Oyneg Shabes

ווידעאָ: פּאַראָדיע פֿון פּרצעס פּאָעמע וועגן אָפּגעפֿאָרענעם ישיבֿה־בחור

WATCH: Peretz's Poem About Fallen Yeshiva Student, Parodied

  • Print
  • Share Share

דער פּאָפּולערער בראָדוויי־מיוזיקל Wicked (בייזהאַרציק) האָט ווידער פּאָפּולאַריזירט אַן אַלטע שיטה אין דער דראַמאַטורגיע — דאָס פֿאַרוואַנדלען באַקאַנטע אַנטאַגאָניסטן אין סימפּאַטישע העלדן דורכן לאָזן דעם עולם הערן וואָס איז געשען פֿון זייער פּערספּעקטיוו.

אינעם פֿאַל פֿון Wicked, למשל, הערט מען די באַרימטע סיפּור־המעשׂה פֿון ל. פֿרענק באַומס Wizard of Oz [„מכשף פֿון אָז‟], פֿונעם קוקווינקל פֿון דעם ראָמאַנס הויפּט־אַנטאַגאָניסטקע „די בייזהאַרציקע מכשפֿה פֿון מערבֿ‟. אין Wicked דערוויסט מען זיך וואָס די מכשפֿה אַליין טראַכט און פֿילט; בקיצור — אַז זי איז גאָרניט שולדיק געווען און אַז די געשיכטע וואָס אַלע קענען פֿונעם ראָמאַן איז אַ פֿאַלשע.

פּונקט אַזאַ סצענאַר לייגט פֿאָר יעד בירן אין זײַן מאָנאָלאָג, נאָר דאָס מאָל — רעדט זיך וועגן דער גויע „מאַריע‟ אין י. ל. פּרצעס „מאָניש‟ — אַ פּאָעמע וועגן אַן אָפּגעפֿאָרענעם ישיבֿה־בחור. אין בירנס נוסח איז מאַריע געווען אַן אומשולדיק מיידל, וואָס האָט סתּם געוואָלט זינגען, און ניט חלילה קיין געצײַג, וואָס לילית האָט אויסגענוצט כּדי אַראָפּצורײַסן מאָנישן פֿונעם ריכטיקן וועג. מאַריע ווערט געשפּילט דורך דער אַקטריסע יעל יעקל, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר ייִדיש־שפּראַכיקער פּאַראָדיע פֿון נטע ברזליס Boy „גוי‟.

דעם מאָנאָלאָג האָט מען געשפּילט ווי אַ טייל פֿונעם ספּעקטאַקל אסתּרס קאַבאַרעט בײַם „בית שלום־עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ.