נחמיה וועבערמאַן ווערט פֿאַרמישפּט אויף 103 יאָר תּפֿיסה

Published January 28, 2013, issue of January 25, 2013.

ניו־יאָרק. — נחמיה וועבערמאַן, אַ חסי­דישער קאָנסולטאַנט פֿון דער ברוק­לי­נער סאַטמאַרער קהילה, איז פֿאַר­מישפּט געוואָרן אויף 103 יאָר תּפֿיסה פֿאַר דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון אַ יונג מיידל. ווען וועבערמאַן, בעת זײַנע קאָנ­סולטאַציע-סעסיעס, האָט אָנגע­הויבן זי צווינגען צו האָבן אינטימע באַציִונ­גען מיט אים, איז זי אַלט געווען 12 יאָר.

נחמיה וועבערמאַן
נחמיה וועבערמאַן

ווען דאָס געריכט האָט אַרויסגע­טראָגן דעם ווערדיקט, האָט וועבערמאַן — אַ 54־יאָריקער מאַן — נישט אויסגע­דריקט קיין עמאָציעס און גאָרנישט געזאָגט. די געליטענע, וועלכע איז געוואָרן 18 יאָר אַלט מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט זיך באַקלאָגט, אַז צוליב וועבערמאַנס כּסדרדיקער באַלעסטיקונג, במשך פֿון עטלעכע יאָר, האָט זי געהאַט אַ צעבראָכע­נע קינדהייט. „יעדעס מאָל, ווען איך קוק אַרײַן אין אַ שפּיגל, זע איך אַ פֿרעמד מיידל, וועלכע וויל נישט לעבן אין איר אייגענעם גוף‟. זי האָט דערציילט, אַז דער באַלעסטיקער פֿלעגט זי צווינגען נאָכמאַכן פֿאַרשיידענע סצענעס פֿון פּאָרנאַגראַפֿי­שע פֿילמען, צומאָל פֿיר מאָל אַ וואָך, בעת זײַנע אַזוי-גערופֿענע קאָנסולטאַציעס.

דער ברוקלינער דיסטריקט-פּראָקו­ראָר טשאַרלז הײַנס האָט געזאָגט, אַז בלויז דעם מיידלס דרייסטקייט האָט דער­מעג­לעכט צו פֿאַרמישפּטן דעם פֿאַר­ברע­כער. זי איז אויסגעשטאַנען אַ שטרענגן עדות-אויספֿרעג במשך פֿון פֿיר טעג, וועל­כער האָט זי געמאַכט אומבאַקוועם און גע­בראַכט צוריק די זכרונות פֿון דער גע­צוווּנ­גע­נער פֿאַרבינדונג מיטן קאָנסול­טאַנט, וועל­כע האָט געדוירט פֿון 2007 ביז 2010, און צוליב וועלכן זי האָט מער נישט גע­וואָלט לעבן.

זיצנדיק אינעם געריכט-זאַל צוזאַ­מען מיט איר מאַן, האָט דאָס געליטענע מיידל געמאָלדן, אַז וואָס וועבערמאַן האָט מיט איר געטאָן איז „אין אַ געוויסן זין, ער­גער ווי אַ מאָרד‟ און אַז „אַזאַ וווּנד וועט זיך קאָנען אויסהיילן בלויז נאָך אַ סך יאָרן‟.

וועבערמאַנס אַדוואָקאַט, דשאָרדזש פֿאַרקאַס, האָט באַטאָנט, אַז דער פֿאַר­מישפּטער אָנערקענט נישט זײַן שולד, און האָט געטענהט, אַז דער תּפֿיסה-טערמין איז צו לאַנג. „נקמה טאָר נישט האָבן קיין אָרט אינעם מישפּט‟, האָט צוגעגעבן פֿאַרקאַס.

פֿאַר וועבערמאַנען איז עס, בעצם, אַ ווירטועלער טערמין, וואָס מיינט, למעשׂה, אַז ער וועט אָפּזיצן אין תּפֿיסה זײַן גאַנץ לעבן. כּדי צו באַקומען אַ מעגלעכ­קייט באַפֿרײַט צו ווערן אויף תּנאַי, וואָלט ער געמוזט זײַן 107 יאָר אַלט.

אויפֿן סמך פֿון „דיילי ניוז‟