ייִדיש־סטודענטן װאָס זענען שױן אין די יאָרן

Heritage Yiddish Speakers Return to the Classroom

Yehuda Blum

פֿון איציק בלימאַן

Published July 03, 2016, issue of June 25, 2016.

— „װער איז דער לערער?“

— „דער בײבי דאָרטן!“

אַזױ האָבן רעאַגירט צװײ סטודענטקעס װען איך בין צום ערשטן מאָל אַרײַן אין אַרבעטער־רינג לערנען דעם שפּראַכקורס „שמועסן פֿאַר אָנהײבערס“. װי אַ יונגער ייִדיש־לערער האָב איך נישט אײן מאָל געלערנט עלטערע לײַט, װאָס האָבן באַװוּנדערט מײַנע „יונגע כּוחות“ (און אַפֿילו געפּרוּװט מיך משדך זײַן מיט זײערע טעכטער). איך בין שױן צוגעװױנט דערצו. אָבער אין דעם פֿאַל בין איך אױך געװען אַ ביסל שאָקירט פֿון דעם אונטערשײד אין עלטער צװישן מיר און מײַנע סטודענטן: איך בין געװען דער ייִנגסטער אין קלאַס… מיט קנאַפּע פֿערציק יאָר.

איך האָב געװוּסט פֿון פֿריִער אַז אױפֿן קורס האָבן זיך פֿאַרשריבן דװקא נישט קײן „אָנהײבערס“, נאָר עלטערע מענטשן װאָס קענען ייִדיש פֿון דער הײם — ס’רובֿ קינדער פֿון אימיגראַנטן. איך האָב אױך געװוּסט אַז זײ קענען נישט לײענען דעם אַלף־בית (און האָבן בפֿירוש נישט געװאָלט, מיר זאָלן זיך אָפּגעבן מיטן אײַנחזרן די ייִדישע אותיות). דערפֿאַר האָב איך זיך געדאַרפֿט באַגײן אָן מײַנע געװײנטלעכע לערן־מאַטעריאַלן און צוגרײטן נײַע זאַכן געשריבן מיט דער ייִװאָ־ראָמאַניזירונג. (די הײמאַרבעט האָבן זײ אַװדאי געשריבן מיט װאָס פֿאַר אַן אָרטאָגראַפֿיע ס’איז זײ נאָר אײַנגעפֿאַלן.)

דאָס לערנען עלטערע סטודענטן פֿאָדערט אין גאַנצן אַן אַנדער שיטה. ס’איז זײער שװער, למשל, פֿאָרױסצוזאָגן װעלכע שפּראַכיקע און קולטורעלע ענינים װעלן דעם סטודענט זײַן באַקאַנט און װעלכע פֿרעמד. אױף אַ לעקציע װעגן חתונה האָבן און משפּחה־גלידער (און די אַלע װערטער װאָס האָבן צו טאָן מיט די צװײ טעמעס) מיך איבערראַשט, װאָס אײן סטודענטקע האָט אונדז דערקלערט די אַלטע ייִדישע טראַדיציעס פֿון „שרײַבן תּנאָים“. אָבער אױף אַ צװײטער לעקציע װעגן דער ייִדישער מוזיק האָב איך זיך דערװוּסט, אַז נישט קײן אײן סטודענט האָט פֿריִער געהערט דעם נאָמען איציק מאַנגער אָדער זײַן ליד „אױפֿן װעג שטײט אַ בױם“.

