User loginSearch |
דאָס וואָרט "באַווײַזן" — איז אַ פֿאַרפֿירעריש וואָרט, ווײַל אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן קען עס האָבן גאָר פֿאַרשיידענע באַטײַטן. אָבער אומאָפּהענגיק פֿון דעם אָדער יענעם באַטײַט האָט עס אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט אַ ביסל אַן אַנדער אויסזען: "באַוויזן". עס בײַט זיך ענלעך צו זײַן קירצערן שוועסטער-וואָרט: "ווײַזן" — "געוויזן". דער וואָקאַבולאַר פֿון אַ פּוילישן ייִדן קען שטעלן אין אַ פֿאַרלעגנהייט אַ רעדער פֿון אַן אַנדער דיאַלעקט. אַ שטייגער, אַ מענטש, וואָס טראָגט אויף זיך "גרעט", וועט אפֿשר ניט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס מע לייגט אים פֿאָר אָנצוטאָן "וועש". אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע "מיספֿאַרשטייענישן" רופֿן אַרויס די ווערטער, וועלכע קלינגען פּונקט ווי אין אַנדערע דיאַלעקטן, אָבער האָבן ספּעציפֿישע באַטײַטן. גאַנץ אָפֿט שפּיגלט עס אָפּ דעם אונטערשייד צווישן פּויליש און אוקראַיִניש צי רוסיש. למשל:
אַזוי באַשרײַבט דאָס פּאָפּולערע ייִדישע ליד די געפֿילן פֿון אַ פֿאַרליבטן ייִדישן בחור. אָבער די קאָנסטרוקציע "בײַ מיר", "בײַ דיר" און אַזוי ווײַטער רופֿט אָפֿט אַרויס שוועריקייטן בײַ סטודענטן, בפֿרט ענגליש-רעדנדיקע. איז לאָמיר זיך אַ ביסל פֿאַנאַדערקלײַבן אין דעם ענין. |
|















קהילה־לעבן