User login |
אונטער אַזאַ פּסעוודאָנים האָט געשריבן יוסף טונקעל (1881—1949), אַ הומאָריסט, וואָס איז געווען גוט באַקאַנט פֿון ביידע זײַטן פֿונעם אַנטלאַנטישן אָקעאַן. טונקעל איז געבוירן געוואָרן אין דער ווײַסרוסישער שטאָט באָברוּיסק, וועלכע ער האָט פֿאַרלאָזט צו 16 יאָר. אים האָט געצויגן צו קונסט, מאָלערײַ, און ער האָט געפּרוּווט צו רעאַליזירן זײַנע פּלענער אין ווילנע און שפּעטער אין אָדעס. אָבער צוליב זײַן קורצער ראיה האָט ער געמוזט זוכן אַנדערע דרכים. קעגן אַלע קרענק און אומגליקן אויף דער וועלט ווערן געזוכט מיטלען און עצות. דאָקטוירים שרײַבן אַרטיקלען, דערפֿינדער מאַכן דערפֿינדונגען, חכמים גיבן עצות — אַלץ ווי אַזוי פּטור צו ווערן, צו באַקעמפֿן די און די קרענק, די און די אָנשיקעניש, אויסצוהיטן זיך פֿון דער און דער צרה. אין די אַמעריקאַנער ייִדישע (און ניט נאָר ייִדישע) סאָציאַליסטישע קרײַזן איז נחום כאַנין (1886—1965) געווען זייער גוט באַקאַנט. קיין אַמעריקע איז ער אַנטלאָפֿן פֿון צאַרישן רוסלאַנד אין יאָר 1912. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט אַ רײַכע רעוואָלוציאָנערע דערפֿאַרונג. זײַן פּאַרטיי, דער "בונד", האָט געפֿירט אַן אומלעגאַלע טעטיקייט אין רוסלאַנד. כאַנינען, אַן אַקטיוון בונדיסט, האָט די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט און פֿאַרשפּאַרט אין טורמעס. שפּעטער איז ער פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף קאַטאָרגע אין סיביר. בסך-הכּל איז ער געווען אַ תּפֿיסהניק און אַ קאַטאָרזשניק אין משך פֿון זיבן און אַ האַלב יאָר. די פֿראַגע האָבן מיר געשטעלט זייער אַ סך מענטשן אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע שטעט, ווען איך בין צוריק געקומען פֿון מײַן רײַזע נאָך סאַוט-אַמעריקע [אין דרום-אַמעריקע]. נו, וועגן דעם קאָן איך נאָר ענטפֿערן אויפֿן גרונד פֿון די אײַנדרוקן וואָס איך האָב געהאַט אין דער קורצער צײַט, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין בוענאָס-אײַרעס. די באַפֿעלקערונג אין בוענאָס-אײַרעס אַליין איז אַרום צוויי מיליאָן און צווישן זיי צוויי הונדערט טויזנט ייִדן. די מלוכה-שול אין שפּאַניש איז אָבליגאַטאָריש פֿאַר אַלע קינדער. דאָך איז די ווירקונג [השפּעה] פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אַרגענטינע אַ סך גרעסער, ווי אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אפֿשר איז דאָס דערפֿאַר וואָס דער ייִדישער ייִשובֿ איז אַ ייִנגערער. ווען איר גייט אין די גאַסן פֿון בוענאָס-אײַרעס, אין די גאַסן וווּ עס וווינט אַ ייִדישער עולם, איז צו הערן רעדן ייִדיש אַ נאַטירלעכע זאַך. דאָס איז די שפּראַך ניט נאָר פֿון דער באָבען און דער מאַמען, נאָר די שפּראַך פֿון די קינדער. די שפּראַך, אויף וועלכער איך האָב מיט אַלעמען גערעדט, איז געווען ייִדיש און איך בין געווען איבערגעראַשט, ווי לײַכט עס איז מיר געווען מיט אַלעמען זיך צוזאַמענרעדן [צונויפֿרעדן], אַפֿילו מיט ייִדן וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע. מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, דעם 23סטן מײַ 1911, האָט זיך אין ניו-יאָרק, צווישן דער 40סטער און 42סטער גאַסן, געעפֿנט דער גרויסער בנין פֿון דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. די ביבליאָטעק גופֿא איז צו יענער צײַט שוין געווען צען יאָר אַלט. אויף דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע לכּבֿוד דער עפֿענונג פֿונעם נײַעם בנין איז געקומען דער פּרעזידענט וויליאַם האַוואַרד טאַפֿט, ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, דער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט און דער מייאָר פֿון דער שטאָט. די לייענער האָבן צום ערשטן מאָל באַקומען אַ צוטריט צו דער ביכער-קאָלעקציע ערשט אין אַ טאָג אַרום, דעם 24סטן מײַ.
