User loginSearch |
די הויפּשטאָט פֿון דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז בערלין געווען אַ מאַגנעט פֿאַר ייִדישע סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און געשעפֿטסלײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער אויפֿבלי פֿון ייִדישן בערלין פֿאַלט אויף דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן 1921 און 1925, ווען דײַטשלאַנד איז פּאַמעלעך געקומען צו זיך נאָך דער מפּלה אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען די צײַט פֿון שאַרפֿע פּאָליטישע סתּירות און שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען.
מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען: "ניט דערלאָזן די פּרוּוון פֿון היסטאָרישע פֿאַלסיפֿיקאַציעס צו ברענגען שאָדן די אינטערעסן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע". די קריטיקער פֿון דעם איצטיקן רעזשים האָבן זיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער ציל פֿון דער קאָמיסיע איז ניט אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון כּל־מיני פֿאַלסיפֿיקאַציעס,
די יערלעכע קאָנפֿערענצן, וואָס קומען פֿאָר אין מאָסקווע אונטער דער השגחה פֿונעם אַקאַדעמישן צענטער "ספֿר" יעדן ווינטער זינט אָנהייב 1990ער יאָרן, זײַנען זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי דער גרעסטער און וויכטיקסטער אַקאַדעמישער פֿאָרום פֿון ייִדישע לימודים אין מיזרח־אייראָפּע. די רעפֿעראַטן פֿון די קאָנפֿערענצן ווערן כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט, און הגם ניט אַלע פֿון זיי זײַנען אויף דעם געהעריקן אַקאַדעמישן ניוואָ, דינען די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווי אַ וויכטיקער סטימול צו דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם אַקאַדעמישן געביט, וואָס איז געווען פּראַקטיש פֿאַרווערט אונטער דער סאָוועטישער מאַכט.
דער הונדערט־יעריקער יובֿל פֿון ישעיהו בערלין (1909—1998) איז אָפּגעמערקט געוואָרן דורך צוויי וואָגיקע פּובליקאַציעס. איין באַנד נעמט אַרײַן זכרונות וועגן דעם באַרימטן ענגליש־רוסיש־ייִדישן דענקער און שרײַבער, דאָס אַנדערע בוך איז ממשיך די פּובליקאַציע פֿון בערלינס בריוו און איז כּולל זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר די יאָרן 1946 ביז 1960. אין דער אמתן, ווי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד און דער גרעסטער מומחה אויף בערלינס ירושה, הענרי האַרדי, איז דאָס בלויז אַ פֿערטל פֿון אַלע בריוו, וואָס בערלין האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון יענע פֿופֿצן יאָר.
Felix Lembersky, 1913—1970. Paintings and Drawings. Moscow: Galart, 2009 די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו. אין די לעצטע יאָרן האָט זיך אַנטוויקלט אַ מאָדע אויף ייִדישע מוזייען. יעדע אָנשטענדיקע שטאָט דאַרף אומבאַדינגט האָבן אַן אייגענעם ייִדישן מוזיי, און דווקא מיט אַ נײַער קאָנצעפּציע. ביז דעמאָלט זײַנען ייִדישע מוזייען געווען גאָר סטאַטעטשנע אינסטיטוציעס. די אויסשטעלונג אין אַזאַ מוזיי פֿלעגט ווײַזן אַ געוויסע צאָל שיינע רעליגיעזע כּלים, אַ פּאָר עטנאָגראַפֿישע אָביעקטן, און עטלעכע ווערק פֿון דער "ייִדישער" קונסט, דהײַנו, בילדער פֿון שיינע ייִדן געמאָלט דורך ייִדישע קינסטלער. דער הויפּט־צוועק פֿון אַזאַ מוזיי איז געווען אַ דערציִערישער׃ צו ווײַזן ייִדן און ניט־ייִדן, וואָס איז אַזוינס "ייִדישקייט".
