User loginSearch |
דער גורל פֿון ייִדיש-לימודים אין אוניווערסיטעטן איז אָפֿט אָפּהענגיק פֿון ברייטהאַרציקייט. אויב מע געפֿינט אַ בעל־טובֿה[1] — האָט מען אַזעלכע לימודים, און אויב קיין ספּאָנסאָר זוכט זיך ניט אויס — בלײַבט מען אָן ייִדיש. אַ בשׂורה־טובֿה[2] איז אין מיט-סעפּטעמבער געקומען פֿון אויסטראַליע: ייִדיש איז געראַטעוועט געוואָרן אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. די מעשׂה איז אַזאַ: אַ ברייטהאַרציקע פֿרוי, וואָס הייסט נאָרע גודרידזש, האָט געטראַכט וועגן אַ מתּנה פֿאַר איר מאַן, צו זײַן ווערן אַ בן־שמונים[3]. דן גודרידזש איז אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש. צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער האָט ער געלערנט ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. ביידע — דער טאַטע און די טאָכטער — האָבן אין יאָר 2000 באַקומען דיפּלאָמען אין ייִדיש-לימודים.
דעם האַרבסט וועט אַרויסגיין דער דריטער טייל פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע "דער בוים פֿון לעבן" (זען — www.wisc.edu/ wisconsinpress/books/3801.htm ). דאָס איז אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿונעם בוך, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין מעלבורן, אויסטראַליע, אין יאָר 1985. די ענגלישע איבערזעצונג האָט געמאַכט די שרײַבערין צוזאַמען מיט איר טאָכטער, גאָלדי מאָרגענטאַלער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגלישער ליטעראַטור. אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, איז די טרילאָגיע אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1972. אין יסוד פֿונעם בוך ליגן דער שרײַבערינס אייגענע איבערלעבונגען אין לאָדזשער געטאָ. |
|
















קהילה־לעבן