Yiddish with an Aleph

אַ געשיכטע פֿון טעאַטער בײַ פֿרומע ייִדן

A History of the Theater Among Pious Jews

פֿון יהושע כּהנא

JDN
אַ פּורים־שפּיל בײַ די סקווערער חסידים, לעבן מאָנסי, ניו־יאָרק

אין א צייט וואס אין דער היימישער חסידישער וועלט איז דאס אונטערהאלטן קולטור נישט אזא אנגענומענער עסק, זענען אבער טעאטער שפילן שוין גאנץ לאנג אריינגעפלאכטן אין היימישקייט. דאס רעכנט אויך אריין קאמעדיע אויף א גאנץ הויכער שטאפל. 

די חסידיש יידיש רעדנדיקע וועלט האט באלד נאכן קריג אנטוויקלט א כמו טעאטער קולטור, ריין פון ניבול פה, אבער געבויט אויף די טראדיציאנעלע דראמע מוסטערן. שוין אין די אנהייב רענענסאנס תקופה, ביים 15טן יארהונדערט, האבן אידישע חכמים אין איטאליע פארפאסט געשריבענע דראמעס. עמנואל הרומי איז געווען אן אנגענומענער פרשן אויף תנ”ך, אבער גלייכצייטיג אויכעט א יענער חברהמאן, א מענטש מיט שטארקע יצרים. ער האט געשריבן דראמעס, געמישט מיט עראטישע שטיקלעך און ליצנות. זיינע דראמאס ווערן טאקע געאסערט אינעם שולחן ערוך.

בלויז איין דראמע איז געבליבן כשר, דאס איז גראדע א וואונדערליכע פארשטעלונג פון א איד וואס זיצט אויף א שטיין און א מלאך גיט אים א טור איבער גן עדן און אין גיהנום. דאס ווערט אפגעמאלן מיט אלע פארבן. צווישן די ביימער אין גן עדן זעט ער די צדיקים און אין צווישן די שרעקליכע רויטע פייער צונגען אין גיהנום זעט ער די רשעים. פארשטייט זיך אז אזא דראמע איז געכשרט געווארן אינעם פרומען לאגער, כאטש וואס עמנואל דער לץ ווינשט זיך אליין צו געפונען אין גיהנום, צווישן די גליענדע פייער צונגען, ווייל וועמען וועט ער דען אנטרעפן אין גן עדן — לאנגווייליגע פרומע אידענעס!

א ריכטיגער פארשטעלונג גרייט אויף אפגעשפילט צו ווערן איז צום ערשטן מאל אריינגעברענגט געווארן אינעם אידישן קולטור מיט בערך א דריי הונדערט יאר צוריק. עס זענען אפשר געווען פריערדיגע אבער מיר שמועסן פון די באקאנטע. דאס איז פארפאסט געווארן דורך דער פילפארביקער טאלאנט, ר’ משה חיים ליצאטו, מערסטנס באקאנט צוליב זיין ספר מסילת ישרים, א פרומער מוסר ספר פול מיט עידוד, עצות וויאזוי צו זיין א פרומער ערליכער איד. פון דעם דאזיגן ספר זיינעם קען זיך כמעט דאכטן אז דער ליצאטו איז געווען אן איינפאכער בית המדרש איד, אפגעזונדערט פון די וועלט פון קונסט. דער איבעראשענדער אמת איז אבער, אז ער האט פארמאגט א סך פארבן, ער האט מחבר געווען ספרים אויף אלגעמיינע חכמות אומות העולם, ווי מאטעמאטיק, גראמאטיק, לאגיק און נאך.

ליצאטו איז אויך געווען א בעל דמיון עצום, זיך באגעגנט מיט מלאכים און אפגעשריבן הימלישע סודות ענדליך צום זוהר. אויך האט ער זיך אריינגעלייגט אין די שיך פון דוד המלך און מחבר געווען מזמורים ענליך צו תהילים. ער איז געווען אן איטאליענער, דער וויג פון קונסט, איז ער אלזא געווען דער ערשטער אידישער חכם וואס האט פארפאסט א גרייטע פארשטעלונג, ממש גרייט אויף אפגעשפילט צו ווערן. דאס איז א דראמע איבער שמשון הגיבור און זיין פלישתינער ווייב דלילה. אזא פארשטעלונג וואס אנטהאלט ווייבער וועט, פארשטייט זיך, נישט זיין כשר פאר א לעבעדיגער פארשטעלונג לויט די היינטיגע חרדישע סטאנדארטן.

לעבעדיגע פארשטעלונגען ביי פרומע אידן האבן זיך אנגעהויבן אנצוזען אום פורים. פורים איז אלעמאל א צייט וואס מען מעג טון זאכן וואס א גאנץ יאר טאר מען נישט. שפילן וועגן אחשוורוש, און וועגן יוסף הצדיק מיט די ברידער האבן אנגעהויבן פארגעשטעלט צו ווערן. ביי די טירן האבן „פורים שפילער‟ געמאכט גראמעלעך, טענצעלעך, קורצע סקיצעס וואס ברענגט געלעכטער. פון דארט איז עס ארויף אויף די רבישע טישן. פון איין איינציגער בדחן, אדער פורים רב, איז געווארן א גרופע היימישע ליצנים, שפילער, משמחים, וואס האבן פארגעשטעלט א כמו טעאטער, אין אנהייב בלויז אום פורים, שפעטער אויך ביי רבישע חתונות. גלייך ווי ביי די קאטאליקן, איז דער קערנדל פון קולטור איינגעפלאנצט געווארן אינעם רעליגיעזן צענטער. אלע קונצן מאכער האבן קוים געקענט זיך דערווארטן אויף פורים אדער א רבינס חתונה, דאס איז געווען דער טאג פון זייער תחיית המתים. בלוט פון לעבן האט אין זיי אריינגערונען, דארטן האבן זיי פארפילט זייער נאטירליכער נטיה צו טעאטער קונץ.

דאכט זיך אז ערשט נאך די קריג האט זיך דער דראמע קולטור ביי היימישע אידן שטארק אנטוויקלט. פלוצלינג איז חול המועד פסח געווארן א זמן פאר דראמע; ל”ג בעומר, און דערנאך אום זומער אין די קעמפס. רבנים האבן דאס אין אנהייב געאסערט, אבער דער איסור האט נישט מצליח געווען. דער ענין פון צדקה זאמלען איז אויך באאיינפלוסט געווארן פון דער „וועלט‟. יעצט קען מען שוין מאכן שפילן כדי אויפצוהאלטן די הייליגע מוסדות, די חדרים און שולן, אדער פאר חסד ארגאניזאציעס. פארשטעלונגען ביי די פרויען איז געווארן א געהעריג כשרערע זאך, סתם אזוי אינמיטן ווינטער. איין טאג גייט דער בני בית צום „בעלזער שפיל‟, א צווייטן טאג צום „סקווערער שפיל‟, א דריטן טאג צום „סאטמארער שפיל‟, דאס אלץ אין היימישער אידיש פארשטייט זיך. סאטמאר וועט מקפיד זיין אז די שפילערינס זאלן זיין אונטער צוועלעף יאר אלט, וועגן צנועות סיבות, אבער א שפיל מיט מוזיק, געטענץ, אין א גויאישע צוגעריכטעטער סטאדיאום מיט די לייטיגנס, איז אינארדענונג סתם אין עפעס א ראש חודש אדער סתם א גרינעם דינסטאג. 

די באקאנטסטע שפילן זענען פארשטייט זיך די מענערישע שפילן. דאס קענען מיטהאלטן סיי מענער און סיי פרויען, לעבעדיג אדער רעקארדירט. די מעשיות פון הרב מאיר לעהמאן זענען געווען די אבן דרך פאר שפילן. זיינע מעשיות זענען טאקע די צום מערסטן רירנדיקע פאר א פארשטעלונג; למשל די מעשה פון בוסתנאי, דער שר פון קוצי. אויף רבישע טישן זענען באקאנט געווארן די מונקאטשער און באבעווער שפילן. אין ישיבה איז באקאנט די נייטרא פארשטעלונגען.

ליצים האבן אויך נישט געפעלט. דער באקאנסטער לץ אינעם חסידישן טעאטער איז זעמל, פאר צענדליגער יארן איז ער פאררעכנט געווארן ווי דער בעסטער לץ אין די היימישער פארשטעלונג וועלט. א צווייטער באקאנטער לץ איז שלמה שמש. מען קען אודאי נישט פארגעסן יחצאל, דאס איז דער לץ ביי די יוסף שפילן. טייל יחצאלס זענען געווארן די אינספיראציע פון יעדער גוטמוטיגער שמועס. 


וואָס זענען די הייליקסטע שטעט בײַ ייִדן?

What Are the Holiest Cities For Jews?

פֿון יהושע כּהנא

אלע גרויסע באקאנטע רעליגיעס פארמאגן א הויפט הייליגע שטאט, און דערנאך — אַ צווייטע און דריטע אין ראנג. 

צום בײַשפּיל, ביי די קאטויליקן איז דער קווארטאל פונעם וואטיקאן אין רוים דער הייליגסטער און חשוב’סטער, דערנאך קומט קאנסטאנטינאפאל, דערנאך ירושלים, סאנטיעגא אין צפון שפאניע א.אז.וו.

ביי די סונישע מוסלמענער איז מעקא דער הייליגסטער, דערנאך מעדינא, דערנאך ירושלים, דערנאך באגדאד. 

ביי די הינדוס די זיבן “סאפטא פורי” (עיר קודש) שטעט, אנגעהויבן מיט וואראנאסי, איאדיא, מאצורא, הארידוואר, א.א.וו.

ביי אידן איז דער הייליגסטער שטאט אן ספק ירושלים, חוץ טאמער פרעגט איר א שומרוני, ביי אים איז עס שכם דער שטאט פונעם הר גריזים. אידן פארמאגן אבער נאך חשובע, פארהייליגטע, וויכטיגע און היסטארישע שטעט. עס וואלט געווען אינטרעסאנט זיי צו ראנגען, און צי וואלטן אלע אידישע געמיינדעס זיי ראנגירט די זעלבע.

ביי אידן איז נישט אזוי איינגעפירט צו ראנגירן הייליגע שטעט אויף א צווייטער און דריטער מדרגה. אייגנטליך איז דא איינאיינציגער שטאט וואו די שכינה הקדושה רוט: ירושלים און שוין. נאך ירושלים בענקט מען; נאך ירושלים דאוונט מען; נאך ירושלים צילט מען, דא איז דער צענטער פון די וועלט, דא רוט די שכינה, נישטא קיין שני למלך. 

דער חתם סופר האט א מאל - נאך דעם צפתער ערדציטעניש - געזאגט אז ירושלים האט זיך אנגענומען פאר איר כבוד, האט מען געמאכט צפת פארן מקום תורה און ירושלים — גאטס שטאט — האט מען אפגעלאזט. 

flickr
די שיל א”נ דעם מקובל, רבי יצחק אבוהבֿ, אין צפֿת

לויט דער מסורה פארמאגט ארץ ישראל פיר הייליגע שטעט: ירושלים עיר הקודש, חברון עיר הקודש, צפת עיר הקודש, און טבריא עיר הקודש. דאס הייסט אז עס זענען דא, אויסער ירושלים, נאך הייליגע שטעט, עס זאגט אבער נישט ווער קומט פריער און ווער שפעטער. 

אז חברון איז אן עיר הקודש איז זייער פארשטענדליך. דאס איז די שטאט פון די אבות; דא איז קרית ארבע און אלוני ממרא פון אברהם’ס דריי מלאכים; דא איז די מערת המכפלה, דאס ארט וואו מע האט באגראבן די אבות און די אמהות. מיט חברון לויבט די תורה אויס די שיינקייט פון ארץ ישראל, דא האבן די מרגלים, צווישן זיי - יהושע און כלב - אויסגעפארשט כנען. דוד המלך האט דא אנגעהויבן קעניגן איידער ער האט איינגענומען ירושלים. 

טבריא פארמאגט נישט קיין ביבלישע היסטאריע. אפילו דער נאמען איז א רוימישער. חז”ל באציען זיך אבער צו דער שטאט מיט א סך חשיבות. עס איז טיבורו של ארץ, דער צענטער. דא געפינען זיך די דערוויילטע פירות ארץ ישראל, די איבערגעבליבענע קוואלן פונעם מבול, און פון דאנען וועט קומען משיח. נאטירליך אז אין די צייטן פון חז”ל איז טבריא געווען א גאר חשובער אידישער צענטער. די גרעסטע לייבן פון די תנאים האבן זיך דא געדרייט און געשאפן ניסים: ר׳ שמעון בר יוחאי, ר׳ יהודה הנשיא, און ר׳ מאיר בעל הנס. טבריא איז געבליבן א אידישער צענטער פאר א גאר לאנגער תקופה. דא זענען שפעטער געשאפן געווארן דער תלמוד ירושלמי און באקאנטע מדרשים. נאך שפעטער איז דא אוועקעשטעלט געווארן די ישיבה פון חכמי מסורת המקרא, וועלעכע האבן געשאפן די יסודות פון די נקודות (פינטלעך אויף די פסוקים), מאנכע זאגן אז אפילו די יסודות פון די תפילות ארום שמע ישראל און שמונה עשרה זענען דא געשאפן געווארן. דא האבן זיך שפעטער באזעצט די תלמידים פונעם בעל שם און פונעם ווילנער גאון.

צפת איז די נייעסטע פון די אלע ערי קודש. עס פארמאגט נישט קיין היסטארישער קייט ביז ימי חז״ל, אפילו נישט ביז די צייטן פון די ראשונים. דער ביבליש-קלינגעדיגער נאמען איז אן איבערמאכונג פון אן אראבישן נאמען. צפת איז געווארן חשוב מיט פינף הינדערט יאר צוריק, בערך ווען קראקע אין פוילין איז געווארן חשוב. צפת האט דעמאלס באקומען דער סטאטוס פון דער הויפט מקום תורה פון מזרח. דא האט געוואוינט דער בית יוסף — דער שאפער פון שולחן ערוך; דער אר”י מיט דער רמ”ק — די צוויי וועלעכע האבן אריינגעברענגט דעם זוהר אין יהדות. דא האט געוואוינט דער שאפער פונעם בארימטן פיוט, „לך דודי‟ און אנדערע פון די גרעסטע שאפער און לייבן ביי אידן אין די דורות האחרונים עפאכע.

פון די דריי לעצטע ערי קודש לייגט זיך מיר חברון אממערסטנס אויפן שכל, זי איז שוין חשוב אין די תורה.

טאמער קען נאר אן ארץ ישראלדיגער שטאט הייסן קדוש איז די שאלה פארוואס באר שבע מיטן שכינותדיגער גרר איז נישט קיין חלק פון די קדושים שטעט, דא האבן דאך געוואוינט די אבות? 

שילוא, וואו דער צענטראלער משכן איז געשטאנען קרוב צו 400 יאר, דא האט געוואוינט דער גרויסער בעל מופת אלי הכהן, דא האט זיך געהאדעוועט שמואל הנביא, דער אויפוואכער פון נביאות, דער זאלבער פון מלכות בית דוד. 

און וואס איז מיט דעם הר הבתרים, נעבן דעם בארג חרמון? דא האט דער באשעפער דורך אברהם אבינו’ן געמאכט זיין בונד מיט די אידן. דא פלעגן זיך יעדעס פרשת לך לך צוזאמענקומען מאסן אידן תפילה צו טון. דא איז אויך באערדיגט דער מחבר פונעם תלמוד בבלי, רב אשי.

און אז מען נעמט שוין א שפעטערדיגער צפת, זאל שוין טאקע זיין דער שכינותדיגער מירון, אז מירון איז שוין הונדערטער יארן דער גרעסטער מקום עליה לרגל ביי אידן; וואלט זיך אים אויכעט באדארפט קומען א הקודש. 

און וואס איז מיט דער שטאט יבנה? דא איז געגרינדעט געווארן די ערשטע תורה אינסטיטוציע אין ארץ ישראל דורך די הייליגע תנאים? יבנה איז דער פאטער פון די תורה קעניגרייך.

און צום היינטיגן עיר התורה, בני ברק, דער גרינדער פון עולם התורה אין די היינטיגע עפאכע — דא האבן געוואוינט און געשאפן דער חזון איש, דער סטייפלער גאון, די טאטעס פון תורת ארץ ישראל של ימינו. עס איז עד היום דער חשובסטער צענטער פון דער ישיבישע און חסידישער וועלט.  

אין חוץ לארץ זענען דא שטעט וואס קענען זיך גאנץ פיין פארגלייכן מיט די קודש שטעט לויט זייער היסטאריע און חשיבות. 

לאמיר אנהייבן מיט שושן, דא האט דניאל איש חמודות געהאט די באקאנטע חזיונות, די געטלעכע וויזיעס, דא זענען פארפאסט געווארן די ערשטע לאנגע סליחות און תחנונים דורך דניאל און נחמיה.

דא איז דאך פארגעקומען דער נס פורים דורך מרדכי און אסתר.

און וואס טוט זיך מיט דער מקום קבלת התורה, דער בארג סיני? דא האט נישט בלויז משה רבינו, נאר אויך אליהו זוכה געווען צו זען גאט. דא קומט פאר א בת קול פון הימל יעדן טאג. 

אדער דער מקום וואו אליהו איז ארויף אין הימל לעבעדיג, אריבער דעם ירדן? 

דער מקום ווי יחזקאל הנביא האט בייגעוואוינט די באוואוסטע וויזיע ביים טייך כבר. דארטן האט ער געזען הויקוס ספאוקוס, געשטאלטן, פייערלעך, קאלירן. עס איז ווי א בליק אריין צו די וועלט פון די מלאכים. די וויזיע לייענט מען אום שבועות צו די הפטורה, עס הייסט מעשה מרכבה, די גמרא פארגלייכט זיין וויכטיגקייט צו די מעשה בראשית.

און לאמיר אפיר נעמען די דריי באבלישע תורה צענטערס: נהרדעא, סורא, פומפדיתא, וואו ס‘איז געשאפן געווארן די גמרא. גאנץ אידישקייט דרייט זיך דאך ארום דער גמרא. 

איצט לאמיר שפרינגען קיין שפאניע: קארדאבע און טאלעדא, די היימערטער פון די ערשטע און גרעסטע ספרדישע גדולים. 

די שטעט בארי און אטראנטא אין איטאליע, פלעגט מען אין די אנהייב מיטלאלטער פארגלייכן צו ירושלים, “כי מבארי תצא תורה ודבר השם באטרנטא” (גענומען פון דעם באקאנטן פסוק “כי מציון תצא תורה ודבר השם בירושלים”). 

ווערמייזע, רש”יס שטאט; מאגענצא, די וויג שטעט פון גדולי אשכנז. 

קראקע, דער תורה צענטער פון יהדות פוילין און פון אלע שפעטעריגע אשכנזים. 

צו מאכן א סך הכל וואלט מיין פארשלאג געווען צו ראנגירן לויט די היינטיגע אנערקענוג, אזוי: 

  1. ירושלים 

  2. מירון. נאך אלעם איז דאס ר׳ שמעון בר יוחאי וווהין עס קומט ווייטער א ריזיגע צאל עולי רגל און איז אויך דער צענטער פונעם נייעם חג אינעם אידישן לוח — ל”ג בעומר, חמישה עשר בשבט.

  3. בני ברק ווי א לעבעדיגער קאכלעפל פון אידישקייט עד היום הזה. דער וואוינארט פון די גרעסטע גדולי התורה נאכן קריג. 

  4. צפת, נאך אלעם דאס ארט וואו עס ליגט דער קבר פֿונעם אר”י, אלע וואס קומען אהין שפירן א דערהויבנקייט. 

  5. חברון, מערת המכפילה

פון דא און ווייטער צעטיילט זיך עס לויט די עדות. דאס איז שוין אשׂ באזונדערער שמועס.


