער ראָסל־פֿלייש, וואָס זײַן באָבע פֿלעג אָנרופֿן אַ ווײַניקן ראָסל. איך האָב געפֿונען צוויי רעצעפּטן: איינער הייסט קאָכן דאָס פֿלייש אויפֿן אויוון, און דער צווייטער — אין אויוון. דאָס מאכל אויפֿן אויוון ניצט עסיק, נישט ווײַן, מסתּמא ווײַל עסיק איז וואָלוועלער. אויב איר ווילט, קענט איר ניצן עסיק אַנשטאָט ווײַן (אָדער האַלב־ווײַן, האַלב־עסיק) אויך אינעם צווייטן רעצעפּט. אַ געגטע פֿרוי מיט אַ קינד האָט מיר אַמאָל דערקלערט, פֿאַר וואָס זי זוכט נישט קיין נײַעם מאַן. "מײַן קינד האָט שוין אַ טאַטן, וואָס ער זעט אים יעדע צווייטע סוף־וואָך," האָט זי דערקלערט. "מיר דאַכט זיך, ס׳וואָלט געווען טראַוומאַטיש פֿאַר אים, ווען איך ברענג אַרײַן אַ פֿרעמדן מאַן אין מײַן שלאָפֿצימער." ביז לעצטנס האָב איך געהאַלטן, אַז דער באַשלוס פֿון דער מאַמען מקריבֿ צו זײַן אירע אייגענע באַדערפֿענישן לטובֿת איר קינד, איז צו עקסטרעם. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אָבער געלייענט אַ לענגערן אַרטיקל בײַ "איי־פּי" (AP), וואָס האָט מיך איבערצײַגט, אַז איר צוגאַנג איז אפֿשר נישט אַזוי אומשׂכלדיק.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אונדזער לייענער, נח מילער, געבעטן בײַ אונדז אַ רעצעפּט פֿאַר זראַזעס. אַ דאַנק דעם מיטאַרבעטער אין רעדאַקציע, באָריס בודיאַנסקי, וואָס קען רוסיש, האָט זיך טאַקע אָפּגעפֿונען אויף רוסיש אַ צאָל רעצעפּטן פֿאַר זראַזעס מיט פֿאַרשידענע נוסחאָות: איינער, מיט האַרטע אייער און אַשלעך (גרינע ציבעלע); אַ צווייטער, מיט אַ רײַז־פֿילעכץ, און אַ דריטער, מיט זויערע אוגערקעס. מיר רעכענען דאָ אויס אַלע ברירות.
ווען אַ מענטש באַשליסט, אַז ער וויל זיך מגייר זײַן אויפֿן אָרטאָדאָקסישן אופֿן, דאַרף ער, צו ערשט, באַווײַזן, אַז ער האָט נישט קיין באַהאַלטענע כּוונות; אַז ער טוט עס נישט, למשל, ווײַל ער האָט ליב אַ ייִדיש מיידל. פֿאַרקערט, די אָרטאָדאָקסישע רבנים באַמיִען זיך אָפּצורעדן די פּאָטענציעלע גרים דערפֿון; זיי עצהן זיי צו געפֿינען זייער דרך צום אייבערשטן דורך פֿאָלגן די זיבן מיצוות בני־נח (די הימלישע געזעצן, וואָס אַלע מענטשן דאַרפֿן פֿאָלגן) און זיך פֿירן ווי אַ רעכטפֿאַרטיקער מענטש.
אויב איר האָט ליב קנאָבל וועט איר זיך באַלעקן מיט דער זופּ, וואָס באַשטייט פֿון אַ גאַנץ הייפּטל קנאָבל! זאָרגט זיך נישט וועגן דער שאַרפֿקייט — בשעתן קאָכן, ווערט דער קנאָבלדיקער טעם אַ סך ווייניקער שאַרף, בעת ער מישט זיך אויס מיט די אַנדערע באַשטאַנדטיילן. די זופּ איז אויך זייער געשמאַק ווען איר גרייט זי צו אין אַ פּאַמעלעך־קאָכער (אַן עלעקטרישער טאָפּ, וואָס קאָכט די זופּ צו־ביסלעך, במשך פֿון אַ גאַנצן טאָג אָדער אַ גאַנצע נאַכט). מע קען די זופּ אויך צוגרייטן ערבֿ שבת, און לאָזן זי איבערנאַכט אויפֿן בלעך, כּדי צו עסן זי שבת בײַ טאָג, אַנשטאָט טשאָלנט.
אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען. |
|

























קהילה־לעבן