User login |
יעדער האָט געקאָנט זען, אַז ייִדיש איז אַ מעכטיקער, רעאַלער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטורעלער לאַנדשאַפֿט. די ייִדישע שפּראַך האָט געהילכט איבערן גרויסן סטאַדיאָן־פֿעלד, די פּנימער פֿון די רעדנער האָט מען געוויזן פֿון די ריזיקע עקראַנען, און דער עולם — בערך 50—60 טויזנט נפֿשות — האָט זיך מיט אויפֿמערק צוגעהערט. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ טייל פֿונעם שכנישן "נאַציאָנאַלן טעניס־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון בילי דזשאַן קינג", ווײַל דער "סיטי־פֿילד" איז שוין געווען אינגאַנצן געפּאַקט. עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז נישט אַ מאַמע־לשון, נאָר גאָר אַ "טאַטע־לשון". די רעדנער און דער פֿאַרזאַמלטער עולם זענען געווען דורכאויס מענער — כּמעט אויסשליסלעך חרדים אין שוואַרצע מלבושים. די סיבה, צוליב וועלכער די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרנומען אַזאַ בכּבֿודיק אָרט אינעם ניו־יאָרקער לעבן, איז געווען אַן אומגעוויינטלעכע: די רבנים האָבן געדרשנט וועגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ און דערקלערט זייער פּסק, אַז אַ ייִד טאָר בשום־אופֿן נישט באַנוצן די אינטערנעץ אָן אַ שטרענגן פֿילטער — און אַפֿילו דעמאָלט מוז מען קודם קריגן אַ היתּר בײַ אַ רבֿ, כּדי צו נוצן עס בלויז בײַ דער אַרבעט.
די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ. דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט. מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג.
בײַ די פּראָטעסטאַנטן איז די מעשׂה אַנדערש. אין פּרינציפּ, גלייבן זיי, אַז יעדער קריסט קאָן טעאָרעטיש אויספֿירן אַלע פֿונקציעס פֿון אַ גלח. למעשׂה, זענען ס׳רובֿ פּראָטעסטאַנטישע גרופּעס גענוג שטרענג אָרגאַניזירט, און בלויז אַ מענטש, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלן בילדונג־אַנשטאַלט, קאָן זאָגן, געוויינטלעך, אַז ער איז אַ פּאַסטאָר אָדער אַ פּרעסוויטער. להיפּוך, באַטראַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט דאָס רבנות פּרינציפּיעל אַנדערש און דערמאָנט, אין אַ סך אַספּעקטן, דעם מוסולמענישן מאָדעל פֿון גײַסטיקער פֿירערשאַפֿט. אַן אימאַם בײַ די סוניטן איז אַ קענער פֿון איסלאַם, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ רעליגיעזער קהילה און ענטפֿערט אויף די שאלות. בײַ די שיִיִטן ווערט דער דאָזיקער טערמין באַנוצט בלויז לגבי אַ קליינער צאָל פֿון צוועלף אָדער זיבן יחידים פֿון אַמאָל, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי גרויסע צדיקים, מיט וועלכע קיין הײַנטיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאַרגלײַכן. די דאָזיקע אמונה איז אויסערגעוויינטלעך ענלעך צו געוויסע דאָקטרינעס פֿון די ליובאַוויטשער חסידים; דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערן אַרטיקל.
דער חתם־סופֿר האָט באַמערקט, אַז זינצהיים איז געווען "מגלה טפּח ומכּסה טפֿחיים" — דאָס הייסט, אַז ער האָט זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי צו געבן באַפֿרידנדיקע ענטפֿערס אויף נאַפּאָלעאָנס קשיות, און פֿאָרט נישט אַרויסצוזאָגן אַזעלכע ענינים, וואָס וואָלטן געקאָנט ברענגען דעם אימפּעראַטאָר אין כּעס. אויב מע לייענט איבער געוויסע דאָקומענטן, וועלכע זינצהיים האָט אונטערגעשריבן, באַווײַזט זיך אַ מערקווירדיקער, אַפֿילו אַ ראַדיקאַלער, חילוק אינעם געדאַנקען־גאַנג פֿון די דאָזיקע צוויי רבנים. זינצהיים איז געווען באַקאַנט אין זײַן תּקופֿה ווי דער גרעסטער תּלמיד־חכם אין פֿראַנקרײַך. זײַן וויכטיקער גמרא־פּירוש, "יד דוד", זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אָפֿענבאַך, אינעם יאָר 1799, און איז איבערגעדרוקט געוואָרן אין די 1960ער יאָרן דורך "מכון ירושלים". צום מערסטן איז ער אָבער באַקאַנט ווי דער ראָש פֿון נאַפּאָלעאָנס סנהדרין, וועלכער האָט באַהאַנדלט און גוטגעהייסן די תּשובֿות אויף 12 קשיות, וועלכע דער פֿראַנצויזישער אימפּעראַטאָר האָט געפֿרעגט בײַ די ייִדישע אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן און מנהיגים. נאַפּאָלעאָן איז געבליבן צופֿרידן מיט די ענטפֿערס, און האָט געשטעלט זינצהיימען ווי דעם ערשטן הויפּט־רבֿ פֿון דער "צענטראַלער קאָנסיסטאָריע" — אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי די וויכטיקסטע ייִדישע אינסטיטוציע אין פֿראַנקרײַך.
נישט לאַנג צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַנרי קאָרבענס בוך "די געשיכטע פֿון איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע". קאָרבען (1903—1978), אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, איז געווען אַן אויסגעצייכנטער קענער פֿון סופֿיזם — דער מוסולמענישער מיסטיציזם. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם פֿאָרמעלן "טרוקענעם" צוגאַנג פֿונעם גרויסן אַקאַדעמישן קבלה־פֿאָרשער גרשום שלום, וועלכער האָט געלעבט אין דער זעלבער תּקופֿה, האָבן קאָרבענס ווערק אַ וווּנדערלעכן ראָמאַנטישן טעם.
די ערשטע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין דער רוסישער אימפּעריע זענען אויפֿגעקומען אינעם יאָר 1807. עטלעכע גרופּעס קאָלאָניסטן — דער עיקר, ווײַסרוסישע ליטוואַקעס — האָבן זיך באַזעצט אין דער כערסאָנער גובערניע, מיזרח־אוקראַיִנע, און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון אַ גאַנצן קלאַס פֿון ייִדן־פּויערים. צום יאָר 1810, זענען אינעם דאָזיקן ראַיאָן שוין געווען נײַן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, וווּ עס האָבן געוווינט שוין 3,640 תּושבֿים. נאָך עטלעכע גאָר שווערע יאָר פֿון מיגראַציע און באַהערשונג פֿונעם נײַעם לעבנס־שטייגער, האָט זיך אין אַ צאָל ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אַנטוויקלט אַ בליִענדיקע ווירטשאַפֿט. זייער דערפֿאָלג האָט צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון אַ צאָל פֿילאַנטראָפּן און טוער, לאַוו־דווקא אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט אַריבערצוברענגען די ייִדישע פֿאַרמער פֿון מיזרח־אייראָפּע אין אַנדערע לענדער. אַ טייל אַזעלכע פּלענער זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן מיט מזל. למשל, באַראָן מאָריס דע הירש, אַ רײַכער דײַטשישער ייִד, האָט געשטיצט די אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע פֿאַרמער־קאָלאָניעס אין אַרגענטינע, וווּ עס האָט זיך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַן אוניקאַלע אייגנאַרטיקע קולטור פֿון ייִדישע "גאַוטשאָס".
