Oyneg Shabes

פּרעכטיקע פֿאָרשטעלונג פֿון „דאָס גרויסע געווינס‟ אין פֿראַנקרײַך

Delightful Performance of "The Lottery" in France

  • Print
  • Share Share

געוויינטלעך שטעל איך ניט אַרויף קיין ווידעאָס ווי אַ טייל פֿון „עונג־שבת‟ ביז איך האָב אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי. אין דעם פֿאַל האָב איך דערפֿילט, אַז דאָס שטיקל פֿילם איז פּשוט צו גוט צו האַלטן בײַ זיך. דערצו האָב איך ניט קיין שום אַנונג, ווער עס האָט אים געשאַפֿן אָדער ווער טרעט אויף אין אים אָדער אַפֿילו וווּ איך וואָלט געקענט אויסגעפֿינען די דאָזיקע זאַכן. שטעל איך דעם פֿילם אַרויף, מיט דער האָפֿענונג, אַז איר, דער לייענער, וועט האָבן אויף דעם אַן ענטפֿער.

עס גייט די רייד וועגן אַ חנעוודיקן שטיקל פֿילם פֿון 13 מינוט, אין וועלכן אַ טרופּע פֿון טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן שטעלן פֿאָר אַ סצענע פֿון שלום־עליכמס „דאָס גרויסע געווינס‟ מיט אַן עכטן ייִדישן טעם. ווען ניט די פֿראַנצייזישע אונטערקעפּלעך אָדער דער פֿאַקט, אַז עס שטייט לעבן דעם פֿילם אַז מע האָט אים געמאַכט אין פּאַריז אין 1967, וואָלט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז ס׳איז אַ פֿילם פֿון אַ פֿאַרמלחמהדיקער טעאַטער־טרופּע.

אויב איר ווייסט ווער עס שפּילן די ראָלעס, וואָס פֿאַר אַ טרופּע דאָס איז געווען אָדער ווער עס האָט געמאַכט דעם פֿילם (און אויב עס זענען בנימצא ענלעכע פֿילמען), זײַט אַזוי גוט און שיקט מיר אַ בליצבריוו אויף kutzik@yiddish.forward.com און איך וועל שרײַבן אַ צוגאָג צום דאָזיקן פּאָסט.