יוסי גרינס אַ ניגון פּאַסט נישט פֿאַר קיין היימישן

Yossi Green's Melodies Don't Suit a Hasid

פֿון יהושע כּהנא

יוסי גרין איז דער פאן טרעגער פון קאמפיזאציעס פאר חרדישע פאפולערע מוזיק, זיינע קאמפיזאציעס זענען גאר פארביג און צוציענדיק צו שפילן און זינגען. זיינע דראמאטישע ווערק האלטן געשפאנט די צוהערער ביי א קאנצערט, זיינס א שפאנענדער ניגון באגלייט מיט אויסגעארבעטע מוזיק איז ווי א שיינער פערל. זיינס א וויגליד פאנגט דעם מוזיקאלישן אדער, אזש די אדערן און ביינער ווילן זיך מיטשלעפן אין דער נגינה, אזא געלאסענער מעלאדיע ביי א חתונה סעודה ציט די מוזיקאלישע חושים, עס שרייט ארויס, אט איז א יוסי גרין מוזיק שטיק, זיינע מעלאדישע פעלער פארפלאכטן מיט חכמישע טענער זינגען זיך מיט אפעטיט. א הארא טאנץ זיינער רייצט אויף די געמוטער פון די יוגנט.

אין צוגאב צו זיין פארפאסן כל מיני סטיל מעלאדיעס, חזנות, אפערע, סאלסא, דעבקע, סווינג, און אפילו היימישע תפילה, פלעכטן זיינע מעלאדיעס קונציג צוזאם אלטע תנועות און שאפן אינאיינעם א פרעכטיק בילד פול מיט הויכע פארבן. 

יוסי גרין איז שוין פערציג יאר אין דעם פאך. אלס יונגערמאנטשיק זענען זיינע ניגונים געווען פאר די זינגערלעך, די ווילדע זינגערלעך וועמען טייל בחורים פון כניאקישע שטיבער פלעגן באהאלטענערהייט הערן אין שלאפצימער דורך די אויערלעך (העדפאונס) פון זייער וואקמאן. 

היינט צו טאג זענען די אמאליגע זינגערלעך שוין אידן מיט ווייסע בערד, בעלי משפחות, מחותנים, זיידעס פון א סך אייניקלעך, מחשובי הקהילה, און אפילו משפיעים. יוסי גרין, דער וואס האט פארפאסט, דער חלק הארי, די שטארקסטע, פון זייערע מעלאדיעס טראגט גראדע נישט קיין פולער בארד, אבער אויך ער איז שוין א לאנגיעריגער מחותן צו א שיינער צאל מחותנים פון זיין געזינדל קע”ה, אויך ער איז א זיידע צו א טוץ אייניקלעך בלי עין הרע, און ער איז היינט באקאנט אלס מלחין ותיק, א לאנגיעריגער פארערטער קאמפאזיטאר, א יודע ספר וחובב ספרים, א בא’טעם’טער רעדנער, א בעל מספר און שמועסער, א באגאבטער שרייבער, א איד אנגעזאפט מיט רייכע זכרונות און גוטע ווערטער. בקיצור, א טייערער זיסער אידל, ר’ יוסי גרין, מחבר ניגונים פאר שמחות און תפילות, פאר פתגמים און דברי חכמת חכמי ישראל. 

עס דערגייט היינט אז יוסי ווערט איינגעלאדן צו א סך חסידישע אויפטריטן. ער פארפאסט ניגונים פאר חסידישע הויפן ובתוכם דעם מונקאטשער רבין. זיינע מוזיקאלישע מערכות האבן אויך דערגרייכט גאר פארפרומטע חסידישע הויפן, ובתוכם דער סקולענער חצר, וואו צוויי פון זיינע ניגונים ווערן געזונגען יעדן חול המועד סוכות. אויך די קאפעליע פון ר’ ישראל’טשעס וויזשניץ זינגט זיינע ניגונים, און מען הערט זיי ביי גאר היימישע שבת טישן און בתי כנסיות.

און דא וויל איך צוקומען צו מיין פונקט פארוואס איך האלט אז א ערליכער סאטמארער יונגערמאן זאל נישט זינגען זיינע ניגונים אין הייליגע מאמענטן.

יוסי גרין, טראץ וואס ער איז א זיסער חשובער אידל, איז ער אבער נישט געאייגנט פאר א היימישן חסיד — ספעציעל נישט סאטמאר.

ערשטנס איז יוסי גרין א שנה ופירושניק, אן אפנויגער פון דעם וועג ווי מען האט אים געלערנט, און אפשר אויך א בוגד אין זיין טאטנס רבי’ן און זיין יוגנט רבי – דער סאטמארער רבי זי”ע. ער אליין דערציילט אז זיין פאטער איז ספעציעל געקומען פון ארץ ישראל וואוינען אין וויליאמסבורג כדי צו זיין נאנט צו זיין רבי’ן זי”ע. היינט האט יוסי נישט קיין פראבלעם צו גיין צום כותל און רעדן דערפון בפרהסיה, דאס איז בפירוש קעגן דעם ווילן פון דער סאטמארער רבי.

לשם פירסום האט יוסי זיך אויך געלערנט רעדן און שרייבן עברית. זיין רבי האט געבלוטיגט קעגן דער טמא’נער שפראך וואס ער האט פארגליכן צו א צלם און ער האט דערקלערט אז דאס איז הלכהדיג אסור צו ניצן סיידן אין א נויט. קיין שום ערליכער סאטמארער חסיד פון אמעריקע וועט דאס נישט טון טאמער עס איז נישט באמת נויטיג. פינקי וועבער איז פונקט אזא מפורסמדיגער קאמפאזער ווי ער, מען וועט אבער קיין ווארט עברית נישט הערן פון אים.

אויב איז דאס נישט גענוג דערמאנט יוסי גרין הרב קוק מיט עהרע ברבים און האט אפילו פארפאסט א ניגון אויף זיינע ווערטער. רב קוק איז געווען גאר שארף אפגעפרעגט אין סאטמאר, ער איז פאררעכנט געווארן אלס א מהרס און מסית, א מגלה פנים שלא כהלכה, איינער וואס גיט פאלשע אריינלערונגען אנדערש ווי די הלכה, און אט גייט יוסי און שטעכט א מעסער און רוקן פון זיין רבי’ן און זיין דערציאונג.

2 אויסער זיין בגידה אין זיין טאטנס רבי’ן, אין סאטמאר וואו ער איז אויפגעוואקסן, האט ער בוגד געווען אין זיין חסידישע הנהגה און לבוש. ער איז אויפגעוואקסן אין א חסידישער שטוב, בערך ווי יעדער היימישער פארצייטישער שטוב, מיט מאמע לשון. יוסי גרין איז געגאנגען, אראפ גענומען זיין צלם אלוקים, זיך געקליידעט מאדערן, זיך באזעצט אין א מאדערנע געגנט, און געפירט א מאדערנע שטוב. 

3 „א סך פון זיינע ניגונים זענען ווילד גויאיש מיט א ריח פון ניאוף!‟ אזוי פלעגן שרייען די משפיעים פון אונזערע ישיבות. „ער איז דער וואס האט געפיטערט אין מויל די אלע טרייפענע ניגונים! די צעלאזענע ניגונים וועלעכע פארשטאפן דעם קאפ ושאין בהם ריח של יראת שמים…‟ — די ניגונים קעגן וואס די היימישע מגידי שיעור און מלמדים האבן געקלאגט אז זיי פארדארבן די קינדער. 

עס איז נישט צו פארגלייכן יוסי גרין צו בן ציון שענקער. ר’ בן ציון איז געגאנגען א מאדערענע לבוש ווייל ער איז אזוי אויפגעוואקסן. אדרבה ער איז פון אן אמעריקאנער תורה ודעת בחור געווארן אן אוהב חסידים, און ספעציעל איז ער נתקשר געווארן צו מאדזשיץ. און וואס פארא ניגונים זינגט ער? ניגוני קודש! און זיינע אייגענע פארפאסטע ניגונים פארמאגן א לויטערקייט. כאטש עס מאכט זיך דא און דארטן א טשיקאווע ניגון, האט עס אבער א פארצייטישקייט, און זיכער נישט א ריח פון שירי עגבים, אויסגעלאסענע קלאנגען, לא כן יוסי גרין, ער קען נישט איבערשפילן בן ציון שנקר און זיך טרעפן א רבי און דאס איבעריגע טון וואס ער וויל אין דעם מאדערנעם סיגייט. ביסט אויפגעוואקסן אין די היימישע סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג וואו עס האט אין יעדער ווינקל געשפרודלט מיט היימישקייט און חסידישקייט, אין שאטן פונעם רבן של כל בני הגולה, אזויווי דיינע יונגערע חברים פינקי וועבער און אייזיג האניג. בלייב זיי מוחל דארטן און זוך נישט קיין נייע גליקן.

אויכעט צום אנדערן באקאנטן מאדערנעם קאמפאזיטאר – אבי רוטנבערג – איז ער נישט קיין צושטעל. אבי’ס ניגונים זענען טאקע נישט היימיש אבער ווייט פון שירי עגבים, און ער איז מיט זיין לבוש אזוי אויפגעוואקסן און נישט געווען אן אויבערחכם און בוגד געווען אין זיין מסורה און זיין רבי. 

א סאטמארער איד, און אפילו אן אנדערע חסיד וואס פארשטייט דער מורא רבך כמורא שמים, אז ער זינגט א ניגון פון יוסי גרין ביי אזעלעכע זמנים ווי תפילות און זמירות קודש, אדער לאדט מען אים איין צווישן חסידים צו זינגען און דערציילן אפילו עס איז בלויז איבער מוזיקאלישע טעמעס, קודם גיט ער חיזוק פאר אזא געפירעכץ, ער ווייזט אז עס איז בסדר אפצונויגן פון דרך אבותינו און ער קען דערנאך געניסן עהרע, כבוד ברבים פון די צו וועמען ער האט אויסגעדרייט דעם רוקן, אזש זיינע ניגונים זאלן נאך געזונגען ווערן ביי הייליגע זמנים. עס ווייזט אז מגידי שיעור קענען שרייען קעגן מחברים פון אזעלעכע ניגונים און צום סוף זינגט מען ווייטער זיינע ניגונים ביים שבתדיגן טיש. 

צווייטנס, אפילו זיינע ווארימע ניגונים, אז ער איז דער מחבר פון שירי עגבים, ווי הייליג קען שוין זיין זיינס א ניגון כאטש עס הערט זיך ערנסט און ווארעם. דער רבי זי”ע דערמאנט אומצאליגע מאל דער ענין פון כח הפועל בהנפעל, די השפעה וואס אן אומאויסגעהאלטענער מענטש קען האבן, אודאי איז עס דא אויך שייך, דער מהות פון דעם פאר’גוי’אישטן קאמפאזיטאר, זאפט זיך איין אויכעט אין זיינע “ווארימע” ניגונים, און עס האט אן השפעה. 

מען טאר אים נישט דן זיין, אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, משפט נישט דיין חבר ביז דו ביסט אויף זיין ארט, אבער פון לכף זכות זיין ביז געבן לעגיטימאציע פאר אפקערן מדרך אבותיו ורבותיו אדער פארן זיין דער ערשטער צו פיטערן די כל מיני זינגערס מיט די פא’גוי’אישטע ניגוני הוללות, איז פאלג מיר א גאנג, ווער רעדט נאך פון זיי זינגען אויף די שבת טישן. 

יוסיס ניגונים, ספעציעל די געלאסענע, ציען צו אן עולם, אבער היינט זענען ברוך השם דא ניגונים פון ענליכע קאמפאזערס, פינקי וועבער, מאטי אילאוויטש, וועלעכע האבן נישט גערירט קיין זיז כל שהוא פון מסורת אבותיהם, זענען געבליבן מיט בארד און פאות און היימישן לבוש און נישט געגאנגען פאשען אין פרעמדע פעלדער. 

און אפשר האט אונז טאקע דער באשעפער געשיקט פינקי דערפאר אז מיר זאלן קענען געניסן פון הערליכע דראמאטישע ניגונים אויף א כשר’ן אופן, און נישט ברויכן צוקומען צו יוסי גרין’ס ניגונים.

(הערה: מיין פערזענליכער מיינונג איז אז יוסי איז א העראישער מענטש, א מוסטער פון זיך אויסקלויבן א מהלך און עם כל זה בלייבן א ירא שמים. יוסי איז א משמח אלוקים ואנשים, א טיפער טראכטער און דבוק צו אידישע קינדער און צו אידישקייט מיט אן אהבה עצומה, און צו א סך אמתע ערליכע אידן. איך האב נאר געשריבן לויט ווי א סאטמארער אדער יעדער חסיד וואלט געדארפט קוקן די זאך.)


הערט: פֿאַרשפּרייטע ייִדישע אויסדרוקן אויף דער חסידישער גאַס

Listen: Common Yiddish Expressions Among the Hasidim

פֿון יהושע כּהנא

די ערשטע אין אַן אָנגייענדיקער סעריע.


שטאָף וואָס אַ חסיד וועט יאָ טראָגן, און וואָס — נישט

Materials That a Hasid Will and Will Not Wear

פֿון יהושע כּהנא

Wikimedia Commons
‫דער ערלויער רבֿ‬ טראָגט אַ ווײַסע חסידישע שאַל

המשך פֿון אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל

ווען מען גייט דעם חסידישן חתן אויסשטאפירן, נעמט מען אין באטראכט א ווייסן שבת שאל. דאס איז ווי א טייל פונעם חסידישן מלבוש. מיטן ווייסן שאל פאר’שבת’דיגט מען זיך, פאר’יום־טוב’ט מען זיך, ווען מען גייט ארויס פון שטוב נאך דעם ווי די אידענעס בענטשן ליכט, מען הילט זיך איין אינעם שאל ווי אין מלאכישע פליגל, און מען איז גרייט אריינצופאלן אין די ארעמס פון שבת המלכה.

פערזענליך האב איך געהערט פון פארצייטישע אידן, אז א ווייסער שאל איז נישט קיין אמאליגער שבת לבוש פון דער אלטער היים. נו, ווייסקייט אום שבת ברויך נישט קיין אלטער היים, וואס אימער איז ווייס איז דאך סייווי שבתדיג.

וואס טוט זיך מיטן שאל זעלבסט, פארגעס וועלעכער קאליר, דארף א שבתדיגער איד א שאל אום שבת? די גמרא דערציילט גראדע אז א חכם, א זון פונעם באַקאַנטן אליעזר בן הורקנוס, איז אום שבת געגאנגען אין א שאל. הייסט דאס אז מיר האבן פארן שאל אום שבת א חז”ל’ישע מקור? דער אמת איז אז ניין, די מעשה ווערט געבראכט אונז צו פסק’נען וויאזוי מען מעג דעם שאל אנבינדן אויף אן אופן אז מען זאל נישט מחלל שבת זיין. אז עס איז קאלט גייט מען דאך סייווי א שאל אדער סיי וואס איבערן נאקן, זאל זיין שבת זאל זיין אינדערוואכן, זאל זיין א איד זאל זיין אן ערל.


אויך א ווייס געקנעפלט העמד איז איינע פון די יסודות פון א חרדישן אויסזען. ביים רבי’שן חסיד איז דער העמד אביסל מער לויז און כניאקיש; קען מען דאס פארגלייכן צום כהונישן בגד, דער כתונת וואס דער רבי טייטשט ווי א העמדל? שטעלט זיך ארויס אז נישט! דער כתונת איז באמת א טוניק, ענלעך מער צו א לייכטן חסידישן ישיבה כאלאטל, נישט ווי דער היינטיגער העמד וואס חסידים פארשטעקן אונטערן שטענדיגן קאפאטע. 

ביי די כניאקישע און רבישע חסידים איז דער שפענצער (פאנצער)-וועסט אן עסק, א מין רבישער פארפאנצערונג, א רבישער הילע נעמט ארום דערמיט. לויט קבלישע סיבות קומט עס צו פארדעקן דעם טלית קטן, איז אבער א שטארקער ספק ווי אלט דער וועסט איז אין די אידישע מסורה. נאר אויב מען נעמט אן די שיטה פונעם יוסיפוס אז דער מעיל פונעם כהן גדול איז ווי דער היינטיגער וועסט, אן ארבל — נאר לענגער, קען מען דעם וועסט באטראכטן אלס אמת’ער אידישער לבוש. אין שרייבערישע העברעאיש איז א וועסט „לסוטה‟, גענומען פון די גמרא, דארטן מיינט עס א קורצער אויבערקליידל פאר א פרוי, נו.

אויכעט הויזן, ספעציעל די קורצע, ווער רעדט נאך פון געפעפעטע (געקעסטלטע) אדער ווייסע, איז א טייל פונעם חסידישן לבוש קעניגרייך. אויף דעם האבן מיר דאך שוין די „מכנסיים‟ פון די כוהנים! אבער איר ווייסט וואס, דאס איז דווקא א מקור פאר די חסידישע „גאטשעס‟, אדער ווי לצים רופן עס „רבינו תם גאטשעס‟, וואס פארנעמט דאס ארט פון די אונטערהויזן. אנצוג-הויזן איז ווי עס ווייזט אויס א מאדערנע דערפינדונג, בלויז געציילטע הונדערט יאר אלט. אלזא האבן מיר פארדינט אן אלטן מקור פאר די רבינו תם גאטשעס.

און אז מען מאכט אן עסק פון א חסידישן זאק, איז אזוי, איך פארשטיי אז א חסיד וויל נישט קיין זאקן לויט די גאסישע מאדעס, אבער צו מיינט עס אז די באשיידענע „חסדישע זאקן‟ פארמאגן טאקע אן אור אלטער מסורה? דער חסידישער זאק קומט צום אויסדרוק מיטן מנהג פון עס ארויפציען ביז די קני, ווי עס פלעגן גיין פארצייטישע הארן. דער חסידישער זאק איז אדער שווארץ אדער ווייס, און דוקא אן קיין געקינצלטע דעזיין, מען וועט נישט זען קיין חסיד גיין מיט געבלומטע און געקעסטלטע זאקן, אודאי נישט א כלאים’דיגער שווארץ-און-ווייס זאק, אויך נישט גלאנציגע זאקן ווי די זיידענע בעקעשע, דאס גיט דאך דעם רושם פון א האליוואד שטערן. א היימישער ארויפגעצויגענער זאק האט א היימישן אויסקוק.

פרעגט זיך דא די פראגע, איז דער היימישער זאק מיטן היימישן אויסזען טאקע א אידיש מלבוש מדור לדור?

לאמיר זיך פאנטאזירן, איז שמואל הנביא געגאנגען אין זאקן? באהאלטן צו ארויפגעצויגן? ווייסע צו שווארצע?! און וואס פארא זאקן איז הלל הנשיא געגאנגען? שטעלט זיך ארויס אז בימי חז”ל איז א זאק געווען א זאך פאר די גויאישע עליטע, די רוימישע חשובים פלעגן די פיס ארומוויקלען מיט בעל חי הויט, דאס האט מען גערופן פילוי (piloi). אין די טעג פון די ערשטע נביאים, איז דאך אזא איבעריגער בגד נישט געקומען אויפן געדאנק בכלל. 

וואטע (קאטאן) אדער פאליעסטער (געמאכט דורך מענטשן פון נאפט) איז פון וואס רוב חסידישע בגדים ווערן היינט געמאכט. נישט אז חסידים האבן אן ענין אין דעם, קאטאן אדער כותונה פארמאגט נישט אפילו קיין חסידישע ראשי־תיבות אבער פארט זענען זיי פון וואס די חסידישע שמונה בגדים (פאטריארכאלע בגדים) זענען געמאכט, דערמאנט אייך ביטע אז אין תנ”ך שפילט דער מין שטאף א גרויסע ראלע. א ציצית מוז זיין פון תכלת’דיגער וואל, א כהן’ס בגד דארף זיין פון פלאקס, און נאך. איז נאטירליך אנצונעמען אז פארן היינטיגן חסיד, דער שומר מסורה, ברויכן אויך די שטאפן צו זיין א טייל פון דער מסורה גלייך ווי עס דארף צו זיין דער פארעם פונעם בגד.

נו, אפשר איז דער כתונת פסים גאר קאטאן? דאס איז גארנישט אויסגעשלאסן, אבער אודאי א זעלטענע שיטה פאר א זעלטענעם בגד. און אפשר איז צמר גפן פון דער משנה קאטאן? דאס איז שוין מער מסתבר, אבער וויפיל מאל ווערט עס שוין דערמאנט אין די חז”ל, צוויי דריי מאל?! בעפאר די ענגלענדער האבן עס פארשפרייט איז עס נישט געווען שטארק פארשפרייט מחוץ די אינדישע גרעניצן. יא, אביסל אין מצרים, אביסל ביי די אסטעקן ביים עק וועלט, אבער נישט פארשפרייט ביים פאלק. פאליעסטער ווידער איז א גאר נייע דערפינדונג, אויך דורך די ענגלענדער, צו מאכן קליידונג־שטאף פון נישט עפעס אנדערש ווי נאפט, אפשר אראבישע נאפט.

