User loginSearch |
דער שווייצער פּסיכאָלאָג און שרײַבער פּאַול פּאַרין (1916—2009), וואָס איז געשטאָרבן אין ציריך דעם 18טן מײַ, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן נאָך אין דער האַבסבורגער אימפּעריע. זײַן משפּחה איז געווען ניט קיין טיפּיש ייִדישע׃ זײַן פֿאָטער האָט פֿאַרמאָגט אַ גרויסן מאַיאָנטעק מיט אַ שלאָס אין סלאָוועניע, וווּ מען האָט געלעבט אויף אַן אַריסטאָקראַטישן שטייגער אַפֿילו נאָך דעם ווי די אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן. די קינדער האָבן באַקומען אַ פּריוואַטע בילדונג אין דער היים, געשפּילט טעניס און געפֿאָרן אויף פּאָניס.
דער שרײַבער אָלעג יוריעוו לאָזט זיך ניט דעפֿינירן אין קלאָרע און איינדײַטיקע באַגריפֿן. ער שטאַמט פֿון לענינגראַד און וווינט אין פֿראַנקפֿורט; ער שרײַבט לידער, פּיעסעס און פּראָזע אויף רוסיש, און ליטעראַרישע קריטיק אויף דײַטש; די טעמעס פֿון זײַנע דראַמאַטישע און פּראָזאַיִשע ווערק זײַנען אָפֿטמאָל ייִדישע, בעת זײַן פּאָעטישע שאַפֿונג געהערט צו דער ספּעציפֿישער פּעטערבורגער/לענינגראַדער שיטה פֿון מאָדערנער רוסישער דיכטונג. יוריעווס נײַער ראָמאַן איז אַרויס אין אַ בוכפֿאָרעם אין דײַטשלאַנד, בעת אין רוסלאַנד איז ער דערשינען בלויז אין אַ פֿאַרקירצטן צײַטשריפֿט־נוסח.
דער נסתּרס סימבאָליסטישע ירושה געהערט צו די סאַמע פּאָפּולערע טיילן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַנע סודותדיקע מעשׂיות און לידער עפֿענען פֿאַרן פֿאָרשער אַ ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון פֿאַרשידענע פֿאַרטײַטשונגען, סײַ פֿון אינעווייניק, דורך אַנטפּלעקן דעם אינהאַלט פֿון סימבאָלן און אימאַזשן אינעם טעקסט גופֿא, סײַ פֿון דרויסן, דורך פֿאַרבינדן דעם טעקסט מיט די אומשטאַנדן פֿונעם מחברס לעבן און מיט דער היסטאָרישער סיטואַציע.
די רעדאַקטאָרן פֿונעם זאַמלבוך מיטן פּראָוואָקאַטאָרישן טיטל "קולטור־פֿראָנט" דערקלערן זייער כּוונה אַזוי׃ "מיר האָבן בדעה מסביר צו זײַן די אַנטוויקלונג פֿון קולטורעלע פֿאָרמען און פֿונקציעס און זייערע באַטײַטן אין משך פֿון כּמעט פֿיר יאָרהונדערטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע". אין הסכּם מיטן דאָזיקן פּלאַן, עפֿנט זיך דאָס בוך מיטן אַרטיקל פֿון אָדם טעלער (חיפֿה) וועגן די ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויף די גזירות תּ״ח־ותּ״ט און ענדיקט זיך מיט דזשעפֿרי שענדלערס (ניו־דזשויזי) באַהאַנדלונג פֿון פּראָפֿעסאָר יפֿה אליאַכס פּראָיעקט אויפֿצובויען אַ מאָדעל־שטעטל אין ראשון־לציון.
די ייִדישע אַקולטוראַציע אין אייראָפּע איז געגאַנגען אין דער ריכטונג פֿון די "הויכע" קולטורן פֿון די אַרומיקע אומות־העולם. ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון די מיטל־עלטערלעכע געטאָס אין דײַטשלאַנד, זײַנען זיי געוואָרן הייסע חסידים פֿון דער הויכער דײַטשישער קולטור. אין דער עסטרײַכישער גאַליציע איז דײַטש געוואָרן אַ נײַע "ייִדישע" שפּראַך, ווײַל דווקא די דײַטשישע קולטור האָט געעפֿנט די וויכטיקסטע טירן אין דער ברייטער וועלט. אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן זיך די ייִדן גענומען לערנען רוסיש, אין פּוילן — פּויליש. אַזוי, לכל־-הפּחות, האָבן די קולטור־היסטאָריקער געהאַלטן ביז לעצטנס.