דאָס ווערטערבוך ווערט באַגלייט מיט אַ קורצן איבערבליק פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק, אָנגעשריבן אויף רוסיש דורך אַלכּסנדרה פּאָליאַן — אַן אַנדער יונגע רוסלענדישע ייִדישיסטקע און ווינסשאַפֿטלערין, וועלכע פֿירט ייִדיש־לעקציעס אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט — איינער פֿון די סאַמע בכּבֿודיקע בילדונג־אַנשטאַלטן אינעם לאַנד. דאָס נײַע ווערטערבוך קומט אויך מיט צוויי ספּעציעלע בײַלאַגעס: אַ קאָמפּאַקטל מיט לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר ייִדיש־תּלמידים, אַרײַנגערעכנט 5 טשיקאַווע קאָמפּיוטערישע שפּראַך־שפּילערײַען, און אַ קאָמפּלעט פֿון קאַרטלעך מיט ייִדישע אותיות און שפּריכווערטער, געשאַפֿן דורך דער מאָסקווער קינסטלערין רבֿקה בעלאַרעוואַ. ביז הײַנט, איז דאָס איינציקע פֿולווערטיקע ווערטערבוך, וואָס האָט געהאָלפֿן אַ סך רוסיש־רעדער אויסצולערנען ייִדיש און צו באַרײַכערן זייער ווערטער־לעקסיקאָן, געווען דאָס גרויסע רוסיש־ייִדישע ווערטערבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון משה שאַפּיראָ, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין מאָסקווע אינעם יאָר 1984. דאָס דאָזיקע ווערטערבוך — טאַקע אַ גוואַלדיק־גוטע — איז אָבער באַגרינדעט אויף דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע פֿון ייִדיש און דערלויבט איבערצוזעצן בלויז פֿון רוסיש אויף ייִדיש. דערצו, ווערט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ שווערער צו געפֿינען די אַלטע עקזעמפּלאַרן פֿונעם דאָזיקן ווערטערבוך אין די קראָמען.
דער חילוק צווישן פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם — הגם ס׳רובֿ חסידים קענען נישט, מסתּמא, אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען — באַשטייט אין דעם, וואָס פֿאַר אַ פּאַנטעיִסט איז אַלץ ממש ג־ט, און אַ פּאַנענטעיִסט האַלט, אַז דער אוניווערס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אָדער איז אָנגעפֿילט מיטן ג־טלעכן חיות. אין פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס טרעפֿן זיך ביידע פֿילאָסאָפֿיעס, אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס. ס׳רובֿ הײַנטיקע אונגאַרישע און גאַליציאַנער חסידים פֿאַרנעמען זיך נישט סיסטעמאַטיש מיט קבלה און שטודיעס פֿון חסידישע טעאָריעס. זייער חסידות דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין מלבושים, מאכלים, נוסח פֿון דאַוונען, גיין צום רבינס טיש און אַנדערע פּראַקטישע מינהגים. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע גרופּע אין דער וועלט — זענען בכלל נעענטער צום מתנגדישן דרך; רבי יואל טייטלבוים ז״ל האָט געהאַלטן, אַז דער אַלטער דרך פֿון בעל־שם־טובֿ איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר איז די עיקר־עבֿודה צו זײַן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לערנט די גמרא, לעבט על־פּי שולחן־ערוך און טוט חסד. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים, טראַכטן נישט די סאַטמאַרער, אַז אַ יונגער־מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט אין אַ כּולל, איז העכער ווי אַ פּשוטער אַרבעטער. אַדרבה, דאָס אַרבעטן און געבן צדקה איז פּונקט אַזוי הייליק, ווי דאָס תּורה־לערנען. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג גופֿא ווערט אָבער אויסגעדריקט דער אַלגעמיינער חסידישער פּאַנענטעיִזם. אַפֿילו אַזאַ גשמיותדיקע זאַך, ווי פּרנסה, איז בעצם הייליק.
אינעם יאָר 1901 האָט מען געשיקט דעם ערשטן ראַדיאָ־סיגנאַל איבער דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן. פֿאַר דעם, איז די קאָמוניקאַציע צווישן אייראָפּע און אַמעריקע געווען באַגרענעצט. הגם דער ערשטער טראַנסאַטלאַנטישער טעלעגראַף־קאַבל האָט אָנגעהויבן אַרבעטן נאָך אינעם יאָר 1858, האָט ער אָפּגעאַרבעט בלויז אַ חודש. דורך די שפּעטערדיקע, מער דערפֿאָלגרײַכע קאַבלען האָט מען געקאָנט איבערשיקן בלויז עטלעכע ווערטער אין אַ שעה צו אַ פּאָר אַבאָנענטן. ערשט אינעם 20סטן יאָרהונדערט, צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון דער ראַדיאָ־אַפּאַראַטור, איז געוואָרן מעגלעך גיכע און פֿאַרלאָזלעכע פֿאַרבינדונג צווישן די קאָנטינענטן. אינעם יאָר 1903 האָבן די ברידער אָרוויל און ווילבור רײַט געשאַפֿן דעם ערשטן עראָפּלאַן. דער היסטאָרישער פֿלי האָט פֿאַרלייגט דעם אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה, ווען נישט בלויז אינפֿאָרמאַציע, נאָר די מענטשן אַליין האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט אַרומצופֿאָרן גיך איבער דער וועלט. נישט געקוקט, וואָס דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָגרעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט געמאַכט די מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער נענטער איינער צום צווייטן, זענען די טעכנאָלאָגיעס אויך געוואָרן אַ יסוד פֿון דער טויט־מאַשין, וועלכע האָט אומגעבראַכט צענדליקער מיליאָנען נפֿשות בעת די צוויי וועלט־מלחמות.