די אריגינעלע תנ”כ’ישע שטאפן זענען אן ספק די פון שאפן־וואל אדער פון פארשידענערליי ליינען, מיט די נעמען: שש, בוץ, פשתן און בד. מיט זיי זענען תנ”ך אידן און אידענעס געגאנגען געקליידעט. 

איראניש איז אז דוקא די דאזיגע צוויי עלטסטע שטאפן מיט וואס אונזערע תנ”ך’ישע עלטער־זיידעס האבן זיך געקליידט, טראגן שטרענגע חסידים דווקא נישט, אויס זארג פֿאר שעטנז. קליידט זיך דער חסיד אויב אזוי מיט זייד פארשפרייט דורך די איטאליענער, סויבל דורך די רוסן, ביבער דורך די סקאנדענאווער, קאטאן און שפעטער פאליעסטער דורך די ענגלענדער, אלע לאנג נאך די תנ”ך’ישע און חז”ל’ישע יארן, טאקע צוליב פרומע סיבות, אבער קיין שטאף מקובל מדור דור זענען זיי נישט.

מען האט אין זיי אריינגעלייגט א אידישן טעם, דאס יא. אבער מסורה ממש — דאס נישט.


װי געפֿינט מען ליבע אַז יעדער האָט אַן אַנדער עצה?

How Do You Find Love When Everyone Has Different Advice?

פֿון יהושע כּהנא

Pixabay

אז מען לאזט זיך ארויס זוכן א מיידאלע, נו, טוט מען פארשידנס, מען טאפט אין דער פינסטער ביז מען דערטאפט זיך צו עפעס. דארף מען אבער אכט גיבן אז זי זאל נישט אנטרינען פון די הענט איידער וואס ווען. 

פרעגט מען די חברהלייט, די ווייסערס, אדער דערוואקסענע לייט מיט גרויסע אויגן ברעמער, מען ברויך דאך אן עצה און א פלייצע. טרעף איך מיר פלוצלינג דא שפרינגען אין צוויי וועלטן. פון איין זייט הער איך: אוי געוואלד, דאס איז דאס קריעת ים סוף, וויפיל פון די בעסטע און שענסטע קענען זיך נישט דערשלאגן צו עפעס!

כאפט מיר אן א פחד, ווערט מיר ענג אין די ביינער. עפעס א גלאק פון האפענונג קליגט אין מיר פארט, גיי איך בכל זאת צום מארקעט זען צי איך קען זיך עפעס איינהאנדלען. אפשר זענען פארט פארבליבן אתרוגים וואס די גוטע האבן אוועקגעווארפן. געפון איך עמיצין, א מויד, נו מישטיינס געזאגט, עפעס מאכט זיך. א קול אין מיר זאגט: „האלט זיך שטארק אן דערין, טאמער ווילסטו אמאל חתונה האבן, טאמער ווילסטו נישט שימלען אליין די רעשט פון דיינע יארן.‟

שפאציר איך מיט דאס מיידל. א באקאנטער מיינער, א שלאנקע מיט א שטרויענעם היטל. א חברה’מאן גייט פארביי, כאפט א בליק אויף מיר מיטן מויד, אזא קרומער בליק. שפעטער, באזידלט מיר שפאסיג צווישן מיר און אים: „ביסט אויפן קאפ געפאלן? הער, דו גייסט נישט פאר ווייניגער ווי אן איוואנקא קושנער, אדער א קעיט מאס.‘‘

„וואס? איך בין אכט און דרייסיג,‟ זאג איך. „א גרוש מיט פינף קינדער אונטער מיר, מיין עלסטער בענאק טוט באלד אן א טלית.‟ 

„אכט און דרייסיג, א נייער עלטער זיידע… הער, צי דיר אויס א פלייצע און קלויב דיר ווי א מלך. מוידן זאלן זיך פרייען אז דו קוקסט זיי אין די זייט אריין.‟

דער יעניגער איז פון דער אנדערער כיתה: פון די וואס כאפן א מיידל היינט און ווארפן זי פאר דעם צווייטן פרימארגן, ווי מען דזשאנגלירט מיט קוגעלעך. דא, לויט די חברהלייט בין איך דווקא דער קלויבער, און קלויבן דארף מען ווי א געשעפטסמאן.

ווערט דאך ליכטיג א וועלט, אלע פארקוועטשטע גלידער ווערן מיר לייכט ווי אן אדלער. עס עפענען זיך פלוצים מיינע אויגן צו א כוואליע פון מעגליכקייטן, ווי דער צדיק אין טורמע וועמען דער מלאך האט פלוצלינג געעפנט די אויגן, אים געמאכט זעהן דאס פריידיגע ליכטיגקייט פון די פארהוילענע פונעם געווענדליכן אויג, אזש דער צדיק האט גארנישט מער דערטראגן אזויפיל ליכטיגקייט.


די ערשטע גרופע טוט מיר אן אן אלטן שווערן בגד, א פאנצער ווי דער שילד פון א טשוכעפאכע (turtle), פארקוועטש מיין הארץ און נשמה, די צווייטע — אן אדרת פלאות, אַ צויבער־מאנטל, ווי דער ניסים’דיגער אדרת וואס אליהו האט געווארפן אלישע’ן, ווי דער בעל שמס גארטל ביים שפרייזן דעם טייך מיט זיין תלמיד. מיט זיי געשעט וואונדער, און מיט זיי איז דא אן אויסוואל צו אלעמען.

נו, גיי איך טאקע מיט דעם אדרת מיטן גארטל, לוסטיג און שלאנק, כאפן א מויד. אבער אוי געוואלד, ווי מאכט מען הגבה אויף צוויי ספרי תורות? איך קען זיך נישט דערקלויבן, איך ווער שוין בייז אויף די מוידן וואס באלעמוטשען, אהיים קום איך ווייטער מיט גארנישט. וואלט שוין ענדעשער זיך געוואלט גלייבן אז עס זענען קיין אויסוואהלן נישטא, זיך אוועקשטעלן מיטן ערשטן מיידל, זאגן, נו, אזוי געווען באשערט.


בלייבט מען צומישט, בלייבט מען אליינס, פאלט אראפ דער וואונדער מאנטל, קיין מיידל קוקט נישט אין מיין זייט אריין, און איך דערמאן זיך אין די שווארצע נבואות פון דער ערשטער כיתה, איי איי איי, ביז ווען דער חברה’מאן מיטן שטרויענעם היטל גייט מיר ווידער פארביי, ווארפט מיר ווידער דעם וואונדער גארטל.

שפירט זיך ווי אין די פאלקס מעשה מיט די צוויי זינדיגע ברידער אין טייך, האט זיי גאט געשטראפט, זיי אנגעהיצט דעם קוואל ביז בריענדיג, האבן די חוטאים תפילה געטון אז גאט זאל דעם טייך דערקילן, האט גאט דעם טייך געפרוירן, האבן די חוטאים געשריגן צו גאט עס צו דערהייצן.

וואס האב איך פון א גארטל, וואס האב איך פון אן אדרת אז דער בעל שם איז איבער די בערג געגאנגען, אז אליהו איז צום הימל געפלויגן? דערווייל קען איך מיטן אדרת שוועבן ווי א פאראשוט, אבער צו קיין ציל נישט דערגרייכן.


שריי איך ווייטער: עננו אלוהים עננו.


איך קוק אַרויס אויף אַ ייִדישן ראַמאַדאַן

I Wish We Had a Jewish Ramadan

פֿון יהושע כּהנא

מיט עטלעכע וואכן צוריק האב איך געכאפט אַ שמואס מיט א פערסיער, א מוסלעמענער, דערציילט ער מיר אז אט אט קומט ראמאדאן, דער חודש־לאנגער תענית, ווען מוסלמענער פאסטן יעדן טאג און עסן א סעודה יעדע נאכט.

האב איך אים אויסגעפרעגט. איך האב דאך ליב צו שמועסן מיט כלערליי מינים מענטשן, און אז עס איז פון ראמאדאן און מוסלעמענער מנהגים איז עס מיר אודאי אינטרעסאנט.

פרעג איך אים וויאזוי עס גייט מיטן פאסטן און ווען און וויאזוי מען פאסט אפ (די מאלצייט נאך דעם). ענטפערט ער מיר וויליג, מיט אייפער, וויאזוי עס גייט צו. דער תענית הייבט זיך אן מיטן טאג, אז מען וויל קען מען עסן פארן זון אויפגאנג. אין די איצטיגע יארן אז ראמאדאן פאלט אויס אום זומער פאסט מען ביז שפעט, ביז ארום אכט אזייגער אוונט, אבער דערנאך פאסטן מען אויס אזאנס און אזעלעכץ. „אינעם מעטשעט דערלאנגט מען מכל טוב, און אלעס בחינם.‟

„אויכעט שווארמא?‟ פרעג איך. אויב האב איך מיט עפעס מחשיב געווען, פארערט, די מוסלעמענער איז עס צוליב זייערע פאעטישע קינסטלער און געבראטענע שווארמא.

„יא אודאי, וואס דען? ענטפערט ער, “שווארמא און אנדערע פליישן, בהרחבה גדולה.‟

„וויפיל דארף מען צאלן?‟

„וואס צאלן? בחינם, אלע קענען קומען, קריסטן, כינעזער, ווער עס וויל נאר.‟

„דאס הייסט, למשל אויך איך קען קומען?‟

„וואס פאר א פראגע, אט דא, צוויי גאסן אראפצי איז א מעטשעט, קום מאנטאג נאכט. אפילו אידן קומען.‟

דער ראמאדאן הייבט מיר אן כאפן, עס רינט מיר די זאפט אין מויל. ווייסט וואס דאס הייסט שווארמא בחינם און נאך וויפיל מען וויל?… ס׳איז אבער נישט כשר’ס אוודאי, הגם מוסלעמענער פלייש איז פארט זיך עפעס נישט אזוי מיטן ווארט “טרייפס”. די אראבישע קוילן נישט קיין דבר אחר, זיי שעכטן א שעפס, א קו, א ציג, אונזערע בהמות. אבער פארט נישט קיין אידישע שחיטה.

איי שווארמא! אז איך עס שווארמא, האבן זיך אלע צרות געלוינט, מען כאפט א בליק אויפן סענדוויטש אנגעשטאפט מיט בשר כבש, צושטויסענע, שמאלציג און געבראטן, מען פארמאכט די אויגן ווי ביי די פסח’דיגע כזיתים, מ’בייסט אריין, און מעין עולם הבא. א מזל איך בין נישט קיין קראי — ביי זיי איז שווארמא פארבאטן, א יענץ געשעפט.

איך דערמאן זיך ווי איין מאל אין צפת, בין איך אריין אין א שווארמא געשעפטל, פרעגן זיי מיר וואס אריינצוגעבן אינעם סענדוויטש אחוץ דעם שווארמא. זיצט דארט א איד, א ברוין פנים מיט א ברעסלאווער לאנגער בארד, אן איש חכם, האלט אינמיטן איינבייסן א גרויסער סענדוויטש, זאגט ער מיר: „ברודער, בלויז שווארמא, פאלג מיך, לייג גארנישט צו, זאל ער דעם סענדוויטש אנשטאפן ביזן לעצטן מיט שווארמא, אייביג טו אזוי וועסט נישט קיין חרטה האבן.‟

איך האב אים געפאלגט און טאקע נישט חרטה געהאט. אוי איז דער איד דער ברעסלאי געווען גערעכט! אז מען האט שווארמא ווער ברויך חומוס און חסה אדער אנדערע נארישקייטן? דאס איז נישט געווען דאס ערשטע מאל וואס איך הער אן עצה פון א ברעסלאוון און איך האב נישט קיין חרטה. למשל די עצה פון אן אנדערן אין צפת אז איך זאל צו זיך אליינס לאכן יעדן טאג פאר אומווייניגסטנס פינף מינוט. און אפשר איז גאר יענער, דער ברעסלאווער פון די שווארמא, געווען אליהו הנביא, מיר געקומען אויסלערנען עפעס אין לעבן.

הכלל, ווען אידן וואלטן געהאט א ראמאדאן, אפילו מער פון איין חודש, זאל זיין אפילו א גאנץ יאר וואלט איך געפאסט פאר א שווארמא יעדע נאכט.


יעצט א וויילע נאכן שרייבן דעם ארטיקל האב איך זיך פונקט אנגעשטאפט מיט שווארמא. עהה, קומט פארט נישט צו צו א בלאט גמרא. א כפרה שווארמא א כפרה ראמאדאן.


דער חב"ד פֿון פּאָװײ האָט מיך תּמיד שײן אויפֿגענומען

The Poway Chabad Always Made Me Feel At Home

פֿון יהושע כּהנא

Getty Images
הרבֿ ישׂראל גאָלדשטיין נעמט אַרום מיטגלידער פֿון זײַן שיל נאָך אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ

קיינמאל וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז בײַם עק פון סאן דיעגא, אין דער שטילער געגנט פאואוויי, דארט וואו איך פלעג אפט קומען אויף שבת, צווישן פאראדייסישע ביימער, פרייליכע שלוחים, און וואוילע אידן פון די גלילות, אז עמיצן חלום’ט זיך בייזוויליגע פלענער דווקא אויף דעם פארווארפענעם ארט.

די שיל איז א שיינע, א סעמעטרישע געביידע פון ציכטיגע ווייסע שטוק ווי די שטייגער אין קאליפארניע, ארום איז שיינע אויסגעפארעמטע גראז מיט א קינדער גארטן. פון אינווייניג גרויס, לופטיג און פרעכטיג, דורך די שילס מייעסטעטישע הויכע שמאלע פענסטער זעט מען א הערליכער קאנארי פאלמען בוים, ממש הארט ביים פענסטער, ווי פון א מאלעריי.

ביי די זייט דורכן קארידאר, געפינט זיך דער חדר שני, א טיפישער חב”ד’קער ספרים אוצר. דא פלעג איך אמאל זינגען און פארברענגען בשבת אחים, אויפגענומען ווערן בסבר פנים יפות. מיט א פידעלע בין איך אפט געקומען, אמאל געשפילט אין דעם ספרים’דיגן חדר שני, אמאל אינעם שיל הויף פאר א בר מצווה, און אמאל אויך אויפן קידוש זאל’ס פאדיום הינטערל שיל אויף א שמחה אדער וואוילטעטיגע באנקעטן.

קומען אין דער שיל אידן און אידענעס פונעם געגנט, יעדער דריטער דא איז א ראביי, א שליח, און יעדער צווייטער א דאקטאר, אדער גאר ביידע אינאיינעם. אלע דא שפירן זיך מחותנים דא, ווי אין דער פארווארפן שטעטל פון די מעשה ביכלעך, און די ווייבער און כאפטע רעביצינס, שלוחות, שכן’טעס יאכנענען ארום ווי נאר אידענעס קענען. פערזאנען מיט וויכטיגע אמטן קומען דא ווי אמאליקע אידן מיטן וואגן, א גרעניץ וועכטער, א מיליטערישער דרונע-פלוגצויג ספעציאליסט, און וואס נישט… דא קומען זיי טרינקען א קאווע, פארברענגען, אפאטעמען, שמועסן, און אמאל קרעכצן און אפשר אויך לאכן, ווי דער אייביגער גלות אידעלע. צווישן זיי מאכט זיך א שטילער עובד השם, ווי א שטילער שאטן ביי א ווינקל, ווי א באהאלטענער צדיק, וואס דאוונט מיט גרויס כוונה און דביקות.

איך וואלט צו דעם פארשטיפטן ארט קיינמאל נישט אנגעקומען ווען עמעצער, א איד ערגעץ וואו אין א קראם, זאגט מיר נישט: „דו מוזט אמאל גיין אין פאוויי, דארטן איז דא א רב, א זעלטענער מענטש.‟ איך ווייס נאך עד היום נישט פון וועמען ער האט גערעדט, איך האב אבער געגוגלט חב”ד אוו פאוויי, טעלאפאנירט א קארגער שעה פארן זמן שבת, עס הייבט אויף איינע פון די שלוחים, באלד האט מיר יענער שליח פארבעטן, ממש געפאדערט איך זאל קומען שוין אויף דעם שבת. איך בין געפארן און ווי שיין בין איך אויפגענומען געווארן, מיט וואס פאר א אידישער און שטוביגער גאסטפריינדליכקייט, איך בין געווארן אין דעם שיל אן אפטער גאסט. עס לאזט גלויבן אז איך בין נישט דער איינציגער וואס האט זיך דארטן געשפירט אינדערהיים.

און וואס פארא א וואונדערליכע שלוחים! הרב בלומענפעלד, אדער מענדי ווי מען רופט אים מיט חיבה, ער איז דער וואס האט מיר צום ערשטן מאל פארבעטן אויף שבת, א איד א בעל משפחה מיט א לאנגער חב”ד’סקער בארד, מלא געשמאקקייט, מלא גוטס, א איד וואס האט מיטן גאנצן הארצן ליב די בריאה, האט ליב א מענטש, און יעדן איד. הרב גאלשטיין’ס זין ־ די יונגע שלוחים ברודער מיט די רויטע בערדלעך, זענען ווי גייענדיגע לאמטערנעס, אמת’ע חסידים, פונקט ווי זייערע חב”ד’סקער בערד זענען זיי פון אינווייניג, עס שפרודלט אין זיי דער צעיר חב”ד יוגנט לוסט, א שמחה’דיגע ענערגיע, תמיד מיטן חת”ת זאגערל אין די הענט, מירלמלען גייענדיג און שטייענדיג, בגריסן וועמען מען דארף מיט א היימישן לעבהאפט און פרעדיגן תורת החסידות מיטן חב”ד’סקער קוועטש און מאך צו יעדן וואס איז נאר גרייט צו הערן, ווי זיי וואלטן ווען נאר וואס ארויסגעשפראצט פון אונטערן רבי’נס שטענדער אין 770.

און דער פאטער, הרב גאלשטיין אליין, א אידישדיגער שמייכל, דער פיפיגער שמייכל פונעם סוחר פון שטעטל, א פרישקייט ווי נאר א שליח קען. א שניי ווייסער בארד אבער יונג ווי נאר יונג קען זיין. אגב, ווען ער האט מיר דעם ערשטן מאל געזען אין שיל פרעגט ער זיין קאלעגע שליח אויף אידיש, ווי זיך צו סודות’ן: „ווער איז דער חברה’מאן?‟ געענטפערט האב איך אים אליינס, אז איך בין שוין גארנישט אזא חברה’מאן… בלויז ביי ענינים פון אידישע מנהגים ציט זיין געזיכט אן אן ערנסקייט, א מין ערליכער ערנסטקייט פיל מיט עהרנפארכט. קיין מינוט שטייט הרב גאלשטיין נישט ליידיג, ער איז אויף אַ שטענדיגער מיסיע.

האט דוקא אין אזא שיינער און נאבעלער חב”ד הויז אזא אומגליק געמוזט פאסירן. א פרוי, א כשר’ע אידענע, געשאסן צו ווערן, דעם רבס פינגער אפגעהאקט צו ווערן, און די קהילה אַרײַנגעשטעלט אין א פאניק.

זאל דער פון אויבן זיי אלע טרייסטן און באהיטן צוזאמען מיט אלע אידישע ברידער איבער די וועלט. שפוך חמתך על הגוים, ווי וואונדערליך איז אז הרב גאלדשטיין מיט א נאר וואס געשעדיגטער האנט אויף קיין שום איד נישט געווינטשן געװאָרן, שרייט אויס, מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. אזיינס קען נאר א רעכטער חב”ד’סקער, א זעלנער פון רבי’ן, א איד מיט אן אמאליגן גייסט.


יללות פֿון עקסטאַז בײם ספֿירת־העומר

Shouts of Ecstasy While Counting the Omer

פֿון יהושע כּהנא

Todros Geller/Forverts Montage
מע טאַנצט אַ קאַראַהאָד

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דעם שכל פֿון צוויי חסידישע שמחות און התלהבות: קידוש לבנה — ווען מען בענשט די לבנה, און ספירת העומר —  ביי די לשם יחוד און ספירה.