מיט 100 יאָר צוריק איז געבוירן געוואָרן שמעון וועבער (1911—1987), דער ייִדישער זשורנאַליסט, וואָס איז געווען דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" אין די יאָרן 1970—1987. וועבער איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און דערמיט זיך אונטערגעשיידט פֿון די גרינדער און, בכלל, ערשטע רעדאַקטאָרן און זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", וועלכע זײַנען, בדרך-כּלל, געווען "ליטוואַקעס". נאָך איין אונטערשייד: וועבער האָט זיך געלערנט (אַ חוץ בײַ מלמדים) אין אַ פּוילישער פֿאָלקס-שול, בעת דער עלטערער דור "פֿאָרווערטס"-לײַט זײַנען געוויינטלעך געווען אויסגעשולט אין רוסיש. ניט צופֿעליק איז ער געווען נאָענט מיט יצחק באַשעוויס-זינגערן, אויך אַ פּוילישן ייִדן. וועבער איז געפֿאָרן מיט באַשעוויסן קיין שטאָקהאָלם, ווען יענער האָט, אין יאָר 1978, באַקומען אַ נאָבעל-פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.
ערשטע קאָנטאַקטן הײַנט טרעפֿן זיך זעלטן צוזאַמען די ווערטער "אָרט" און "פֿאָרווערטס". אָבער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט די סבֿיבֿה פֿון "פֿאָרווערטס" געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "אָרט". דער "אָרט" איז עטאַבלירט געוואָרן אין יאָר 1880. ס׳איז די עלטסטע צווישן די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין מיזרח-אייראָפּע און עקזיסטירט ביז הײַנט.
קיִעוו
קיִעוו איז ביזן יאָר 1917 געווען ווי אַן אינדזל אין דעם רוסיש-ייִדישן "ים" פֿון תּחום-המושבֿ. אַזוי האָבן געהייסן די טעריטאָריעס, וווּ מע האָט דערלויבט די רוסישע ייִדן צו וווינען. אין קיִעוו, אָבער, האָבן געקענט זיך באַזעצן נאָר געוויסע קאַטעגאָריעס ייִדן, בפֿרט די רײַכע. די משפּחה בערגעלסאָן האָט געהערט צו אָט דער סמעטענע פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דוד בערגעלסאָן איז געבוירן געוואָרן ניט אין קיִעוו, נאָר אין דער קיִעווער געגנט.
אַמאָליקע צײַטן איז ער געווען דער פּאָפּולערסטער ייִדישער שרײַבער. אָבער ווען מע פֿרעגט הײַנט ייִנגערע מענטשן, צי דער נאָמען פֿון שלום אַש זאָגט זיי עפּעס, באַקומט מען בדרך-כּלל אַ נעגאַטיוון ענטפֿער. סײַדן, ס'האָט עמעצער געהערט אָדער געלייענט וועגן זײַן פּיעסע "גאָט פֿון נקמה". אין די 1920ער יאָרן האָט די ענגלישע אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע געמאַכט אַ סקאַנדאַל אין ניו-יאָרק.
אין "בונד"
ווי עס האָט זיך געפֿירט אין די פֿאַרמעגלעכע משפּחות, האָט אַבראַמאָוויטש באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע, סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג.
איינער פֿון די טשאַרניס
ברוך-נחמן טשאַרני איז מער באַקאַנט פֿון זײַן פּאַרטיייִשן נאָמען — וולאַדעק. ער איז געבוירן געוואָרן אין דעם שטעטל דוקאַר, וואָס געפֿינט זיך אין ווײַסרוסלאַנד. זײַן משפּחה האָט געגעבן דער ייִדישער ליטעראַטור דעם קריטיקער שמואל ניגער און דעם דיכטער דניאל טשאַרני. וולאַדעק איז אויך געווען אַקטיוו אין דער ליטעראַטור און, דער עיקר, ווי אַ זשורנאַליסט. ער האָט געשריבן לידער און דערציילונגען. אין 1903 איז וולאַדעק געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ פּועלי-ציוניסטישער[1] גרופּע; אָבער אין גיכן האָט אים די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט. אין דער מינסקער תּפֿיסה איז וולאַדעק געוואָרן אַן אָנערקענטער פֿירער צווישן די פּאָליטישע אַרעסטאַנטן.
בערלין
די גרויסע אינפֿלאַציע, וועלכע איז געווען דעמאָלט אין דײַטשלאַנד, האָט פֿון דעסטוועגן געבראַכט אַ גוטע הכנסה די ייִדישע פֿאַרלעגער. ס׳איז ביליק געווען צו דרוקן אין דײַטשלאַנד ביכער און פֿאַרקויפֿן זיי אין אַנדערע לענדער. אַזוי האָט בערלין אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט אין דער וועלט (אויפֿן ערשטן אָרט איז געווען וואַרשע) לויט דער צאָל פֿון אַרויסגעלאָזטע ייִדישע ביכער. |
Search |



























קהילה־לעבן