אינעם צווייטן "ספֿר־חשמונאָים" ווערט דערציילט, אַז 8 טויזנט בבֿלישע ייִדן האָבן אַ מאָל געהאָלפֿן 4 טויזנט גריכן צו באַזיגן די גאַלאַטן; די גריכן האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן, אָבער די ייִדן האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף דעם אייבערשטן און צעשטערט די ריזיקע גאַלאַטישע אַרמיי פֿון 120 טויזנט סאָלדאַטן. דער ערשטער און דער צווייטער "ספֿר־חשמונאָים" אָדער "ספֿר־המכּבים" זענען גריכישע ווערסיעס פֿון אוראַלטע אַפּאָקריפֿן, וועלכע דערציילן וועגן דער מלחמה פֿון די חשמונאָים קעגן דער גריכיש־סירישער אימפּעריע. ווי מע זעט פֿון געוויסע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, איז דער ערשטער טעקסט אָנגעשריבן געוואָרן בײַם אָנהייב אויף לשון־קודש, אָבער פֿאַרהיט געוואָרן בלויז אין דער גריכישער איבערזעצונג. דער צווייטער טעקסט, וואָס אַנטהאַלט מער פּרטים וועגן דעם חשמונאָיִשן אויפֿשטאַנד, איז מסתּמא אַן אָריגינעל גריכיש ווערק, אַ פֿראַגמענט פֿון אַ פֿינף־בענדיקער סעריע היסטאָרישע ביכער, וואָס זייער מחבר, מיטן נאָמען יאַסאָן, איז געווען אַ העלעניסטישער ייִד און האָט געלעבט אין דער גריכישער קאָלאָניע קיריני, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן לבֿנון, מיט איבער 2100 יאָר צוריק.
דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין אַ סך מאָל געלויבט די הײַנטיקע חסידישע קהילות אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער פֿאַר דעם, וואָס זיי שטיצן די ייִדישע שפּראַך און שאַפֿן דערפֿאָלגרײַכע, גיך־וואַקסנדיקע ייִדיש־רעדנדיקע ייִשובֿים. הגם די חסידים באַציִען זיך מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, האָבן זיי אַנטוויקלט אַן אייגענע נעץ פֿון ייִדישע צײַטונגען און פֿאַרלאַגן, וועלכע פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר פּאָפּולערע ביכער, אוידיאָ־קאָמפּאַקטלעך און אַנדערע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. די חסידים פֿאַרדינען טאַקע אַ גרויסן יישר־כּוח פֿאַר זייער געטרײַשאַפֿט צו דער אויטענטישער אַשכּנזישער קולטור און פֿאַר זייער גרויסער ראָלע אין דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך. נישט אַלע ייִדישע אויסגאַבעס, וואָס קומען אַרויס פֿון די שטרענג־חרדישע סבֿיבֿות, פֿאַרדינען אָבער אַ לויב־געזאַנג; עס טרעפֿן זיך אויך, צום באַדויערן, אַזעלכע ביכער, וואָס זייער אינהאַלט קאָן אַרויסרופֿן ממש אַן איבל בײַ אַ פּראָגרעסיוו־געשטימטן מענטש, און וואָס מע קאָן זיי פֿאַרגלײַכן, אָן אַ גוזמא, צו די עקלדיקע ראַסיסטישע בלעטלעך פֿונעם "קו־קלוקס־קלאַן". |
Search |
































קהילה־לעבן