דא וועל איך רעדן פונעם ספירת העומר. אינעם בית המדרש וואו איך בין אויפגעוואקסן, אין דער צייט פון ספירה, באלד נאך מעריב גיט דער עולם א פלאץ אויס אין א לשם יחוד, א מין עקסטאז. איך פלעג זיך שטענדיג פרעגן, פארפעל איך דא עפעס וואס איך ווייס נישט? וואס איז דא די שמחה?

מילא הלל, דא איז דאך דא ניגונים, שירות ותשבחות, שיינע נוסחאות זיך צו חזנען; ביי שמע קולינו — סיי מען רייסט איין, סיי מען חזנט זיך. ביי סלחתי כדברך באלד נאך כל נדרי טוישט מען דאך די נשמה צו א נייערע, א ציכטיגערע. ביי ונתנה תוקף גייט מען איבער די פארכטיגסטע מאמענטן פונעם יום הדין. אפילו די השתוקקות און השתפכות פון דעם חסידס כל מקדש אדער שירת הים קען איך נאך משיג זיין. 

איז מען ווי די קארלינער חסידים וועלעכע מאכן שטענדיג קולי קולות אפילו ביי רעגלמעסיגע שבתדיגע הללויה’ס האב איך אויך נישט קיין קשיות. אזוי איז דער מנהג לכתחילה, מען געוואלדעוועט שטענדיג. אבער אין א מקום וואו געווענדליך דאוונט מען אויף א מיטלמעסיקער טעמפראטור, פארשטיי איך נישט דעם אויספלאצן זיך ביים לשם יחוד פון ספירה. פאר וואס איז דא די התלהבות און חשק אזוי גרויס?

די גבאים פון דער רבי מאיר בעל הנס פושקע אין מיין שיל, פלעגן לכבוד ספירה טיילן פאר די קינדער א ספירה לוח מיט א בילד פון ווייץ. צו דעם לוח האב איך זיך געפרייט, אבער דער בילד פון די ווייץ האט אין מיך נאך נישט אריינגעבלאזן דעם געוואלדיגן חשק און עקסטאז צום ספירה ציילן.

אז איך פלעג אין א ספירה נאכט אריינפאלן אין א שטיבל פון נאדווארנער חסידים, מיט א רבין בראש באזיידיגט און באסאמעטעט, איבערהויפט אז זיי זענען פון די חסידים פון ר’ הערשעלע קרעטשניפער זצ”ל, בין איך כמעט ווי צעדריקט געווארן פון די געוואלדעס, איך האב דעם הייליגן פייער נישט געקענט דערהייבן. מען שרייט און מען קאכט זיך, ממש מען שטורעמט, עס דערמאנט מיר א שאמאנישער ריטואל. עה, וואס פארגלייך איך זיי צו גויאישע שאמאנען, א ברען א דביקות, א לעכטיגקייט, א רבי’שקייט, מען קלאמערט זיך צו הימלישע היכלות, מען קערט עולמות.

באלד ביים אנהייב „לשם יחוד‟ הייבט די חברה אן מיט געוואלדעס, געשרייען און יללות, מען גלייזט, מען ריכטעט, די אויגן צום הימל, אפילו מער ווי ביי די נרות חנוכה. מען טרייסלט זיך און ווארפט זיך מיטן גוף מער ווי ביי שירת הים. אז מען גרייכט די ברכות אליין, אוי באשעפער, וואס פארא קולות די חברה מאכן, וואספארא יללות, עס רייסט מיט די פאדלאגע. הימל און ערד קושן זיך, מען טופעט מיט די פיס, מען שאקלט דעם גוף אין די לענג און ברייט, מען פאכעט מיט אויסגעשפרייטע הענט, און מיט בכיות פון חשק גרידזשעט מען ארויס די ברכה מיטן ספירה נומער, נאר מיט איבערנאטירליכע כוחות קען מען אזעלעכע געשרייען ארויסגעבן און נישט פארלירן די שטימע.

דאן קומען א ריי נאך־ספירה תפילות, אויך דא בארואיגט זיך נאך נישט דער עולם. מען שרייט און מען וואוויעט, דא און דארט ביים בימה אדער ביי א ווינקל אין שטיבל הערט זיך א יאמערליכע אויסגעשריי פון א פנים באגראבן אין סידור, נאר נאך דעם לעצטן קדיש לעשט זיך די „פראפעלער‟, דעם ענדזשין, אויס, דער שטורעם בארואיקט זיך, מען קומט צוריק אויף דער וועלט, אן אויסגעהארעוועטער און א געהייליגטער. דאס איז ווי א רייניגונגס פראצעדור, אויב מעג מען עס אזוי אנרופן. 

גאנצע פופצן אדער צוואנציג מינוט נעמט אזא ספירה סעסיע, און איך, וויי די זינד, שפיר זיך דארטן ווי א יוון אין סוכה איך האב מיך קיינמאל נישט מיטגעכאפט מיט אט דער הייליגער רבישער מעדיטאציע פראקטיצירונג.

כמעט ביי אלע חסידים מאכט מען אן עסק פון ספירה. ביי מיר, אפילו אין מיינע בעסטע הייליגסטע מאמענטן, אין א וואכעדיגן נאך-מעריב, א מידע נאכט, וויל איך אהיים. קידוש אז מען מאכט אין די נעכט איז עס כאטש אין א פייערדיקער שטימונג, ראש השנה נאכט אויף א גוטן חזנות און אנהייב יאר. אבער ספירה, דא בין איך שטענדיג געווען ווי דער רשע פון די הגדה, מה העבודה הזאת לכם? אויסגעהארעוועטע יונגע עובדי השם נאך א ספירה האבן אויף מיין קאלטער פרעגעוודיג פנים געבליקט מיט אויסגעווייכטע רוחניותדיגע אויגן ווי פון א העכערן היכל. וואס פארא פראגע? „אז דו פארשטייסט נישט קען מען דיר נישט געבן צו פארשטיין, די קדושה און טעם פון ספירה דארף מען אליינס דערשפירן, דאס קען מען נישט מסביר זיין.‟

מיין אייגענע ישועה איז געקומען ווען איך האב צוגעזען א ספירה אין א מאדערנער שיל. דארטן זאגט מען נאך מעריב א ברכה, די ספירה, מען טוט די ספירת העומר, און מען גייט אהיים. ענדליך זע איך די ספירה נאקעט ווי עס איז, אן די הילע.

ווי האט מיר א איד אין יענער שיל געזאגט: „אט אזוי, ספירה איז נישט מער ווי א נומער.‟ דא אין דער מאדערן ארטאדאקסישער שיל שפיר איך סוף כל סוף א שייכות מיט דער מצווה פון ספירת העומר.


די מורא פֿאַר די אָפּגעגאָסענע מכּות

Those Fearsome Plague-Filled Drops Of Wine

פֿון יהושע כּהנא

Gedaliah Ejdelman

דעם פסח האב איך געפראוועט ביי א פאבליק סדר. ביים אפגיסן די מכות זאגט מיר א בחור’ל וואס זיצט נעבן מיר, גיב דיך אכטונג, דאס איז שעדליכע מאטעריאל. דער בחור מיט זיין זארג האט אזוי נושא חן געווען ביי מיר, עס האט אין מיר אריין געבלאזן חיות.

איך געדענק די צייטן ווען איך פלעג פון די רויטע אפגעגאסענע, די מכות וויין, אין די שפעטע סדר שעה’ן ציטערן אימת המוות. עס איז סם. מען האט אונז געלערנט אז צו די אפגעגאסענע מכות רירט מען ניטאמאל צי, ס’איז א סכנה. עס איז געווען מיין אויפגאבע ארומצוגיין מיטן שיסל אפצונעמען די מכות וויין פון די מסובין, די מענטשן מיט די בעכערס בײַם טיש.

מיט אפשיי האב איך צוזאמענגענומען די פליסיגקייט פון די טעצלעך און אריין אין א בלויער פלאסטיקענער נעגל וואסער שיסל. עס האט דווקא געמוזט זיין אין א נעגל וואסער שיסל וואס איז דאך סייווי געאייגנט פאר די קליפות, פאר טמאה, און זיין ארט איז אינעם בית הכבוד אדער באד צימער, א “מקום טמאה”, נישט חלילה אין א כלי פונעם פסח שענקל געמאכט צום עסן. 

די רויטע פליסיגקייט אינעם נעגל וואסער שיסל טראגט מען דערנאך אינעם באד צימער. דארטן, נאר דארטן גיסט מען אים אפ. די טעצלעך שווענקט מען אויס, פטור געווארן פון די מכות, יעצט קען מען מיט חירות, מיט א רואיגקייט, ממשיך זיין די הגדה.

בין איך אמאל געווען אויף א סדר ביי א מאדערנעם ייד, האב איך געזען אביסל אן אנדער מנהג מיטן מכות גיסן. מען טוט עס מיט א גאפל ווי א דזשענטלמאן, מען טינקט דעם גאפל אינעם בעכער און מען טרייסלט איר אפ אינדרויסן פונעם בעכער. צו מיין שאקירונג זע איך ווי איינע פון די מסובין, נעבעך אן עם הארץ אזוי אומוויסנדיג וואס ער טוט, נאכן טראפן, נעמט דעם גאפל מיט די רעשטלעך מכות וויין דערויף אזוי אין מויל אריין און נאגט אים אפ. 

איי! רחמנא לצלן, דאס איז דאך ווי איינער וואס נעמט ראדיאציע אין מויל אריין! איך בין געווען באזארגט ווי דער נעבעכדיגער איד וועט בייקומען דעם יאר. וואס עס איז מיט אים געווארן ווייס איך נישט.

אז דער בחור נעבן מיר פארמאגט דעם תמימות וואס איך האב אמאל געהאט האט עס מיר געשאפן גרויס פארגעניגן. איך זע אין אזא תמימות חיות, לעבן. מען נעמט קולטור ערנסט.


הירהורים וועגן די סימנים פֿון דער סדר־נאַכט

Thoughts On the Symbols Used On the Seder Night

פֿון יהושע כּהנא

Courtesy of Rukhl Schaechter
אַ זײַט פֿון דער „אַרטור שיק־הגדה‟

אום פסח נאכט ווערט די צערעמאניע צעטיילט אין קעפלעך, זיי זענען פאעטיש און א טייל פון די הגדה. צו טויגן אבער אומעטום די קעפלעך? וויאזוי וואלטן מיר זיי געקענט פארבעסערן?

קדש ורחץ, די סימנים אין דער סדר נאכט, איז נישט שטענדיג געווען. מען זאגט אז עס איז פארפאסט געווארן דורך רש”י און לעצטנס זענען אויפגעקומען באווייזן אז דאס איז גאר מיט בערך צוויי הונדערט יאר שפעטער פארפאסט געווארן, דורך רבינו שמואל פון פלייזא, דער ארגינעלער בעל התוספות אויף מסכת עבודה זרה.

יעדנפאלס, ווער עס זאל עס נאר האבן פארפאסט, די קדש ורחץ סימנים זענען דאס וואס גיבן דעם פנים פארן סדר, א הערליכער איינפאל פונעם מחבר, לאמיר אים שוין אננעמען אלס רבינו שמואל’ן, אט די סימנים האבן דעם פסח נאכט געגעבן א צורה ווי א פראגראם, אלע טאטן, טעקסטן, זענען מסודר אין פרקים.

שווער זיך היינט פארצושטעלן וויאזוי עס זאל אויסזען א סדר צערעמאניע אן דעם פראגראם, אן צעטיילט ווערן אין סימנים. סתם אזוי איין גרויסער הויפן פון מעשים און זאגעריי?

למען האמת, נישט ממש! די פיר כוסות זענען אין די בעפאר פלייזא צייטן געווען ווי די סימנים, דער פראגראם. אזויווי מען זעט אין די משנה, מוזגין לו כוס, מען גיסט אן דעם בעכער, און מען טוט דאס און דאס. צום ערשטן כוס מאכט מען קידוש, מען וואשט זיך צום כרפס, און מען גרייט צו דעם אפיקומן. צום צווייטן כוס נעמט מען זיך צו די הגדה און סעודת יום טוב מיט די כזיתים. צום דריטן כוס בענטשט מען, און צום פערטן כוס זאגט מען הלל און מזמורים. און אט איז א סדר.

אז מען נעמט אין אכט, אויך אום ראש השנה דער ערשטער נאכט טוט זיך א געטימל, אן איבערפלוס פון הנהגות, און קיין פראגראם סימנים זענען נישטא. לשנה טובה ווינטשן, רונדיגע חלה, האניג, עפל, א פיש־קאפ, און די חז”ל’ישער קרכס”ת סימנים פאר די וואס קענען: קרא (קורביס), רוביה (בונדלעך), כרתי ציבעלע, סילקא (שפינאט), און תמרים. רימונים אדער מייערן געפרעגלט אין האניג ביי אנדערע. אלע האבן זיי א ספעציעלער יהי רצון צו זאגן, און ערגעץ ווען ביי די סעודה דארף מען דאך לערנען משניות לויטן מנהג.

דער ראש השנה נאכט סדר איז טאקע נישט קיין פסח סדר, אבער פארט א טאראראם, א שטויס פון איינמאל א יאריגע מנהגים. וואלט נישט שענער געווען ווען עס זענען אויך דא פאראן א פראגראם? אבער נישטא, און מען גיט זיך אן עצה.

אייגנטליך, אויך אין א ימים נוראים׳דיגע דאווענען צעראמאניע טוט זיך א כאאס, א הויפן פון פיוטים, זמירות, תחנונים, תפילות, אריינגעבראקט צווישן די עיקר ברכת עמידה וועלעכע זענען ווי פארלוירענע שטיקלעך פלייש אין א גרויסער טאפ טשולנט פון קאשע, בונדלעך, קארטאפל און קישקע. א רגע עפנט מען דעם ארון הקודש, א רגע שפעטער פארמאכט מען; דא זיצט מען כמעט מען דרימלט, פלוצלינג שטייט מען; דא שטיל און געהארכזאם און אט שרייט מען עפעס אויס ווי אין א פראטעסט, אז דער קאפ ווערט צעטומלט אפילו נאך פופציג ימים נוראים’ס.

וואלט נישט בעסער געווען ווען די שחריתים און מוספים סיי פון ראש השנה סיי פון יום כיפור, זאלן פארמאגן פרקים, סימנים ווי דער פסחדיגער קדש ורחץ, אזוי אז מען האט א שטיקל קאנטראל איבער וואס עס טוט זיך ארום?! אויך שמחת תורה בייטאג מיט די גאנצע געפילדער מעג האבן א תיקון, אויך דא וואלטן סימנים צוניץ געקומען מיט די קריאות, חתנים, און פיוטים.

הכלל, פארן פסח נאכט איז דא סימנים ברוך השם, מיר זענען אלע געלויבט השם יתברך געבוירן געווארן אין די קדש ורחץ תקופה. אבער אז מען טראכט זיך אריין זענען די סימנים דא אויך נישט אזוי איי איי איי. קודם כל, נישטא קיין סימנים וויאזוי מען גרייט צו די מצות, די קערה, אדער וואס זענען דאס זרוע און חזרת.

אבער אז די סימנים הייבן זיך אן איז עס פאר א יעדער פיטשעווקע, ספעציעל מיט די אידישע צוגאבן צו יעדן סימן. א סימן פאר קידוש מאכן, הגם מען מאכט יעדער יום טוב קידוש, א סימן פארן זיך וואשן צום ירק, א סימן פארן טונקען דעם ירק, און א סימן פארן אפברעכן די מצה פאר די אפיקומן.

ווען עס קומט צו מגיד אבער, גיט מען א רוק אריין א גאנץ געפילדער, א הויפן טעקסטן וועלעכע וואלטן געברויכט סימנים נישט ווייניגער ווי די פריערדיגע. שוין באלד ביים אנהייב איז א בהלה, עס מעג זיין סדר, דער הא לחמא ענייא אויסרוף, דאס אנגיסן דאס כוס, און דער מה נשתנה פרעגן.

אויך די געזאגעכץ פון עבדים היינו און ווייטער וואלט געמעגט צעטיילט ווערן אין סימנים און פרקים. דער אנהייב איז א שמועס איבער דאס חשיבות פון סיפור יציאת מצרים, דאן די ארבעה בנים, דאן מתחילה - אן הקדמה צום סיפור, והוא שעמדה מיטן כוס, צא ולמד — דער סיפור לויט דרשות קעגן אויפגעדעקטע מצות, די מכות מיט די טראפן, דער דיינו געזאנג, די דריי זאכן - פסח מצה מרור אויף וואס מען טייטלט, די ערשטע האלב הלל מיטן כוס, און צום שלוס, טרינקן דעם צווייטן כוס.

פון דא אין ווייטער זשאלעוועט ר”ש פלייזא ווידער נישט מיט סימנים פאר יעדן פרט. רחצה מען וואשט זיך, ער וואלט אויף דעם סימן געמעגט פארציכטן, וואשן וואשט מען זיך דאך צו יעדער מוציא. די זעלבע מיטן מוציא סימן, ווער ווייסט דען נישט אז מען מאכט המוציא אויף מצה?! ווייטער האבן מיר סימנים פאר על אכילת מצה, פאר מרור, איך וואלט שוין אויך צוגעגעבן א סימן פארן חרוסת. ווייטער איז א סימן פארן איינוויקלען מרור אין מצה. בעפאר שולחן עורך וואלט איך צוגעלייגט דעם איי אין זאלץ וואסער, די סעודה פאר זיך איז דאך נישט אנדערש ווי יעדער יום טוב’דיגער. ווייטער איז א סימן פארן אפיקומן, א סימן פארן בענטשן מיטן דריטן כוס, שטענדיג בענטשט מען מיט א כוס, נו שוין.

פארן כוס אליהו מיטן שפוך חמתך — דער קלימאקס פונעם סדר — האט מען אינגאנצן פארגעסן א סימן. הלל וואלט געמעגט צעטיילט ווערן אין צוויי, מען זאגט דאך נישט בלויז הלל, נאר אויך פסוקי דזמרה. חסל סידור פסח, ויהי בחצי הלילה, אחד מי יודע, אדיר היא, חד גדיא, אלע זאגט מען זיי ווירקליך שוין נאכן הלכה’דיגן סדר, זיי זענען אבער הייס אריינגעבאקן אין אונזערע פסח’דיגע הערצער נישט ווייניגער ווי אלע אנדערע חלקים פון די הגדה, קומט זיך זיי מער ווי א כל הנעריםדיגער נרצה.

געווען טאקע אנדערע וועלעכע האבן זיך פארמאסטן מיט פלייזא’ן צו מאכן אייגענע פראגראם נעמען. איבער צען אנדערע פראגראמען זענען פאראן, מיר איז באקאנט צוויי פון זיי. פון ר’ דוד אבודרהם, וועלעכער האט געלעבט אביסל נאך פלייזא’ן, און פון ר’ שלמה חזן מאנקונא, נאך אביסל שפעטער. זייערע סימנים שטימט גוט אין ראשי תבות, עס ווערט כאילו א פסוק. אלע האבן זיי אבער דעם זעלבן פראבלעם ווי דער ארגינאלער. וועל איך שוין בלייבן מיט פלייזא’ס, עס איז מיר באקאנט, קלינגט מיר גוט אין די אויערן, נאסטאלגיש, און פסח’דיג. און צו דערצי גראמט עס זיך שיין:

קדש ורחץ, כרפס יחץ, מגיד רחץ.
מוציא מצה

מרור כורך, שולחן עורך, צפון ברך.
הלל נרצה


די בעקעשע און ברילן פֿון אונדזערע אָבֿות

The Hasidic Frock Coat and Eyeglasses of Our Ancestors

פֿון יהושע כּהנא

Wikimedia/Forverts Montage
דער ערשטער סאַנז־קלויזענבערגער רבי, הרבֿ יקותיאל יהודה האַלבערשטאַם ז״ל, טראָגט אַ טיש־בעקישע

המשך פֿון אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל

נישט פאראן עפעס ערליכער און אידישליכער ווי א היימישער בארד מיט בולט’דיגע פאות ביי די זייטן, ספעציעל די אראפהענגעדיגע. דאס איז דאך דער רעכטער צלם אלוקים. אויפן חסיד, נאך א מקווה, דאכט זיך ווי עס רינט די שכינה אראפ פון אזעלעכע בארד און פאות. 