דער באַגריף פֿון "קאָלעקטיוון זכּרון" שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אין די עפֿנטלעכע און טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום די אַקטועלע ענינים פֿון פּאָליטיק און קולטור, בפֿרט אַרום דער פּראָבלעם פֿון נאַציאָנאַליזם. דער "קאָלעקטיווער זכּרון" נעמט אַרום אַ גאַנצע ריי פֿון פֿאַרשידענע גלויבענישן און פֿאָרשטעלונגען וועגן דעם עבֿר — צומאָל אמתע, צומאָל פֿאַלשע, וועלכע לעבן אינעווייניק פֿון דער אָדער יענער געזעלשאַפֿטלעכער גרופּע, רעליגיעזער עדה, אָדער נאַציע. אַזאַ מין זכּרון ווערט געפֿורעמט אין שול, אין דער משפּחה, אין רעליגיעזע אַנשטאַלטן, אין פּאָליטישע פּאַרטייען און קרײַזלעך. צווישן אַלע ייִדישע קלאַסיקער איז שלום־עליכם געווען דער סאַמע באַליבטער און דער סאַמע באַקאַנטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער סך־הכּלדיקער טיראַזש פֿון שלום־עליכמס ווערק אויף ייִדיש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקער, וואָס זײַנען אַרויס אין משך פֿון די יאָרן 1917—1946 איז געווען העכער פֿון פֿיר מיליאָן עקזעמפּלאַרן. נײַע קריטישע אָפּשאַצונגען און ליטעראַריש־היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿון זײַן שאַפֿונג און לעבן פֿלעגן זיך רעגולער באַווײַזן אין דרוק זינט 1919,
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז אַ באַווײַז, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור בלײַבט גאַנץ שטאַרק אין פֿאַרשידענע לייענערישע סבֿיבֿות. דאָס בוך איז כּולל דערציילונגען פֿון נײַן פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין דרײַ צענטערס פֿון דער ייִדישער וועלט׃ מיזרח־אייראָפּע, ארץ־ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ קאָלעקטיווער מי פֿון עטלעכע ליבהאָבערינס פֿונעם ייִדישן וואָרט אין וויניפּעג, קאַנאַדע,
די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דער נײַער ראָמאַן פֿונעם שווייצער קולטור־היסטאָריקער ראָבערט כּהן פֿאַרנעמט דעם שטח צווישן געשיכטע און בעלעטריסטיק. די צענטראַלע פֿיגורן פֿונעם בוך זײַנען דרײַ פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט אין סאַמע קאָכעניש פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זיי טרעפֿן זיך אויף אַ ווײַלע אין בערלין סוף 1920ער יאָרן, און דערנאָך צעגייען זיי זיך צו פּראַווען זייער פּאָליטישן גלות אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות׃ אַלע דרײַ ווערן אומגעבראַכט אין 1942.
צוואַנציק יאָר נאָך דעם ווי די קאָמוניסטישע סיסטעם איז זיך צעפֿאַלן, ווייסט מען נאָך אַלץ ניט אין וואָס פֿאַר אַ מין וועלט מען לעבט. הגם די ביוראָקראַטישע מניעות, וואָס האָבן ניט געלאָזט די תּושבֿים פֿון מיזרח־אייראָפּע צו האָבן קאָנטאַקטן מיטן מערבֿ, זײַנען מער ניטאָ, בלײַבן נאָך עד־היום אַ סך פּסיכאָלאָגישע, פּאָליטישע און אידעיִשע סיבות, וואָס שטערן די אייראָפּעער צו פֿילן זיך ווי שכנים אין איין הויף.
דער נאָמען פֿון גיטל בראַון, אַ לאָנדאָנער קינסטלערין פֿון דער פֿרומער חסידישער געגנט סטעמפֿראָד־היל, באַווײַזט זיך אַלץ אָפֿטער אויף די זײַטן פֿון די גרעסטע ענגלישע צײַטונגען. זי האָט שוין אויסגעשטעלט אירע ווערק אין חשובֿע גאַלעריעס פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און אין גיכן וועלן די ישׂראלים זען צוויי נײַע אויסשטעלונגען אירע. די ווערק פֿון בראַון קומען מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאַכן דעם קינסטלער דערפֿאָלגרײַך און פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם. |
|

























קהילה־לעבן