בײַ מיר איז די גרעסטע פֿרײד פֿון לערנען אַזאַ גרופּע געװען צו רעדן מיט זײ אײנציקװײַז און הערן װי אַזױ זײ דריקן זיך אױס אין זײער מאַמע־לשון. אמת, דער פֿאַקט װאָס זײ האָבן אַזױ לאַנג נישט געניצט די שפּראַך שאַפֿט פֿאַר זײ אומבאַקװעמלעכקײטן בײַם רעדן פֿרײַ, און אַ סך װערטער פֿון דער מאָדערנער װעלט האָבן זײ פּשוט נישט געקענט. אין זײער הײמאַרבעט האָבן זײַ אָפֿט געמאַכט גרײַזן (למשל, שרײַבן „מײַנע פֿרױ“ אַנשטאָט „מײַן פֿרױ“, אָדער „הײַנט איך גײ“ אַנשטאָט „הײַנט גײ איך“) — אַזעלכע גרײַזן װאָס זײ װאָלטן בשום־אופֿן נישט געמאַכט בײַם רעדן. און צוליב דעם װאָס אין ענגליש ניצט מען זײער זעלטן די טאָפּיקאַליזאַציע (ד”ה, שטעלן דעם אָביעקט אָנהײב זאַץ: „דעם קוגל האָט יאָסל אױפֿגעגעסן“ אַנשטאָט „יאָסל האָט אױפֿגעגעסן דעם קוגל“) האָבן זײ דאָס זעלטן װען געניצט אין ייִדיש.

נישט געקוקט אױף די אַלע שװעריקײטן איז ייִדיש בײַ זײ טיף אײַנגעבאַקן — אַ שפּראַך װאָס זײ האָבן זיך נאַטירלעך אױסגעלערנט פֿון טאַטע־מאַמע אין די קינדער־יאָרן. דערפֿאַר קומט אױס צו הערן בײַ זײ אַזעלכע אַלטע װערטער, דער עיקר אַמעריקאַניזמען, װאָס זענען אַ מאָל געװען זײער פֿאַרשפּרײט אָבער הײַנט קלינגען זײ שױן אַ ביסל אַלטמאָדיש. איך האָב זײ עטלעכע מאָל געפּרוּװט אױסלערנען די פֿאַרשידענע ייִדישע װערבן װאָס דעקן זיך מיטן ענגלישן „to like“ („איך האָב דאָס ליב“, „דאָס געפֿעלט מיר“, „דאָס עסן שמעקט מיר“), אָבער די סטודענטן האָבן װײַטער געניצט דעם װערב „גלײַכן“ („איך גלײַך דעם פֿילם“). אַז אַ מענטש קען זײַן אַ „חתונה־געהאַטער“ איז זײ געװען פֿרעמד; זײ האָבן בעסער געװאָלט ניצן „פֿאַרהײראַט“. אײן סטודענטקע האָט געניצט די פֿראַזע „אַ פֿולע“ (ד”ה, „אַ סך“) און אַנדערע װערטער, װאָס זי האָט געירשנט פֿון אירע עלטערן, װאָס זענען געבױרן געװאָרן אין דער ליטע.

איך בין זײער צופֿרידן, װאָס דער אַרבעטער־רינג האָט מיר געגעבן די געלעגנהײט צו לערנען אַזאַ פּרעכטיקע גרופּע סטודענטן, בײַ װעמען איך האָב זיך אַלײן אַ סך אױסגעלערנט — נישט נאָר װעגן דער ייִדישער שפּראַך, אָבער אױך װעגן װי אַזױ אָנצופֿירן מיט אַ קלאַס, װוּ נישט אַלע סטודענטן רעדן די שפּראַך אױפֿן זעלבן ניװאָ. איבער אַכט טאָג מאָנטיק הײבט זיך אָן די זומער־פּראָגראַם בײַם ייִװאָ, װוּ איך װעל זײַן דער לערער פֿון גראַמאַטיק אױף דער דריטער מדרגה. כאָטש דער קורס װעט האָבן אַ סך מער סטרוקטור און די סטודענטן װעלן זײַן מער איבערגעגעבן זײערע לימודים, בין איך זיכער, אַז מײַן איבערלעבונג מיט די עלטערע ייִדיש־רעדערס װעט מיר שטאַרק צו ניץ קומען.