איז אבער די מעשה אז עס איז גארנישט אזוי באשטימט אז די פארצייטישע זענען טאקע געגאנגען מיט א גלאט געשוירענעם קאפ מיט צוויי בא’חן’טע פאות ביי די זייטן, ווי עס איז היינט דער טיפישער צורה פון א חסידישער איד. א סך בילדער פון אפילו פריערדיגע אשכנזישע רבנים צייגן אז זייערע פאות זענען געווען ווי איין גרויסער שוואם (ספאנדזש) צוזאמען מיט א באוואקסענעם קאפ. 

אדרבה, איינע פון די טענות פון די ערשטע גאליציאנער חסידים אויף דעם חכם מהר”ץ חיות ז”ל איז געווען אז ער גייט לאנגע צוזאמענגענומענע און געדרייטע פאות. אזעלעכע אראפהענגעדיגע פאות איז אין יענע יארן געווען ווי א טרעפל אריין אין מאדערנקייט. 

אז מען קריכט ביזן תנ”ך זעט מען א היפשע צאל בני ישראל מיט לאקן. יוסף הצדיק האט געדרייט זיינע לאקן, שמשון הגיבור מיט זיינע נזירישע האר. פון דעם ווייזט אויס אז א נזירישער אויסזען איז אויך אידישליך געווען. אבשלום מיט זיינע שיינע לאקן איז דאך פארטשעפעט געווארן צום בוים. קיינער זאגט נישט אז ער האט אויסגעזען ווי א נישט־איד. ביי א זאלבונג אדער א טהור פראצעס האט מען מסתמא אויך געגאלט די בארד און פאות, להבדיל, ווי די בודיסטישע מאנאכן. 

א חסידישער פאר ברילן אויף א היימיש צלם אלוקים’דיגער פנים איז פשוט א שלימות. אפילו משה רבינו קען אזא איינעם’ס כשרות געטרויען אן שום פראגן. 

נו, און וויאזוי זעט אויס א חסידישע פאר ברילן? פאראן די לייכטערע, די מיט א מילדער גרויער פלאסטיק קאליר, אדער טיילווייז מעטאליש, און פאראן די שווערערע, דאס ריכטיגע, דאס וואס דער פסוק מיינט, די ראם כל כולו פון דיקן טונקעלן פלאסטיק, די הענטלעך און איבערהויפט די איבערדעקן פון די ראמען שטארק שווארצליך, ווי כאילו שטרענגע אויגן־ברעמען, ספעציעל שארף און פארכטיג איז עס ווען עס איז רעכטעגליך ווי ביים סאטמארן, וואס גיט דעם רושם ווי א שארפער דורכדרינגליכער בליק. 

אט אזעלעכע ברילן פארט זיך אמבעסטן פאר אן אמת’ן חסיד פון די חסידי ואנשי מעשה. עס ווארפט אן א מורא שמיים, און אויפן צדיקס געזיכט גיט אזא פאר ברילן צו אן עקסטרע קדושה און פארכטיקייט, מען זעט עס בחוש. איר דארפט נאר זען וויאזוי א הייליגער דרשה קעגן די פירצות פונעם דור באנעמט מיט אזא פאר ברילן, אויגן פון אונטער אזעלעכע ברילן שרייען ארויס, מי לשם אלי, בלויז דער איין איינציגער איז אויפן זינען. 

איז אבער איבעריג מאריך צו זיין אז דער הייליגער בריל זענען נישט קיין מדור דור לבוש. ווי אלט איז דען ברילן בכלל?! ווי אלט איז דען פלאסטיק?! אזויפיל מוז מען זיך מודה זיין — דער טונקעלער קאליר איז אממערסטנס ענליך צו די עלטסטע ארגינעלסטע ברילן מיט ארום זיבן הונדערט יאר צוריק ווען די ראמען פלעגן געמאכט ווערן פון האלץ אדער לעדער, הגם מיט א רונדיגן פארעם. נאר וואס, די ברילן אין כמעט אלע בילדער אויף פארצייטישע צדיקים, חסידים, און רבנים, פארמאגן נישט דעם שווערן שטרענגן און שווארצן אויסזען, און אוודאי נישט מיט דעם רעכטעגליכן פארעם. דאכט זיך אז בלויז אויף רביים פון נאכן חורבן קען מען דאס זען, ווי דער סאטמארער רבי, ר’ יואליש; דער גערער רבי, דער לב שמחה און דער סקולענער רבי ר’ אליעזר זוסיא אין זיינע לעצטע יארן. 

עס איז קלאר אז דער פארכטיגער בריל איז נישט עפעס אנדערש נאר דער מאדע פון דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, אז די גאסישע מאדע איז אבער צוריקגעגאנגען צו גאלדליכע ברילן. איז דער שווארצער געבליבן דער אלטמאדישער, און מיט דער צייט, דער פארפרומטער, גאר דער סימבאל פון אומגעפוצטקייט, פונעם „אנטי־מאדע‟ באוועגונג, נישט נאכגעשלעפט צו ווערן פון גאסישע מאדעס. עס איז כאילו א כניאקישער חותם, וואס זאל הרג’נען דעם יצר, צוזאמען מיט די איבעריגע כניאקישע טראגעס — על כל פנים ביז לעצטנס ווען שווארץ איז צוריק אין די מאדע.

אצינד צו דער שבתדיגער גלאנציגער קאפאטע, די חשובע בעקעשע. קודם כל דער גלאטער פארן דאווענען, איי ווי שבתדיג! ווי פרייטיג צונאכטסעדיג! און זיין פארל — די געבלימטע בעקעשע צום טיש. דער שווארצער פארן באלעבאס און דער פארביגער אדער גאר ווייסער פארן צדיק, דער מיט קנאפן און א קראגן ווי די היינטיגע מאדע און דער מיט העקעלעך און סאמעט ווי פון דער אמאליגער פרינץ. אלס אויבערראק צו דער בעקעשע טראגט דער חסיד, אפילו צום דאווענען, דער רעזשעוואלקע, אן קעשענעס מיט באהאלטענע קנעפ, א כמו מאנטל. 

די מאה שערים׳דיגע בעקעשע איז דער גאלדענער געשטרייפטער קאפטן, דערמאנט א ביסל אינעם קאליר פון א זשיראף; און דער אויבערראק איז דער ברוינליכער דזשופיצע.

קודם כל דארף מען וויסן אז די נעמען פון אט די קאפאטעס זענען פוילישע אדער טערקישע, למשל דאס ווארט בעקישע, כאטש וואס טייל חסידים וועלן עס פארבינדן מיטן ווארט „בקשה‟, שטאמט עס פאקטיש פונעם פוילישן Bekiesza. דאס ווארט „כאלאט‟ איז פונעם אראבישן „כילאט‟, אריין צו אונז דורך דער פוילישער שפראך; דער ירושלימער דזשיפיצע פונעם פוילישן Żupica (אויך לכתחילה פון אראביש); און דער קאפטן פון טערקישן qaftan. משמע פון דעם אז זיי זענען ביים אנהייב נישט געווען קיין אידישע קליידונג. אלע זענען לחתחילה געווען די מלבושים פון די עליטע אין די פוילישע און אטאמאנישע אימפעריעס וואו די אידן, אשכנזים און ספרדים, האבן געוואוינט.

א שבת’דיגע קאפאטע דארף, לויט די מסורה, געמאכט ווערן פון זייד, משי. אפשר וואלטן חסידים הנאה געהאט פון אזוינע ראשי־תיבות פאר „משי‟: מ’לבוש ש’בת י’תפאר. דאכט זיך אז נאך סאמעט איז משי, זייד, די הייליגסטע סחורה ביי חסידים. אן אומזיידענער אומגלאנציגער בגד אום שבת שפירט זיך פאר א שטריימל חסיד כמעט ווי מוקצה, גיי זיי מקבל שבת מיטן א טרוקענער מאטער גלימה, א יענץ פנים, א שטעכיגער גרויער ראק פאר די אויגן, וואלט פארוואכעדיגט, אפילו צעשטערט, א חסיד דעם שבת. 

דער רבי’ש קינד באזיידיגט זיך אויך מיטן פארצייטישער שפענצער, וועסט, און מיט דער גלאנציגער געשטרייפטער ריפס, א פשרה’דיגע קאפאטע צווישן שבת’דיג און וואכעדיג. און גראדע איז אויך דער גערער קאפל זיידיק, ווייסט אויס אז זיי בעפארצוגן זייד איבער סאמעט, דא, אלץ א קאפל, גיט אבער דער גלאנץ, א פראסטער וואכעדיגער איינדרוק כלפי דעם פרוכתדיגן סאמעטענעם.

אין תנ”ך געפינט מען צופעליג איינמאל דערמאנט א בגד פון „משי‟, מסתמt איז דאס זייד, אין דעם ספר יחזקאל, פון די שפעטערע נביאים, ווי א משל פאר גלאררייכע צייטן וועלעכע קומען צו גיין פאר ישראל. פיל פריער, אין די ערשטע פרשיות פון די תורה טייטשט דער רבי אויף די „כתונת פסים‟ פון יוסף הצדיק, א זיידענער העמדל. רוב מפרשים, איבערהויפט רש”י, האלטן אבער נישט אזוי. יעדנפאלס איז דאך דער כתונת פסים באשיינפערליך א לוקסוסדיק קליידל, און עס איז ידוע אז זייד איז ערשט געווארן א פארשפרייטער שטאף ביים פאלק מחוץ כינע מיט ארום טויזנט יאר צוריק דורך די ווענעציאנער.

גראדע זעט מען אין פריערדיגע ספרים געוויסע מוסר רייד קעגן די וואס קליידן זיך אין זיידן, היתכן זיך צו באשיינען מיט אזא מייעסטעטישער מלבוש. עס ברענגט גאווה, און וואס פארא נארישע גאווה — זיך גרויסן מיט א ווארעם’ס פעדימער (זייד קומט דאך פון א ווארעם.). האבן שפעטער חסידים אן אויסרייד: אדרבה, עס ברענגט ענווה, עס דערמאנט דעם מענטשן אז ער גייט אין דרערד אין אן
ארט פון קריכעדיגע ווערים. א זיידן מלבוש דערמאנט דעם ווערעמדיגן קבר ווי מען גייט נאך די הונדערט אין צוואנציג. דאכט זיך אבער אז דאס איז א גאר שוואכער דערמאנונג.

דער רבישער טיליפ, די פעלץ וואס שטארט ארויס ביים קראגן פונעם רעזשעוואלקע, דערמאנט גראדע עפעס תנ”ך’ליך, נביאים’דיג, דאס איז דער אדרת שער, א האריגער מאנטל, א סימבאלישער לבוש ביי טייל פון די נביאים, ווי למשל אליהו הנביא. אפילו פאלשע נביאים, אז זיי האבן געוואלט מאכן א צדיקישן איינדרוק האבן זיי זיך געוויקלט אין אן אדרת שער, קען זיין פון דאנען נעמט זיך דער שפאסווארט „א צדיק אין פעלץ‟. 

מפרשים נעמען אן אז דער אדרת שער איז געווען פון שאפן-פעלץ. אזא בגד טראגט דאך היינט אבער א פנים פון א פאסטיך מיטן פייפל, איבערהויפט אז עס איז ראהמיג-ווייסליך ווי רוב שאפן-וואל, איז דען א רבי א חיות פאנגער אז ער זאל טראגן ציגן-האר אדער געקרייזלטע צמר כבשים אויף זיינע לענדן?! א רבי טראגט א ברוין גאלדליכע פוטער, געמאכט פון סיבירישן סויבל ווי עס פלעגן טראגן די פוילישע גראפן. 

א ברוין גאלדליכרע פוטער, אויב דערמאנט עס עפעס גאר אלט איז עס קאמעל־פעלץ וואס מען געפונט איראניש ביי די ערשטע העלדן פון קריסטנטום און איסלאם, יאהאנוס דער טויפער (יוחנן המטביל), יאשקעס מבשר, און ווי אויך עומר דער גרינדער פון די מוסלעמענער כאליפאט, זענען פערצופאל ביידע, לויט ווי זייעריגע מקורים דערציילן, געגאנגען אין קאמעל פעלץ.

דער צדיק ר’ דוד’ל פון דינוב האט אלס קינד געזאגט חכמה’לעך ווי, למשל: פון וואנעט ווייסט מען אז יעקב אבינו איז קיין שניפסל נישט געגאנגען? ווייל אויב יא, וואלט אים רבקה נישט געדארפט לייגן קיין ציגן האר ביים האלז. איז דאס נאר א קל וחומר אז אויך קיין טיליפ, דער אדרת שער, איז יעקב נישט געגאנגען, און אודאי נישט א באבאווער טיליפ מיט האר ביי די ארבל. ווען יא וואלט יעקב דעם טיליפ געקענט אנטון.

וואס טוט זיך מיט די בלימעלעך אויף די טיש בעקישעס? די חכמה פון שטיקען איז טאקע אן אלטער, אין לשון הפסוק הייסט עס „מעשה רוקם‟, ביי די בגדי כהונה. די תורה הייסט דעם כהן’ס אבנט שטיקקען. דער יוסיפוס זאגט עדות פון בית שני אז דער אבנט איז געווען אויסגענייט מיט פארביגע בלימעלעך. נו, זענען היינט די בעקעשעס געבלימט, און נישט די גארטלען ווי אין תנ”ך. 

דער באוואוסטער ספרדישער משורר ר’ משה אבן עזרא מיט בערך 900 יאר צוריק האט א שיין לידעלע איבער א פרילינג גארטן, רופט ער דעם בליענדן גארטן אן „כתנות פסים‟, ווי כאילו דער גארטן האט זיך אנגעקליידט מיט א שיין געבלימטער כאלאט. אפנים, אין זיינע צייטן איז שוין א געבלימטער בגד געווען באקאנט. פארשטייט זיך לאנג נאך די צייטן פון די חכמים.

יעדער סארט קאפאטע, געוויס א לאנגער, גלאנציג צו מאט, איז א טייל פון וואס עס מאכט דעם חסיד אויסזען ווי א חסיד. איז אבער די פרומסטער קאפאטע, אפילו די אן קנעפ, אן שטרייפן, אן גלייכע קעשענעס, אן א קראגן, היינט גענייט לויט א מאדערנער געפאסטער אנצוג מאדעל. וועט א חסיד היינט זיך ארומוויקלען מיט א לאנגער גלימה, א לאנגן ראק, ביז צו די פאדעשוועס, וועט ער דאך באטראכט ווערן ווי א בעדואינער, אדער ווי א איד פון אונטער די חושך בערג. אנדערע וועלן אים גאר מוסרן — פארן טראגן א בגד אישה.


באַקאַנטע באַליידיקונגען אין חסידיש ייִדיש

Common Insults Used In Hasidic Yiddish

פֿון יהושע כּהנא

Getty Images

די אמעריקאנער וואס קענען נישט קיין אידיש, אז זיי ווערן אין כעס מוזן זיי נעבעך איבערניצן די זעלבע פאר ווערטער, און דוקא די געמיינסטע. דאס איז דער פרייז פון נישט קענען קיין אידיש.

אזוי איז עס, אין אידיש איז א „שנעלקע אין דער נאז‟ אדער „שיס אין די ציין‟ גענוג כעס’יג אראפצולאדענען די ברויזנדע געפילן. זיי זענען אלע זאפטיג, קאלירפול, און שוין איינמאל ווירקזאם. 

איך האב מיך לעצטנס געאייסרט, באקלאגט, צו א פראנצויז, אז איך קען נישט קיין פראנצויזיש, זאגט מיר יענער: ווען דו זאלסט פארשטיין די שפראך וואלטסטו נישט אזוי אנטציגט געווארן דערפון, די קללות דארטן זענען אך און וויי… 

אז איך פארשטיי נישט קיין פראנצויזיש קען איך אים נישט פארגלייכן מיט אידיש. איך גלייב אבער אז אידישע קללות כאטש זיי האבן טאקע א געוויסע איידלקייט, אבער אוי רבונו של עולם, גענוג אויף צו פארשווארצן יענעמס פנים, יענעם צו מאכן שפירן ווי אן אפגעלאזענער באשעפעניש. נישט אומזיסט זאגט דער פסוק: הקול קול יעקב, יעקב טויג זיך מיטן קול גלייך ווי עשיו טויג זיך מיטן שווערד…

איז צייט דורכצוגיין א טיילווייזע ליסטע, חזר’ט זיך זיי איין, אויב קענט איר זיי נאכנישט, אין צייט פון געברויך, זיי זענען גוט סיי יענעם צו באוואשן און סיי צו ברוזשען צי זיך צווישן די ציין, עס וועט אייך בעסער מאכן אויפן הארצן:

דעה־זאגער: שמענדריק, וויכטיג מאכער, שמויגער, צולייגער, ראצער, צוציק. 

בעל גאוה: פארעך, שטינקער, שטינקט פון גאות, ר”ר צאץ.

אפגעפארענער: מסית ומדיח, משומד, עוכר ישראל, טרייפניאק, רחמנא ליצלן. 

גאסן יונג: יונגאטש, ליידאק, פיסטאק, שטריק, ביק, לאבעס, לעפאק.  

זינדיגער: מנווול, נידרגער יונג, געמיינער יונג, טמא’ער יונג, שייגעץ, מטונף, שמוציאן, קליפה.

פאר פרויען: שיקסע, אויסגעלאסענע, אויסווארף. 

שטאטוס קריטיקער: אויבער חכם, פורץ גדר, פאסקודנאק, אפיקורוס

קארגער: קארגער חזיר, אנגעשטאפטער, אנגעפרעסענער, זיצט אויפן געלט, ווארמט די געלט, קמצן.

פוילער: ברייטער פריץ, פוילער שטריק, שימלט אפ, רירט זיך נישט ווי די יאר איז, א יאר מיט א מיטוואך, אלעס קומט אים, ווארמט די בענקל, פארשלעפטער קרענק. 

ליגנער און שווינדלער: שקרן, בלאפער, דריי קאפ, חוש’ער, גנב, גזלן, באנדיט, כאלערע, פארברעכער. 

ווילדער, כעס’ן: ווילדער צאפ, חיה רעה, משוגענער, קוקוריקו, נערוועזער קאץ, אויפגערעגטער פריץ, אנגעבלאזענער, צושפילטער.

שטומפיגער קאפ: בהמה גסא, וויסטער שוטה, שוטה משוטה, טיפש מרחם, פיסטער עם הארץ, פערד’ס קאפ, טשייניק האקער, חמור, אקס, וואסער מעלאנע. 

נודנע כאראקטער: קראנקער זכר, קרים קאפ, קאפויער, מוכה שחין, אפגעפליקטער, אפגעריסענער, צופראסקעטער (אין לאנדאן). 

א מיטשיאק. נודניק, פגע רע, נאסער פגע, קלעבעדיגס.

אומסימפאטישער: דרעדלינגער, געמיינער יונג, כף למד בית, הונט, שלאנג, עקלהאפטיגער בריאה, דערגייט די יארן. 

פאר פרויען: יענס בחור’טע, קלבטע, שלאקטע, שלעכטצל. 

טשעפנאק: א מיאוסער פיסק, א לויזער צונג, א שטיק גוטס, גיפטיגס. 

בעל רכילות: פלעפקערער, יאכנע, יענטע, פאטשקעט, דרייט א קאשע. 

און דא איז נאך א פאר פאר טאשן געלט, סתם צו זאגן ווען מען זיצט אין טרעפיק אדער נאכן ווערן פארשעמט: 

פאר א גוט יאר, צו אלדע גוטע יאר, פאר א שווארץ יאר, א בראך אים אין די גאל אריין, א מיתה משונה, ימח שמו וזכרו. א געשעפט האב איך, איך האב אים פארפאקט, גיי צו די רוחות, פארכאפט זאל ער ווערן, זאל ער זיך הענגען אויף א צוקער שטריק.


סעקס און עראָס - אַ גרויסער אונטערשייד

Sex and Eros - Two Very Different Concepts

פֿון ישׂשׂכר כּץ

Yehuda Blum

שוין לאנג פירט דער חרדישער ציבור א מלחמה מיט די אמעריקאנער געזעצגעבער וואס פרובירן איינצופירן רעפארמען צו באשיצן קינדער פון באלעסטיקער. ס׳דערמאנט מיך אין מיין חבר דזשאוי ד’אנגעלוי ז”ל.