אינעם "רוסישן מוזיי" אין פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון וויליאַם ברוּי, אַן אייגנאַרטיקער קינסטלער, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ יורש פֿון די טראַדיציעס פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד. ברוּי האָט זיך קונה־שם געווען ניט נאָר דורך זײַנע קינסטלערישע ווערק, נאָר אויך דורך זײַן אָריגינעלן לעבנסשטייגער. זײַן לעבן איז תּמיד אַ פֿאָרשטעלונג, דערבײַ פֿאַרמאָגט ער אַ באַזונדערן טאַלאַנט פֿאַר צוציִען צו זיך באַרימטע, חשובֿע און רײַכע פּערזענלעכקייטן. אין משך פֿון די יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַרום זיך אַ מין מיטאָס, וואָס איז אַ געמיש פֿון ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע עלעמענטן.
די קורצע תּקופֿה פֿון דער ווײַמאַרער רעפּובליק אין דער דײַטשישער געשיכטע, וואָס האָט געדויערט קנאַפּע פֿופֿצן יאָר — צווישן דעם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין 1918, ביז היטלערס אָנקומען צו דער מאַכט, אין 1933 — איז געווען די בלי־צײַט פֿון דער מאָדערנער קונסט. זי האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה אין פֿאַרשידענע געביטן. אַ בולטע ראָלע האָבן אינעם דאָזיקן קולטורעלן אויפֿלעב געשפּילט די ייִדישע פֿרויען. זייער בײַטראָג איז געווען באַזונדערס חשובֿ אין די נײַע שעפֿערישע געביטן, אַזעלכע ווי די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט.
די לעצטע יאָרן פֿון בעל־מחשבֿותעס לעבן — איסידאָר (ישׂראל) עליאַשעוו, 1873—1924 — זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף דער תּקופֿה פֿון מלחמות און רעוואָלוציעס אין רוסלאַנד און אייראָפּע. דער ערשטער מאָדערנער קריטיקער פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור איז געווען אויך אַ שאַרפֿזיניקער פּובליציסט מיט אַן אויג פֿאַר חידושים ניט בלויז אין ליטעראַטור און קונסט, נאָר אויך אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זײַנע אַרטיקלען פֿון די אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשידענע צײַטשריפֿטן אין אייראָפּע און אַמעריקע,
אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש זײַנען הײַנטיקע טעג אַ זעלטנקייט, על־אחת־כּמה־וכּמה אין רוסלאַנד. דאָס נײַע זאַמלבוך איז כּולל נײַנצן קאַפּיטלען, פֿון זיי זײַנען דרײַ אויף ייִדיש. דאָס בוך באַזירט זיך אויף די רעפֿעראַטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין רוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין 2006. ווי אַ צוגאָב, באַקומט דער לייענער חיים ביידערס ביבליאָגראַפֿישע רשימה פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1961 ביז 1993.
דער ייִדישער קיום אין רוסלאַנד הײַנט איז אַן ענין פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע וויכּוחים צווישן סאָציאָלאָגן, דעמאָגראַפֿן, פּאָליטאָלאָגן. זייערע אײַנדרוקן און אויספֿירן זײַנען סתּירותדיק׃ פֿון איין זײַט, זײַנען ייִדן די סאַמע פּריווילעגירטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט אינעם לאַנד. ייִדן געהערן צו אַלע בראַנזשעס פֿון דער רוסישער עליט. זיי זײַנען אין דער רעגירונג, קולטור, וויסנשאַפֿט, צווישן די רײַכסטע בירגער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די אָביעקטיווע דעמאָגראַפֿישע אויסזיכטן אויף דער צוקונפֿט פֿונעם רוסישן ייִדנטום ווי אַן עדה, זייער קליין.
דער נאָמען פֿונעם רוסישן דיכטער סאָלאָמאָן באַרט (שלמה קאָפּעלמאַן) איז קוים באַקאַנט אַפֿילו צווישן די מומחים פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. קיינער ווייסט ניט, ווען און וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, און עס איז ניט באַקאַנט, מיט וואָס ער האָט זיך פֿאַרנומען ביזן יאָר 1918, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין וואַרשע. אויפֿן סמך פֿון אומדירעקטע ידיעות נעמט מען אָן, אַז פֿאַר דער רעוואָלוציע איז באַרט געווען רײַך און האָט ליב געהאַט די מאָדערנע רוסישע דיכטונג. |
|

























קהילה־לעבן