אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אין וועלדער פֿאַרשנייטע, די שטילקייט דערוועקט,
זײַן ניגון* געשפּּילט האָט דער וואָלף אויף אַ זעג.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

די קרוינען*זיך געשושקעט אין געוויטער:
"די וועווערקע גייט שלאָפֿן אויף גאַנץ ווינטער."

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אַ מאָל האָבן געלעבט צוויי ברידער. דער עלטערער האָט ניט געהאַט קיין ווײַב און ניט קיין קינדער. דער ייִנגערער האָט געהאַט אַ ווײַב מיט פֿיר קליינע קינדער.

זיי זײַנען ביידע געווען אָרעם. זיי האָבן געהאַט אַ שטיקל ערד וואָס איז זיי געבליבן פֿון זייער פֿאָטער. זיי האָבן ניט געוואָלט צעטיילן צווישן זיך דאָס שטיקל ערד. זיי האָבן זי באַאַרבעט צוזאַמען.

ווען די תּבֿואה* (טוווּע) איז שוין געווען אָפּגעשניטן, פֿלעגן זיי צעטיילן די גאַרבן פּונקט העלפֿט אויף העלפֿט. די גאַרבן זײַנען געלעגן לעבן זייערע הײַזלעך.

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

פֿאַרקויפֿט האָט אין מאַרק דער שטעכלער באַלאָנען...
געפּלאַצט האָט זײַן סחורה1 און פֿאַריאָגט די בעלנים2.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

בײַם אינדיק אַראָפּּ פֿונעם האַרצן אַ שטיין:
זײַן כּלה, די פּֿאַווע, געווען איז צו שיין.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

צעפּויקט האָט די נײַעס דער פּיקהאָלץ פּאָעט:
דער בער קיין פּאַריז פֿאָרט זיך לערנען באַלעט.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

אַן אָפּמאַך געמאַכט מיט מיסטער גייזער,
געשפּילט האָט דעם קו־קו קוקאַווקע אין זייגער.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

באַוויינט האָט דער ביבער זײַן בידנע דאָליע[1],

געטרוימט זײַן אַ חזן — געוואָרן אַ סטאָליער.



פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

מעלה־גירהט[*] דער אָקס און בײַ זיך ער טראַכט:
ווי גוט אַזוי קײַען ביז מאָרגן פֿאַרנאַכט.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

שלאָפֿן גייט דער שוואַרצער קאָטער —
אין דער נאַכט פֿאַרבלאָנדזשעט [*] האָט ער.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

קוק, ווי שיין דאָס הינטל איז —
לאַנגע אויערן און קורצע פֿיס.
פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

דער האָן האָט געסטראַשעט * דעם גאַנצן הויף,
אַז וועקן די זון אין דער פֿרי הערט ער אויף!
‫פֿון באָריס סאַנדלער ‬