 
דזשאוי האט ווי א קינד געהייסן יואלי ד… זיין לעבן איז גייסטיק פארניכטעט געווארן צו זיבן יאר ווען מען האט אים מאנס געווען אין א מקווה. האפנדיג צו היילן זיינע וואונדן איז ער געווארן אן אדוואקאט פאר די געליטענע פון סעקסועלער באלעסטיקונג. צום סוף האט ער אבער נישט געקענט פטור ווערן פון זיין אינערליכן עגמת נפש. די פיין איז געווארן אומדערטרעגליך, און ער איז עווענטועל נפטר געווארן פון וואס האט אויסגעזען ווי א „דראג אווערדאס‟, אײַננעמען צו פֿיל נאַרקאָטיק. 

צום באדויערען, איז דזשאואי’ס מעשה נישט קיין יוצא מן הכלל. עס זענען דא א סך קינדער אין די חסידישע קרײזן וועלכע, אזוי ווי ער, זענען באלעסטיגט געווארן אין א יונגן עלטער. איך ווייס ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין די זעלבע קהילה ווי דזשאואי און אויך געלערנט אין זעלבן חדר. 

מען האט דערווארט פון אונז פון א יונגן עלטער צו קומען אין חדר גאנץ פרי. אלס צען יעריג קינד בין איך ארויס זיבענע צופרי, יעדן טאג. וויבאלד מיין חדר איז געווען ווייט פון מיין הויז, האב איך געדארפט נעמען א באס אנצוקומען אהין. עס איז געווען א באשטימטע פלאץ וואו מען האט מיר יעדן טאג אויפגעפיקט. 

זעענדיג אז די געגנט וואו מיר האבן געוואוינט איז געווען גאנץ פארזיכערט, האבן מיר מיינע עלטערן דערלויבט צו גיין אליין צו מיין סטאפ און ווארטן דארט, טראץ מיין יונגן עלטער, אפילו ווינטער, ווען עס איז נאך געווען טונקל אינדרויסן אזוי פרי.

איך בין נישט געווען די איינציגסטע קינד ביים באס־סטאפ. אנדערע קינדער זענען אויך דארט געווען, אלע פון זיי אנקומענדיג דארט אליין.

צופעליג איז די באס-סטאפ געווען פאר א גראסערי, א שפייז־קראם. יעדע צופרי, בשעת מיר האבן געווארט, פלעגן סוחרים איבערלאזן זייערע פרודוקטן נעבען דאס געשעפט. איינער פון די דעליווירי מענטשן איז געווען די טעגליכע ברויט פארטיילער. דער פאָטער פונעם ברויט־פארטיילער איז יענע טעג געווען דער איינציגסטער מקור פון כשר’ע ברויט. דער בעקעריי האט געהערט און איז געווען אנגעפירט פון דער משפחה. יעדע פאמיליע מיטגליד האט געהאט אן ארבעט און ער איז ארומגעפארן אויסטיילן די ברויט. ער פלעגט ארומפארן, און אפּלאָזן פרישע ברויט אין יעדן גראסערי געשעפט אין דער גאנצער געגנט. 

ליידער איז אויסטיילן ברויט נישט געווען די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטוען. אונטערן שלייער פון טונקלקייט פלעגט ער, אן קיין ספעציפישן חשבון, אפנעמען איינס פון די אינגלעך וואס האט אומשולדיג זיך געשפילט נעבן געשעפט, זיי ארומפירן אין זיין קאר, זיי באלעסטיגן, און צוריקברענגען צום סטאפ אזויווי גארנישט וואלט פאסירט. 

אזוי האט ער געטאן יארן לאנג.

פאר א לאנגע צייט האבן זיינע קרבנות זיך צו פיל געשעמט צו דערציילן אז מען האט זיי געטשעפעט. ווען זיי האבן צום סוף מיטגעטיילט זייער פיין מיטן ציבור האט דאס גורם געװען א קליינעם שטורעם. צום סוף אבער, האבן די עסקנים באשלאסן גארנישט צו טוען, אוועקקוקנדיג אינגאנצן פון דעם מסוכנדיגן אכזר. זיי זענען דאך א רייכע שיינע משפחה; די פירער און עסקנים האבן מורא געהאט צו גיין קעגן זיי. דער באלעסטיקער האט דעריבער קיינמאל נישט אפגעגעבן דין וחשבון פאר זיינע חטאים. 



אזא אויפפירעכץ איז א הימל געשריי און לכאורה אומפארשטענדליך.

כדי צו פארשטיין דעם ציבורס לכאורה קאלטבלוטיגע שטעלונג בנוגע סעקסועל אכזריות איז וויכטיג צו פארשטיין דעם חילוק צווישן סעקס, עפעס פיזיש וואס מיר טוען אינסטינקטיוו, און עראס, וואס באדײט סענסואליטעט און ראמאנטישע ליבע וואס דארף ווערן געלערנט.

סעקסועלע באציאונגען זענען א נאטירלעכע זאך. קעץ, בינען און אפילו בלומען טוען דאס. אבער דער באגריף פון עראס – דאָס באטראכטן סעקס ווי אן אויסדרוק פון ליבע, דאס רעדן וועגן סעקסועלע געפילן, דאס אנטוויקלען א פאזיטיווע סעקסועלע אידענטיטעט – דאס זענען זאכן וואס די דערוואקסענע אין אונזער לעבן העלפן אנטוויקלען ביי אונז.

אז מע זעט דעם חילוק צװישן די צוויי באגריפן, סעקס און עראס, ווערט קלאר אז ס‘האט ניט קיין זין צו פרואוון לייזן דעם ממש צעבראכענעם צוגאנג צו סעקס ביי די היימישע חסידישע קרייזן. 

ביי די חרדים איז דער איינציגסטער ציל פון סעקס — פריה ורביה, א נויטיגע צרה אויף צו פארמערן די מענטשהייט. הנאה האבן דערפון איז נישט אנגענומען און דאס פרואוון פארשטיין די אייגענע סעקסועלע געפילן איז באטראכט פאר גוי’איש און אומפאסיג. עלטערן און מחנכים לערנען נישט די קינדער וויאזוי צו אנטוויקלען א סעקסועלע אידענטיטעט. מערסטנס זעען זיי סעקס אלס עפעס וואס ער אדער זי טוט בלויז דורכפירן דעם מענטשליכען (אדער לויט געוויסע חרדישע דענקער ־ חי’השן) אקט כדי די פארפאלק וואס טוט עס זאל זיך קענען פרוכטפּערן.

זייער איגנארירן די פראבלעם פון קינדער באלעסטיגונג אין די היימישע קרייזן איז מן הסתם באאיינפלוסט פון דעם מינימאלן פארשטאנד פון סעקסואליטעט. לויט זייער פארשטאנד, איז די „סעקשועל אביוס‟ פון א קינד בלויז אן אויפפירונג וואס איז נישט פאסיק; דער באלעסטיגער פירט זיך פשוט אויף פראסט, נישט צניעותדיג. לויט זיי איז סעקס פשוט סעקס. זיי באגרייפן נישט דעם גרעסערן שאדן וואס אזא אכזריות האט אויפן גייסט און אידענטיטעט פונעם קינד גופא. צוליב דעם פילן זיי נישט דעם כעס וואס מיר שפירן קעגן אזעלכע רשעותדיגע אויפפירונגען. זיי זעען נישט איין דעם טיפערן פסיכאלאגישן שאדן וואס קומט אפיר פאר’ן קרבן ווי א רעזולטאט פון דער באלעסטיקונג, ווייל סעקס פאר זיי איז בלויז א פיזישער אקט וואס איז פסיכאלאגיש נישט וויכטיג.

א טויש וועט דעריבער נאר געשען ווען די חרדישע פירערשאפט נעמט זיך אונטער אין גאנצן איבערצומאכן איר צוגאנג צו סעקסועלע פירונגען און אנערקענען דאס חשיבות פון סעקסועליטעט און סענסואליטעט. נאר דורכן אויסבייטן „קאלטע‟ סעקס אויף עמאציאנעלער און פיזיקאלישער אינטימקייט, נאָענטשאפט, וועלן זיי פארשטיין און אפשר אפילו שעצן די זייער וויכטיגע ראלע וואס סעקסואליטעט שפילט אין דער פסיכאלאגישער אנטוויקלונג פון א קינד.


װאָס איז מער „חסידיש‟: אַ ברײט־ראַנדיקער הוט אָדער אַ קאַשקעט?

What's More Chassidish: A Wide Brim Hat Or a Flat Cap?

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

א חסידישער איד איז מקפיד אויף אן אידישליכן לבוש, דער לבוש פון אונזערע זיידעס אין אלטן אייראפע. טראץ דעם וואס מען זעט קלאר אז תימנים און בוכארים פארמאגן אנדערע לבושים פון דער אור אלטער מסורה, וועט מען מיט א חסידישן ברען אנרופן דעם חסידישן לבוש ווי דער לבוש מיט וואס אידן זענען אייביג געגאנגען, די קלײדער פֿון אונזערע אור אבות. 

דעם חסידס לבוש איז טאַקע מער טראדיציאנאל פון דעם ליטוואקס. עס איז געווען דער לבוש פון דער אלטער היים ביי אלע מזרח־אייראפעאישע אידן אין די אמאליגע יארן, לכתחילה אפילו ביי די ליטוואקן, אבער ביז ווי ווייט צוריק גייט עס? 

דער אמת איז אז דעם חסיד קימערט נישט אזוי ווייט מיט וואס פארא קליידער מען איז געגאנגען בימי חז”ל אדער תנ”ך. ביים חסיד הייבט זיך אלעס אן ביים ערשטן רבי’ן פון זיין חסידות, אדער אמפריסטן, דער בעל שם טוב. בעפאר דעם איז ווי „בעפאר־געשיכטע‟. כאטש מען פארערט און פארהייליגט דעם תנ”ך האט מען דאס אבער מיטאלאגיזירט, אזוי אז מען דארף זיך נישט פארטיפן אין די סיפורים פון א רעאלישן שטאנדפונקט. די פיגורן און עפיזאדן בלייבן דינען מער אלס טשאטשקעס, אדער רוי מאטעריאל, דערפון צו שעפן און בויען א חסידישן געדאנק. 

דער חסיד האט אן הרגשה אז דער תוך פונעם שטריימל און בעקיטשע איז געלעגן אין די בגדים און שלייערן פון די חכמים, אדער אין די ראקן, טורבאנען און לעדערנע גארטלען פון די נביאים. א חסידישע מעשה איז דא ווי דער צדיק האט אין חלום געזען אברהם אבינו’ן מיט א שטריימל און קאפטן. דאס איז א ראיה, אדער אז אברהם האָט זיך געקליידט לויט די מאדע פון די אייניקלעך אין יעדן פלאץ אין יעדן דור (אפשר איז ער גאר אין הימל געווארן א חסיד), אדער, אז אברהם’ס תוך איז פון שטענדיג אן געווען שטריימל בעקיטשע’דיג, טאקע מיטן חסידישן פלאם.

מען כאפט פארט נישט ווי די היינטיגע מלבושים זענען ווייט פון די נביאים’ס, סיי די פארעמעס, סיי די מאטעריאל, און ווי שטארק זיי זענען בעאיינפלוסט פון ווייטע אומות העולם, דװקא פֿון נישט־ביבלישע, אומ’חז”ל’ישע פעלקער. לאמיר כאפן א בליק, וועלעכע סארט בגדים און סחורות חסידים זעען װי א גילגול פון די תנ’ך’שע. 

לאמיר אנהייבן מיט דעם הוט, דער רים־הוט פארשטייט זיך. אנעם רים קוקט מען דאך אויס ווי א טערק, נישט ווי א חסיד. 

אז מען קוקט אין די שווארץ און ווייסע בילדער פֿון אַמאָל וועט מען זען אז אפילו חסידים ביז ארום הונדערט יאר צוריק זענען געגאנגען מיט קאשקעטן. דער העלד פון „טראַדיציע‟ — טבֿיה — גייט מיט א קאשקעט, נישט א ראנד־הוט. די בילדער אין מחניים פון סיפורי צדיקים שטעלט פאר דעם פארצייטישן איד מיטן דאשעק. לאמיר עס אלזא מאכן קלאר, א רים־הוט פלעגט מען קודם זען ביי גלחים, פריצים, און פאר דעם — אייגנטליך דער מקור פונעם רים־הוט — ביים פעלד ארבעטער, צו באשיצן אים פון דער זון.

דארפן מיר שוין נישט צוריקגיין צו ווייט. במשך פֿון די צייטן פון די גמרא, װײַזן אונדז פארשידענע מעשיות אין חז”ל, אז יעדער סארט קאפ צודעק, צי איז עס א שלייער צו איז עס א היטאלע, איז פאר א געוויינדלעכן איד, גאר געווען א סימן פון גאות. א קאפ צודעק לאזט מען פאר די עליטע, די רבנים. 

טייל מפרשים דרינגען דא ארויס, אז דער חז”לישער קאפ צודעק, די עליטע סימבאל, איז נישט דער טאפלטער קאפ צודעק ווי דער היינטיגער הוט איז איבערן קאפל, נאר, א צוגעדעקט קאפ בכלל… דאס הייסט אז בכלל גיין מיט א צוגעדעקטן קאפ איז אין יענע צייטן געווען אן עליטישע זאך, און גאר חוצפהדיג פאר א פראסטן איד. 

איז מעגליך אז די נארמע פון א חז”ל’ישער פאלקזאמער איד איז געווען צו גיין אין הוילן קאפ?…

און וואס פאר א סארטן קאפ צודעקן זענען עס געגאנגען די עליטישע מנהיגים, די חכמים? א רים־הוט איז געװען, װי געזאגט, פאר די פעלד ארבעטערס. די חכמים זענען געגאנגען, אזוי ווייזט אויס פון די גמרא, מיט א גלימה, א שאליק, אדער טורבאן, און אזוי זעט מען דאך טאקע אין די פרשה בילדער העפטן. אין תנ”ך איז א טורבאן א כהנישע זאך, דער כובע און דער מצנפת. 

א היימיש חסידישער קאפל איז א סאמעטענער. אויך דער שבתדיגער קאשקעט וואס די בעלזער און וויזשניצער קינדער טראגן. סאמעט איז א רעכטער סימבאל פון אן אינעווייניגסטער, דאס איז ווי די כשר’סטע שטעמפל, דער אזוי אידישליכער שטאף פארמאגט אבער נישט אפילו קיין לשון הקודש נאמען אדער קיין חז”ל’ישער נאמען, (דער עבריתישער “קטיפה” איז א העברעזירונג פון אן ענליכן אראבישן ווארט פאר סאמעט). 

סאמעט איז דערפינדן געווארן אין אינדיע מיט בערך 15 הונדערט יאר צוריק, ד.ה. ביי די ענדע פון די חז”ל תקופה, אבער באקאנט געווארן אין די אידישע מיטל מזרח לענדער איז עס פיל שפעטער, אין די צייטן פון די גאונים, און אויך נאר פאר (מוסולעמענישע) מלכים. ערשט מיט בערך פינף הונדערט יאר צוריק האבן די איטאליענער און די פלעמער פאבריצירט און פארשפרייט סאמעטענע סחורה ביי די מאסן. דער אזוי חסידישער “סמעט”, אויף וואס חסידים זאגן דעם ר”ת, ס’ור מ’רע ע’שה ט’וב, איז הייסט עס, אינדיש, אראביש, איטאליש און פלעמיש.

לאמיר נאר זען פון וואס אונזערע חסידישע הוטן זענען געמאכט: סיי די סאמעטענע און סיי די אומסאמעטענע זענען געמאכט פון ביבער שטאף און פילץ. פילץ (געפרעסטע האר) האט טאקע עקזיסטירט בימי חז”ל און פריער, מיטן נאמען “לבד”, אבער נישט פון ביבער נאר פון שאפן וואל. דער ביבער שטאמט פון דער קאלטער אייראפע און צפון אמעריקע, אבער אפילו פון וואלענע לבד, איז נישט מסתבר אז די חזלישע שלייערן זענען געווען געמאכט, לבד איז דאך הארטע שטאף.

א שטריימל ווידער, פאר די װאס ווייסן נישט, דאס איז ממקור געווען א קעניגליכער לבוש פון די רוסישע קיסרים אין די ענדע מיטלאלטער יארן. דער קאפל (דאשעק) אינעם צענטער פונעם שטריימל, איז ארגינעל געווען ארויסגעהויבן, גלייך ווי דער שטריימל וואס מען זעט אויף דער באקאנטער בילד פונעם דריטן לובאוויטשער רבין, אדער ווי עס טראגן אפילו היינט די רוזשינער אייניקלעך, נאר אנשטאט שווארצע סאמעט איז דאס קאפל פון דער צארישער “שטריימל” געווען באקרוינט און באצירט. 

די לעגענדע זאגט אז דער שטריימל ביי מזרח אייראפעאישע אידן האט זיך אנגעהויבן דורך א גזירה מיט בערך פינף הונדערט יאר צוריק, אז אידן מוזן טראגן א שוואנץ אויפן קאפ, כדי זיי צו דערנידערן. דאס אז די מלוכות פלעגן ארויפצווינגען ספעציעלע הוטן אויף אידן, דאס איז שוין באַקאַנטע געשיכטע, אבער די שוואנץ מעשה איז נישט אזוי אנגענומען ביי היסטאריקער פון אידישן לבוש, ספעציעל אז מען ווייסט קלאר דער היפוך, אז דער “שוואנץ” איז א קייזערליכער מלבוש, און אריין צווישן אידן איז עס דורך עמטליכע רבנים, און אלס פעסטליכער לבוש, גאנץ א קלארער באווייז אז עס שטאמט אלס א פעסטיוואלער מלבוש דירעקט דורך די מזרח אייראפעאישע גויים, און איז גארנישט אייגנארטיג צו אידן אלס רעזולטאט פון דערנידערונג גזירות. 

די מאטעריאל פונעם חסידישן שטריימל, אדער דער פוילישער הויכער שטריימל (ספאדיק, וואס די גערער חסידים טראגן), באשטייט בעיקר פון שווענץ פון סיבירישן סויבל, אדער גרויע פוקסן און מארדערן, די אלע סארטן בעלי חיים זענען ביז לעצטנס בלויז געווען פארשפרייט אין די קאלטע מדינות פון אזיע, אייראפע און אמעריקא, נישט קיין חז”לישע אדער תנ”ך’ישע מדינות. דער “קאפל” אינעם צענטער פונעם שטריימל איז פון ביינוול (וואטע) און זייד. סאמעט ווי געזאגט איז א נאך־חז”ל’ישער דערפינדונג, זייד איז דאך א כינעזישע סחורה, ווערט שוין אביסל דערמאנט אין חז”ל אלס א זעלטענע סחורה, אבער מסתמא נישט אין תנ”ך. סיי ווי האט מען די זייד געוויס נישט געניצט פאר דאס וואס מיר ניצן עס היינט, פאר א שטריימל.

(המשך קומט)


ווי ווייסן די סעקולערע לײַט וואָס אָנצוטאָן?

How Do Secular People Know What To Wear?

Yehuda Blum

אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן ווי א חסידישער יונגערמאן, האב איך זיך איינגעוואוינט אין דריי קליידונג סטאטוטן: שבת’דיג, וואכעדיג, און ווי מע גייט אין דער מיקווה — נאקעט. 

איך דערמאן זיך ווי די מאמע האט מיר געקליידעט אלס קינד ביז די בר מצווה, זומער מיט לייכטע קליידער, קורצע ערמל, קורצע הויזן און סאנדאלן; ווינטער מיט פולע וואלענע קליידער און באקוועמע שיך, אין בעט א פידזשאמע, אין באדע צימער א באד קלייד, פורים א פארשטעלעכץ, צו א חתונה מיט א ספעציעלן ראק, די פאות געמאכט מיט דזשעל. אין די בערג אום זומער האט זי ארויפגעלייגט א גויאיש היטל אויף מיין קאפ, „זאלסט זיך חלילה נישט פון דער זון אפברענען.‟

אבער גיי געדענק יענע פארגעסענע צייטן. זינט דער בר מצווה, זינט איך קלייד מיך אליין, איז נישטא די אלע זאכן. שווארץ, ווייס, און דאס איז עס, מיטן אויסנאם ווען עס רעגנט, דאן כאפט מען א זעקל, זאל זיין א קאלירטע, און מען לייגט עס איבערן הוט, וועלעכער קאליר, מאכט נישט אויס.

פון די ווייבער שיל, מיינע געשוויסטער און שפעטער מיין ווייב, האב איך פארגעזעצט צו הערן איבער כל מיני קליידער, אזא קאליר פאר יונגע, אן אנדער קאליר פאר עלטערע, מיט שמינק צו א פארטי און אן שמינק אין שיל, א שבת קלייד, א יום טוב קלייד, א חתונה קלייד, א קאנטרי גאון, א שלאף גאון, א שווים קלייד. אוי האב איך זיך געשפירט ווי א פרייער פויגל הערנדיג זייערע קאמפליקאציעס! ביי מיר, די זעלבע סעט וואכן בגדים פאר אלע וואכנטעג ביז הונדערט און צוואנציג, די זעלבע סעט בגדי שבת פאר אלע שבת און יום טוב, חוץ דעם קיטל פאר די הייליגע טעג און פאנטאפל פאר יו”כ און תשעה־באב, און אין אלע מקוואות איז אויך די זעלבע — אדם נאקעט.

אזוי האב איך רואיג געלעבט יארן, ביז די השגחה עליונה האט געפירט אז איך זאל לעבן צווישן מאדערנע און סעקולארע מענטשן, און נאטירליך נאכקומען זייערע קליידונג סטאנדארטן. 

עד היום איז מיר שווער צו כאפן ווען מען דארף אנטון וואס. צו דער ארבעט גייט מען דזשינס און צו אן אפיציעלער אוונט – געשטרייפטע הויזן.

אז איך וויל זיין א ריכטיגער לייט צווישן לייטן דארף איך וויסן ווען מען טראגט א קאפ היטל, א T העמדל, סניקערס, זון ברילן, שטוב הויזן, און מיט וועלעכער אויפשריפט, און ווען און וויאזוי מען פאסט צו א געביגלט העמד, ראק און שניפסל.

אויב איך באווייז זיך אלעמאל מיט די זעלבע קאליר העמדעד, הויזן אדער שיך גיט עס דעם איינדרוק פון א היימלאזן. און גיי איך מאכן קערפערליכע איבונגען פרעגט מען מיר: אזוי? אן קיין גימנאסטיג הויזן?

ווער ווייסט וואס נאך פאר א כללים זענען דא, נאר איך האב זיי נאך נישט אויפגעכאפט?

דא אין דער פרייער וועלט האט אויך „נאקעטקייט‟ הלכות בגדים: שווים הויזן מוז זיין, און דווקא א שווים הויז, נישט קיין לייבהויז (הויזל). פאראן לענגערע צו קירצערע לויט די געברויכן. פאלט מיר איין יעצט אנצוהייבן א שווים סעסיע, גיי איך קויפן שווים הויזן. זאגט מיר דער אייגנטימער: ר’ איד, ווער פארקויפט דאס יעצט אינמיטן ווינטער שווים קליידער?  איך הייב די ברעמען: ווינטער? מיר זענען דאך אין דעם זוניגן דרום קאליפארניע. און מתחילה פארשטיי איך נישט דער פראבלעם. אויכעט אין מקווה גייט מען דאך סיי זומער סיי ווינטער?!

אז דער פארקויפער האט זיך מרחם געווען אויף מיר און צוגעצייגט א פאר שווים הויזן, הייבט ער אן מיטן טיפישן אמעריקאנער „אויסוואל‟: אזא קאליר, אזא דעזיין, דאס איז פאר ספארטס לייט, דאס איז פאר רייכע לייט, דאס איז פאר „שיקסע כאפער‟, דאס איז פאר עלטערע לייט, דאס — פאר רעליגיעזע, דאס — פאר ארטיסטן. 

ביי מיר איז אלעס איינס. דער איינציגסטער מאל אלס חסיד ווען איך האב געדארפט קלויבן א דעזיין איז פאר מיין טיש בעקיטשע. ס’מיר גוט, אויך שווים הויזן דארף איך קלויבן… איך בעט זיך ביי אים, גיב מיר עפעס און לאז מיר גיין… אבער עס איז נישט דער מנהג אזוי, זאגט מען מיר, מען דארף אכט געבן, געווארנט זיין, מיט וועמען מען איז גרייט זיך צו אידענטיפיצירן.

איך האב שוין כמעט געטראכט צו זיך, נאך אביסל און די חברה וועלן מיר פארדרייען דעם קאפ, וועל איך נישט האבן קיין ברירה און זיך מוזן גיין אויסזוכן א מקווה.


ווי אַזוי מיר האָבן פֿאַרקויפֿט קוגל בײַ אַ מאַרק אין מעקסיקע

How We Sold Kugel At a Marketplace in Mexico

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

אז איך בין צום ערשטן מאל געקומען קיין מעקסיקע האב איך מיך אנגעשטויסן אין א רייע מאכלים פון וואס איך האב נישט געוואוסט ביז איצט. א נייער ליסטע פון צענטראלע געריכטן און געטראנקען, אלע מיט גרויסע חשובע נעמען. בוריטא, טאקא, טארטיא, האמייקא, טאקילא. קלינגט צו מיר ווי שווערע גמרא’ישע ווערטער, מקפא, ליפתן, כיסנין, כמיהין, אנומלין, אניגרון. וויייזט אויס אז זיך באקענען מיט קולטוריעלע עסנווארג איז א טייל פונעם זיך באקענען מיט די מעקסיקאנער מדינה.

גלייך ווי דער אשכנזי האט קוגל, טשאלנט, קישקע, קנישעס, געפילטע פיש און טרויבן־זאפט (גרעיפ דזשוס), גלייך ווי דער מאדערנער ישראלי האט בורעקאס, פיטאט, פאלאפל, לבן, און שוקו, אזוי האט דער מעקסיקער זיין אייגענע קיך, מיט אייגענע פאפולערע נאציאנאלע געקעכצן, געבעקסן, און געטראנקען: טשוריסא (פלייש פינגערל), פריכאלעס (בונדל געמיש), און טשוראס (זיסער פריטל).

און ווי איז טאקע ווען די צוויי קיכן באגעגענען זיך?! אליינס האב איך בייגעוואוינט א שבת סעודה אין מעקסיקע וואו זייט ביי זייט איז געלעגן חלה מיט טארטיא, הערינג מיט סאלסא, איימעציבעלע ( (שבת’דיגע אייער-סאלאט מיט צוויבל) מיט גואקאמאלע, טרויבן זאפט מיט האמייקא (א מין צוקער וואסער), שנאפס מיט טאקילא, נאטשוס (מעקסיקאנער נאש) מיט מאנדלען, און אפילו פריכאלעס (מעקסיקאנער בונדל געקעכטס) מיט טשאלנט.

ווי איז אבער אז עס פאלט מיר איין צו פארוואנדלען דעם היימישן אשכנזישן קיך אלס א טייל פון דער גויאישע מעקסיקאנער קולינעריע? א מעקסיקאנער רעסטאראנט צווישן פאלנע מעקסיקאנער וואס פארקויפט נישט קיין קאזועלא (א געבאקענער פלייש און ירקות געמיש), נאר קוגעל?

אזא רעסטאראנט האב איך נישט באגעגנט, אבער איך האב עס אליינס אויספראבירט, און טאקע מיטן פלאן צו מאכן ריווח.

מיט מיין פארטנער, א געבוירענער אין מעקסיקא, זענען מיר געגאנגען אין טיהואוואנא צום מארק פלאץ ביים ים, זיך געטראפן א ווינקל, אויפגעשטעלט א טישל, עס שיין באדעקט, ביים פארנט געשטעלט האנט געשריבענע פלאקאטן, און ארויפגעשטעלט סענדוויטשן פון איימעציבעלע מיט ירקות, בארן קאמפאט, און רונדיגע בעקעלעך קארטאפל־קוגל לויטן טראדיציאנאלן רעצעפט, און אויך סאלסא כדי נישט אינגאנצן אויסצוזען ווי פון דער לבנה, ווי א טאטאלער פרעמדער. „מען קען אין מעקסיקא נישט פארקויפן געריכטן אן סאלסא‟ זאגט מיין פארטנער. ווי די שטייגער אין א מארק — שטעלן מיר אויך א טעצל צום פארזוכן.

פרייזן האבן מיר באשטימט לויט די סטאנדארטן פון א מעקסיקאנער רעסטאראנט, אין פעסאס פארשטייט זיך. וואס דארף קאסטן א קוגל אין מעקסיקע?… צו עפעס א פרייז האבן מיר זיך שוין דערשלאגן.

די שכינותדיגע טישלערס זענען געזעסן געלאסן אונטער דער שטענדיגער זון, זיך נישט געיאגט אין ערגעץ, אונז פארגעשלאגן הילף, און אפילו דערלאנגט א זון שירעם וואס מיר האבן נישט געברענגט מיט זיך. „אזוי זענען מעקסיקאנער, גוטע נשמות,‟ זאגט מיין פארטנער.

„ענסאלאדא דע הועווא (אייער סאלאט)! קוגעל דע פאפא (קוגל פון קארטאפל)!‟ רופט מיין פארטנער אויס צו יעדן דורכגייער. דא און דארטן שטעלט זיך אפ א יעניגער, אמאל א לאנגווייליגער מאן, אמאל א משפחה, אמאל אן עלטערע פרוי. איינער פארזוכט, גיט א צופרידענעם פארזוך־אויסדרוק מיטן מויל. איינער קויפט א סענדוויטש און א צווייטער — קאמפאט, דווקא מיט א סך וואסער, אנדערע — דעם קוגעל, און אויך סאלסא, פארשטייט זיך. דא קויפט א מוטער פאר די קינדער, דא אן איינצעלער מאן. מאכט זיך איינער פארבייסט אויפן ארט מיט א טיפישער מעקסיקאנער געשמאק, באשטעלט מיט חשק נאך עפעס און צעשמועסט זיך גוטמוטיג איבער די אינטרעסאנטע דעליקאטעסטן. אמאל אין ניו יארק ווען איך פלעג זען דאס מעקסיקאנער עסן האב איך געמיינט אז ער „פרעסט ווי א גוי‟, דא האב איך עס געזען אז ניין, „ער עסט מיט א מעקסיקאנער אפעטיט‟.

אמבעסטן איז געגאנגען די קוגעל דע פאפא, קונדן האבן זיך פאראינטערעסירט איבער דעם קארטאפל געבעקס. איינער, א טאטע פון א משפחה, איז אזוי געפעלן געווארן די קוגל אז ער האט געקויפט אכט דערפון.

א צווייטער מיט אן אויטא שטעלט זיך אפ, די פלאקאטן איבערן טישל האבן געכאפט זיין אויג. „איך האב באלד געזען אז דא אויף דעם טישל פארקויפט מען מאכלים וואס מען איז נישט געוואוינט אין מעקסיקע,‟ זאגט יענער, „כמעט אלע דא פארקויפן שווערע געקעכטצן, עפעס לייכט צו פארבייסן איז נישט אזוי צום געפֿינען, ווען איר זאלט קומען אלע מאל וואלטן זיך מענטשן מחיה געווען מיט די סחורה פאר פרישטיג אדער מיטיג!‟

מיר זענען דעם ערשטן טאג ארויס מיט ריוח, נאכן צאלן צוואנציג פעסאס מארק שטייער, איך בין אוועק מיט די הרגשה ווי אינעם מעקסיקאנער פאלק איז דא א באהאלטענע ליבע צו חסידישע מאכלים.

משה אמת וקוגלתו אמת


איז הרבֿ אליעזר בערלאַנד אַ צװײטער שבתי צבֿי? (צװײטער טײל)

Is Rabbi Eliezer Berland A Second Shabbetai Zvi? (Part II)

פֿון יהושע כּהנא

שבתי צבי

צו לײענען דעם ערשטן טײל, קװעטשט דאָ

ווי א ביין אין האלדז שטייט דער “אותו האיש” בערלאנד, פאר כלל ישראל בכלל, און פאר ברעסלאווער חסידים בפרט. א מנהיג פון חסידים אנגעפיקעוועט מיט די הארבסטע סקאנדאלן קעגן דער מענטשהייט און קעגן די תורה, גדולי ישראל האבן שוין ארויסגעגעבן א קלארער פסק אז מען דארף פון דעם מענטש זיך דערווייטערן ווי מען דערווייטערט זיך פון טומאה, אבער עדיין הוא מרקד בנינו - ער מיט זיין כת זענען נאך נישט אויסגעשפיגן פון כלל ישראל. 

אבער פאר מען שרייט אזוי געוואלד איבער דעם בערלאנדיזם, און איידער מען רעכט זיך אים מיט זיין עדה גענצליך אויסצושפייען, לאמיר נעמען די מי און ברענגען דעם ענין אויף א גלייכן טיש.

לכאורה קען מען זאגן אז ווען נישט בערלאנדס ניאוף סקאנדאל וואלטן זיינע אנדערע חטאים פארגעבן געווארן. בערלאנדס פארגעטערט ווערן, שארלאטיזם, און בארבאריזם, פון די סארט פראבלעמען האט מען דאך שוין געוואוסט איידער דאס גאנצע איבערקערעניש, מען פלעגט דאס באטראכטן ווי נישט מער ווי עקסטרעמע קאפריזן פון א ברעסלאווער מנהיג און אגרעסיע פון זיינע ספרדישע בעלי תשובות. מעסיגע זענען פון אים סייווי געשטאנען ווייט און ווער עס האט געוואלט זיין א בערלאנדער, זאל אים וואויל באקומען. 

אויסער דעם, אזעלעכע פראבלעמען ווי פארגעטערונג, שווינדל, און וואנדאליזם, קען מען אויכעט געפֿינען ביי אנדערע חסידות’ער אדער ספרדישע גרופן. פעלן דען מאדנע און עקסטרעמע אמונות ביי אנדערע חסידות’ער? פעלן שארלאטיזם, שווינדל דורך שטוב מענטשן פון רבי’שע הויפן? פעלן דען ווילדקייטן און בארבאריזם ביי שווענץ חסידים, ביי די פאנאטישע אנהענגער פונעם רבין? לאמיר נישט מאריך זיין… 

נאר וואס? אז מען האט געפאקט זייער בערלאנדן מיט ניאוף, האט דאס שוין פארוואנדלט אויך די איבעריגע פראבלעמען און סקאנדאלן, מעשי זנות איז אן אומדערהערטער זאך ביי א רבי. אז נאך דעם וואס בערלאנדס מעשי זנות איז אנטדעקט געװאָרן גלייבט מען ווייטער אין אים ווי דער גרעסטער צדיק הדור, איז דאס שבתאות. אז מען פארטיידיגט אזא רבי’ן מיט שלעק זענען זיי דאך פאלנע שלעגער און רוצחים, און אז אין אזא סעקטע קומען אויך פאר שווינדלערייען איז דאך די מעשה דא גארנישט אזוי גלאטיג. 

זיך האלטנדיג צו דעם קוקווינקל, אז דער זנות איז דער שורש פונעם פראבלעם וואס אן דעם וואלטן די אנדערע מעשים פארגעבן געווארן, איז כדאי זיך מתבונן צו זיין, צו איז טאקע די מעשה עריות גענוג אז מען זאל דערפאר מוזן צעברעכן א רבי’ן מיט א גאנצער מוסדות? לאמיר נישט פארגעסן אז רוב פון זיינע חסידים זענען געווארן פרום צוליב אים.

דער ענטפער איז לכאורה פשוט און קלאר: שבתי צבי! פארהייליגן איינעם וואס טרעט אויף די תורה איז שבתאות, אזא איינעם האבן אונזערע גדולים געלייגט לדראון עולם, אין אייביגן חרם. 

צו פארוואנדלען א יעדן באמבאסטישן קוריאז אין א צווייטן שבתי צבי איז נאטירליך, די שאלה איז אבער צו איז עס ריכטיג, צי זענען בערלאנדנס מעשים טאקע גענוג אים צו מאכן א שבתי צבי? 

שבתי צבי האט מיט משיחישע אויסריידן עובר געווען נישט נאר אויף זנות און אשת איש, נאר אויך אויף אנדערע מצוות וואס קיינער האט ביז דאן נישט געוואגט צו רירן, און דאס האט ער געטון בפרהסיא מיט אן אפעציעלער שטעמפל, אויסרופענדיג די חטאים אלס מצוות זאגנדיג דערביי “ברוך מתיר אסורים”. דערצו האט ער באפוילן זיינע אנהענגער צו טון די זעלבע, און דאס אפילו ארויפגעצווינגען אויף אנדערע וואס זענען נישט געווען זיינע חסידים. נאך דעם וואס ער האט זיך געמוזט טויפן צו איסלאם האט ער געשאפן א נייער רעליגיע, א טשאלנט פון איסלאם און קבלישע יהדות. 

ש”צס תלמידים, נאך די אלע הארבע מעשים און דורך ברעכונגען, האבן נישט נאר פארגעטערט זייער רבי’ן, אים געהאלטן פאר משיח השם, אדער זיינע זינד און פירצות פארענטפערט קבליש, נאר זיי האבן זיך ווי זייער רבי’ן-אפגאט געפירט למעשה. לכל הפחות די אפענע תלמידים. ווער רעדט נאך פון יעקב פראנק וואס האט זיך באַצײכנט װי דער גילגול פון ש”צ, ער האט זיך ווי זיין פארגייער געטויפט צו דער רעליגיע פון זיין לאנד, און ביי פאַרזאמלונגען מיט זיינע תלמידים פארשוועכט די ספרי תורה מיט מעשי זנות ווי די נידעריגסטע גאסן יונגען. 

לאמיר שוין נישט אריינגיין אין שצ’ס גאנצער משיחישער אפאריע, מיט זיינע נביאים און מלכים און לעגענדארע הנהגות, ווי חתונה האבן מיט א ספר תורה, שפאצירן אין די גאסן מיט א פיש און א קינדס וויג, פראווען פסח, שבועות און סוכות אין איין טאג, מקיים זיין “תקיעת שופר” בלאזנדיג אין זיין פויסט אנשטאט אין א שופר. 

אט די זאכן זענען דאס וואס האט צום סוף באוואויגן אז אלע גדולי ישראל זאלן מסכים זיין אז שבתי צבי צוזאמען מיט זיינע תלמידים דארפן אויסגעמעקט ווערן פון די אידישקייט פלאטפארמע. 

עס איז קלאר אז ביי בערלאנדן זענען נישטא די אלע זאכן. נאר וואס, זינט די שבתי צבי מעשה האט זיך אנטוויקלט א הייקלקייט, סענסעטיוויטעט, צו יעדער זאך וואס קוקט אויס ווי אן אנהייב צו שבתאות. 

אבער טאקע פון דער “פאוסט טראומע” מערכות, קען מען אפשר נעמען א באווייז אז עס איז איבעריג צו באטראכטן יעדער פורץ גדר תנועה ווי א צוקונפטיגער שבתאות. א קורצער איבערבליק אויף די פאוסט טראומע מערכות דערציילט מער פון אלעס. ר’ יעקב עמדין האט ארונטערגעריסן ר’ יונתן אייבשיץ מיט זיינע קמעות אלס שבתאות, דער װילנער גאון האט געקעמפט קעגן חסידות, וואלינער רבנים האבן זיך שארף ארויס געשטעלט קעגן ברעסלעוו, רבי’ס אין גאליציע קעגן דעם קאצקער, דער דברי חיים פון צאנז אנטקעגן די רוזשינע קינדערס דרך. די אלע מלחמות זענען געווען מיט דער טענה אז די באטרעפנדע פירן זיך פאגאניש, טרעטן אויף מצוות התורה מיט קבלישע אויסריידן, אדער פארהייליגן זינדיגע רבי’ס, אזוי האט זיך דאך שבתאות אנגעהויבן. 

למעשה זעט מען אז פון קיינע פון די דערמאנטע איז קיין שבתאות נישט געווארן. אקיי, קנאים וועלן אייביג טענה’ן אז ווען נישט זייערע מערכות וואלטן די באטרעפנדע זיך דערקייקלט צום אפגרונד, לעומת זאת וועלן טייל דרכי נועם’ניקעס טענה’ן פארקערט, ווען נישט די קנאושע מערכות וואלט אפילו דער ארגינאלער שבתאות זיך נישט דערקייקלט ווי עס האט זיך דערקייקלט.

א “מעשה רב” האב איך געהערט וואס קען אונז לערנען הדרכה איבער וויאזוי צו באהאנדלען א זינדיגן רבי’ן. 

דער קלויזנבורגער רב, ר’ זלמן לייב זצ”ל איז יונגערהייט געקומען צום באוואוסטן צדיק פון ראצפערט, ר’ שלום אליעזר’ל, מיט א גרויסער שאלה, היות ער איז געווען ביי א געוויסן רבי’ן אויף שבת, און בעצם יום השבת דערשפירט ער א ריח פון טאבאק רויעך. צו זיין גרעסטן שאק האט ער געזען אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער רבי וועלעכע פארייכערט באהאלטענערהייט אן צו וויסן אז יענער זעט אים. “זאל מען מפרסם זיין אז דער רבי איז מחלל שבת און געמיינער שקרן?‟ פרעגט דער יונגער ר’ זלמן דעם ראצפערטן צדיק. 

„צי לייגט יענער רבי אריין אין זיינע חסידים א ווארימקייט צו אידישקייט?‟ פרעגט דער צדיק. 

“אן ספק, דער רבי דערהייבט זיינע חסידים מיט א קאכעניש צו תורה און מצוות!‟ ענטפערט ר’ זלמן.

“אויב אזוי, חס ושלום נישט מפרסם זיין, עס וועט מער שאדן טאן ווי אויפטאן!‟ האט ר’ שלום אליעזר’ל גע’פסק’נט. עד כאן המעשה.

אמת, א סך גדולי רבנים שרייען קעגן אים, א שטיק טומאה א.א.וו., אבער א קלוגער מענטש מעג טראכטן מיט מער שכל. טייל פון די רבנים זענען ווארשיינליך אמת’ע ערליכע אידן, אבער נישט אייביג זענען רבנים די גרעסטע מבינים אין עניני כלל ווי היסטאריע האט געוויזן. רבנים זענען באזארגט, מאכן זיי מסקנות און חרמות, דער עתיד פון אידישקייט גייט זיי צום הארצן, אבער איין גאט ווייסט וואס עס איז ריכטיג צו טון. 

דאס איז אלעס איידער מיר האבן אנגערירט ווי ווייט מען זאל גלייבן אין די מעשיות אויף בערלאנדן. דאס איז אבער איינמאל זיכער, עס איז נישט אידישליך אויסגעהאלטן צו פארענטפערן א רבי’נס זינדיגע מעשים מיט קאבאליסטישע ענינים, און אודאי איז נישט אידישליך אז א פרוי זאל אליינס אריין צו הרב בערלאנדן אין פאל די שמועות זענען חלילה אמת. 


איז הרבֿ אליעזר בערלאַנד אַ צווייטער שבתי צבֿי? (ערשטער טייל)

Is Rabbi Eliezer Berland A Second Shabbetai Zvi? (Part I)

פֿון יהושע כּהנא

הרב אליעזר בערלאנד, א ברעסלאווער רב אין דער אלטער שטאט ירושלים, א איד אין זיינע אנהויב אכציגער יארן, האט צענדליגער יארן געהאט א נאמען פון א ראדיקאלער צדיק, וואס דאוונט שעהען לאנג, מיט א טרייסלדיגער קערפער, רופט אפט צו תשובה און תעניתים, און הייסט גלייכצייטיג זיינע חסידים, די “שובו בנים” חברה, טון ווילדע אומ’אחריות’דיגע מעשים אזויווי גיין צו קברי צדיקים אונטער די פאלעסטינער טעריטאריעס טראץ די סכנת נפשות. בלויז זיין צורה מיט די צעשויבערטע פאות, זיינע פלייצעס פארוויקלט מיטן שטענדיגן טלית, און א הויפן ספרים פארנט פון אים, ווארפט אן א הייליגע אימה.

הרב אליעזר בערלאנדס חסידים זענען מערסטנס בעלי תשובה, גלייך ווי הרב בערלאנד אליין. ער דערציילט אז אלס יוגנטליכער האט ער שפאצירט אויפן כרמל בארג אין חיפה און א געטליכער קול האט אים אויפגעוויזן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. זיינע חסידים האבן זייער רב פארגעטערט און פארהייליגט. גלייך ווי זייער ענטוזיאסטישער רבי האבן זיך אויך זיינע חסידים געשאפן א נאמען מיט די דאזיגע מידות, אדער ראדיקאלן, אדער גרויסע משפיעים. איינע פון זיינע באקאנטע תלמידים איז הרב שלום ארוש, וועמענס ספרים איבער אמונה און אנדערע לעבנס פארמעסטונגען זענען פארשפרייט געווארן איבער אלע שיכטן און קרייזן, אין עברית, ענגליש און אידיש.

פלוצלינג, ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג, האט אין 2012 זיך פארשפרייט א שמועה אז הרב בערלאנד דער ראדיקאלער צדיק איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר געכאפט געווארן ביי די מעשה. עמיצער א יונגערמאן א פייערדיגער חסיד זיינער, נחמן שלום הייסט ער, פלעגט אין די שפעטע נאכט שעה’ן קלעטערן אויף דעם רער פון דער געביידע ביזן רבי’נס פענסטער ערווארטענדיג צו זען א מלאך’ישער עבודה, און צו זיין שרעק זעט ער זיין רבי’ן ליגן מיט א חסידיתטע. דאס איז בלויז געווען דער אנהייב. באלד ווי די מעשה איז ארויס זענען צוביסליך נאך מעשיות ארויפגעשווימען דורך גבית־עדות פון אנדערע פרויען.

הרב בערלאנד האט דערשפירט די היץ, איז ער ארויס אין גלות, און אויסגעקליבן האט ער, ווי צו פארפעפערן די דראמע, דעם ווילדן… אפריקע. אין אנהייב — מאראקא און פון דארטן קיין זימבאבוויי און צום לעצט קיין דרום אפריקע. צוריק קיין ארץ ישראל איז בערלאנד געקומען אין קייטן, און אפגעזעסן א קורצע צייט.

הרב יום טוב חשין, א יונגער כאריזמאטישער ברעסלאווער רעדנער מיט א רויטער בארד, האט געבראכן דאס צעמישעניש ביים חרדישן ציבור. “יא יא, — האט חשין אויסגעשריגן אין איין רעדע נאך דער אנדערער — עס איז ליידער אמת אן ספק, דער הרב בערלאנד איז א רשע.‟ יום טוב חשין איז א געוועזענער מקורב פון נישט קיין צווייטער ווי הרב בערלאנד אליין, און ער איז מעיד אז דער געוועזענער רבי זיינער איז א שרעקליכער נואף. הרב חשין איז געווארן דער ערשטער און הויפט לוחם קעגן הרב בערלאנד.

בערלאנדס חסידים האבן מיט אלע כוחות פראבירט צו רייניגן זייער רבי’נס נאמען. זיי האבן געשריגן אז די גאנצע מעשה איז א בילבול און דער רבי ליידט פאר די זינד פונעם דור. נאך דעם ווי בערלאנד איז ארויס אויף דער פריי, האבן די חסידים זיינע מיטן כוח פון פראפעגאנדע פראבירט צוריקצוברענגען דעם כבוד פון בערלאנדס פערזענליכקייט. באמבאסטישע באזוכן זענען אפגעשטאט געווארן דורך די שובו בנים חברה מיט זייער רבין אין שטעט אין שטעטלעך איבערן לאנד, מיט שרייעדיגע פלאקאטן אז דער צדיק הדור און ניסים מאכער קומט אין שטאט.

און דא האט זיך אנגעהויבן די גרויסע מלחמה קעגן הרב בערלאנד וואס האט פארשלעפט דעם מצב אַלץ טיפער און טיפער.

ווי קען מען דען לאזן אזא פארשוין געניסן כבוד ביי כלל ישראל?! נאך איינער קען זיך נאך חלילה טועה זיין אז ער איז א צדיק. האט יום טוב חשין צוזאמען מיט אנדערע ברעסלאווער משפיעים אריינגעלייגט כוחות אז די גאס זאל וויסן ווער דער אזוי גערופענער צדיק איז. א רעקארדירונג איז פארשפרייט געווארן ווי בערלאנדס אייגענע רביצין באקלאגט זיך ביטערליך וואס פאר א מעשים „איום ונורא‟ זי האט געזען איר מאן אפטון רח”ל. דער ציל איז פארשטענדליך.

אזוי ווי עס איז נישט געבליבן א ברירה, האבן טייל בערלאנדער פארטיידיגט דעם רב, זאגנדיק: „דער רב איז קודש הקדשים, א צדיק העכער פון געווענדליכע מענטלישע באגריפן, און זיינע מעשים, וואס זיי זאלן נאר זיין, קען מען נישט שאצן.

נאר אזעלעכע ווערטער האבן אויסגעפעלט… א ויצעקו איז געמאכט געווארן אין די געסעלאך פון מאה שערים: „געוואלד געשריגן, א רבי רעכט אפ זינדיגע מעשים מיט חסידיתטעס וועלעכע קומען צו אים פאר א ברכה מיט די אויסרייד אז דאס וועט זיין א תיקון פאר זייער נשמה! דאס איז דאך שבתאות! אויך שבתי צבי מיט זיין נאכפאלגער יעקב פראנק האבן געטון מעשים מגונים און די נאכשלעפער האבן אלעס פארטיידיגט מיטן אויסרייד פון הויכע נשמות און אנדערע מיסטישע גלויבנס.‟

עס איז יעצט געווארן קלאר אז נישט נאר איז אלעס מותר פאר זייער רב, נאר דער רב זייערער איז כמעט איינס מיט גאט. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן טוען די בערלאנדער פארגעטערן זייער רב ענליך ווי די נאכפאלגער פון יאשקען. רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן פון הרב בערלאנד און זיינע גרויסע תלמידים וואו עס ווערט ארויסגעברענגט כמעט בפירוש אז ער, הרב בערלאנד, איז גאט אין מענטשליכן געשטאלט.

שרייעדיגע מחאות זענען ארויס קעגן דעם משיח שקר, דעם נייעם יעזוס. די בערלאנדער זענען געווארן ווילד, אפילו אפגעראכטן פיזישע וואנדאליזם און געשלעגן.

אזוי, זיי קענען טיילן מכות אויכעט? שרייעדיגע קול קורות זענען יעצט ארויס אז די בערלאנדער זענען „רוצחים‟. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן האט זיך דערקענט א בארבארישע טענדענץ ביי די חברה, ספעציעל דורך אירע גבאים, און דאס אלעס נעמט זיך פונעם חינוך פון דעם וואנזיניגן, צערודערטן רבי’ן זייערער. אויך אויף דעם איז דא רעקארדירונגען. די רביצין זיינער דערציילט אז איר מאן’ס אייגענע געשוויסטער האבן אים גערופן היטלער און א סאדיסט. מען הערט אויף מער ווי איין רעקארדירונג ווי בערלאנד אליינס איז אין די רציחה און שרייט אויס: „איך וועל אייך שיסן מיט א ביקס‟; „כ’וועל אייך צערייסן אויף שטיקער‟ און „איך בין מפקיר זיין בלוט‟.

„ניין ניין,‟ שרייען זיינע נאכשלעפער ווען די וואסער דערגרייכט שוין דעם גארגל. „דאס זענען בלויז העכערע אויסדרוקן פונעם רב, כדי מבטל צו זיין שלעכטע גזירות!‟

בלויז אויסדרוקן? הרב אמנון יצחק האט זיך צוגעשטעלט צו דער מלחמה אנטקעגן הרב בערלאנד, ער האט ברבים אנטדעקט וואס פאר א צווייפלהאפטער מענטש ער איז, ער איז פארבונדן מיט פארברעכער. א רעקארדירונג האט ער ארויסגעלאזט ווי דער פארשוין דערציילט אז ער האט געגעסן „מענטשן פלייש‟ אין כינע, און עס איז געשמאק, זאגט ער גראב ארויס… עדות זענען דא ווי ער שיקט חסידים צו שווארצע געשעפטן און פארלאנגט א פראצענט. אנדערע רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן ווי בערלאנד מיט זיינע גבאים פראבירן ארויסצוקוועטשן גרויסע סומעס געלט פון משפחות פון קראנקע אויף וועם דאקטוירים האבן אויפגעגעבן מיט פאלטשע צוזאגן אז מיט דער „פדיון נפש‟ פארן רב וועט דער חולה אויפשטיין תחיית המתים…

און די געפאנגענע שובו בנים’ניקעס כארכלען ווייטער: „צדיק צדיק צדיק יסוד עולם‟.

„וואס צדיק ווער צדיק?‟ שרייט הרב חשין, דער דרייסטער קעמפער קעגן דעם בערלאנד קליפה. „אפילו דער עבודת השם וואס מען זעט ביי זיין דאווענען איז א בלאף,‟ אנטפלעקט חשין נאכאנאנד צו זיינע צוהערער. „אינדערהיים היפערט ער איבער דאס דאווענען, ער איז א קל און פרא אדם וואס שרייט אויף די עביצין מיט באנומענע קולות.‟

הכלל, א שארלאטאן, אן איש מושחת איז אנטדעקט געווארן אין דעם כלומרשטן צדיק וקדוש, א פארדארבענער משיח שקר. נאך די אלע שמועות, גיט שוין זיין בהלה’דיגער צורה נישט דעם אש קודשדיגן איינדרוק, נאר ליבערשט אן אנבליק פון א פארצוקענדיקער טיגער.

וואלט דאך אצינד געדארפט זיין א דבר פשוט אז יעדער חרדישער רב זאל זיך פון דעם בערלאנדער משיח שקר אפטרײסלען. א גרויסער חידוש אבער וואס געציילטע חשובע חרדישע אידן, אזוי ווי הרב שלום ארוש, דער מחבר פון „אין אמונה גארטן‟, און הרב מוטה פראנק, שטיצן ווייטער בערלאנד און מען שרייט געוואלד. נאך די אלע זאכן וועלעכע שרייען ביזן הימל קען נאך דער מאניאק זיין לעגיטים ביי חרדים?

(המשך קומט)


דער ערשטער זשורנאַל װאָס פּרוּװט סטאַנדאַרדיזירן חסידיש ייִדיש

The First Magazine To Aim to Standardize Hasidic Yiddish

פֿון יהושע כּהנא

Getty Images
„מעלות‟ קלײַבט אויס די בעסטע ייִדישע װערטער װאָס מע הערט אין מאה־שערים און אַנדערע חסידישע געגנטן. אויפֿן בילד: אַ משפּחה אין מאה־שערים ערבֿ־יום־כּיפּור, 2018.

חסידיש אידיש האט נישט קיין גוטן נאמען ביי ליטעראריסטן װײַל חסידיש-אידיש פאלגט נישט נאך די ארדענונג פון ייווא יידיש. חסידיש אידיש קוקט אויס ווי הפקר וועלט. א מישמאש פון איבער די מאס ענגלישע, מאָדערן העברעישע ווערטער און קלאנגען און סינטעטישע איבערטייטשונגען, וואס קלעפּט נישט אין אידיש אריין, אז עס פארגייט דער טעם. 

אט גיט א קוק אויף די גערעדטע שפראך. א מאה שערים’דיגער װעט אפֿשר זאָגן: „עס איז נישט משנה, נעם פון די מכולת א שקית מיט תפוזים” (מאכט נישט אויס, קויף ביים קלייט א זאק פאמעראנצן). אדער אין וויליאמסבורג: “אקיי קינדער, איך בין פראוד מיט ענק, זענטץ עטץ רעדי פאר די קווייער? מען גייט ריהערסען אין סטודיאו, יעדער זאל פליז זינגען אויף די פיטש. ” (פיין קינדער, איך בין שטאלץ מיט אייך, זענט עטץ גרייט צום כאר, יעדער זאל אזוי גוט זיין און זינגען אויפן טאן).

די געשריבענע שפראך װי מע זעט למשל אין דער ירושלים’דיגער וואכנשריפט „דאס אידישע ליכט‟ איז אויך קענטליך שטארק באאיינפלוסט פון עברית און די נאוועלעס דורך מנחם מענדל האָבן צופיל לאנגע דייטשישע ווערטער. די „וויליאמסבורגער בלעטער‟ ווידער פארמאגן אדער אן ארימער שפראך, אדער זענען זיי באלאטעוועט מיט ענגלישע ווערטער אינאיינעם מיט באארבעטע פארטייטשונגען אדער לאנגע אומגעלומפערטע זאצן. „ער האט אים געפרעגט וואס ער האלט אויף אים, ער גלייכט אים זייער, ער האט א דירעקציע‟ (ער האט אנגעפרעגט זיין מיינונג איבער אים, יענער געפעלט אים שטארק, ער האט א ריכטונג). ווייניג זענען די וואס האבן באוויזן צו שרייבן ארטיקלען אין כלערליי אספעקטן, וואו די שפראך איז רייך מיט ווערטער און אויסדרוקן; נישט געבארגטע מיט א פרעמד פנים, נאר פונעם אייגענעם אוצר. אז מען נעמט שוין יא אמאל א פרעמדליך ווארט זאל עס זיין אידישליך אריינגעפאסט צו האלטן דאס וואס מאכט אונזער שפראך „מאמע לשון‟.

די אנטווערפענער אידיש, אמווייניגסטנס ביי די מענער שיל, האלט זיך אמבעסטן צום טעם פונעם אמאליגן אידיש, דארטן איז א רעספעקטפולער חסידיש אידיש א לעבעדיגע שפראך. דאס איז אבער ליידער בלויז א גערעדטע שפראך. 

איין אויסגאבע האט באוויזן צו ברענגען ארדענונג אינעם געשריבענעם אידיש: דער חודשלעכער זשורנאַל „מעלות‟, אנגעפירט דורך מרת שרה יונגרייז. זי האט געוויזן א שטארקער אינטערעס צו א גראמאטיש אויסגעהאלטענעם חסידיש אידיש. מיט א געזונטער גלייכגעוויכט איז זי געווען דער וואס האט ענדליך באוויזן צו בארייכערן אונזער געשריבענע שפראך מיט ווערטער פונעם אייגענעם שמאלצטאפ, און געגעבן דאס לשון א גראמאטיש פנים. 

מרת יונגרייז האט צוזאמענגעפלאכטן די דריי הויפט מינים חסידיש-אידיש פון היינט: דער מאה שערים’דיגער, דער וויליאמסבורגער און דער אנטווערפענער: זייענדיג א מאה שערים מיידל וואס וואוינט היינט אין מאנסי, און האָט אויך באקאנטע אין אנטווערפען, האט זי נאטירליך א שטארקע באקאנטשאפט מיט די אלע דריי מינים אידיש. די בעסטע ווערטער פון אלע דריי מינים ייִדיש נעמט זי אַרײַן אין „מעלות‟ ווי א מיטל צו סטאנדארדיזירן חסידיש אידיש.

היינטצייטיגע ווערטער וועלעכע זענען נויטיג צום אויסדרוק אדער שיינקייט ווערן נישט שטענדיג אויסגעמיטן אין „מעלות‟. מיט א גוטן פארשטאנד ווייסט מרת יונגרייז וויאזוי אריינצופאסן די היינטצייטיגע אדער אפילו פרעמדע ווערטער אינעם אידיש אז זיי זאלן נישט אויסזען ווי א יוון אין סוכה, ווי א פרעמדעד געוויקס.

דאס איז שטארק קענטיג ווען מע לייענט די ארטיקלען אין „מעלות‟, ספעציעל טאמער איז עס געשריבן דורך איינע פון דער יונגרייז משפחה. דער שפראך איז א פליסיגער, קורץ און לויטער, א געזונטער גראמאטיק פון א ריינעם אידיש, די ווערטער און זאצן זענען געמאסטן און פראפעסיאנאל. 

אויסער דעם האט „מעלות‟ א רובריק (קאָלום) פון שאלות איבער „הלכות אידיש‟. עס איז קענטיג אז די קאלום שרייבערין האָט א ברייטע קענטעניש סיי פון פארשידענע אלטע גערעדטע װערטער סיי פון ייווא אידיש, סײ פֿון היינטיגן חסידיש אידיש. מע שרײַבט איר בריוו פרעגנדיק וועלכע ווערטער זענען כשר אין א געזונטן חסידישן אידיש אדער נישט; ווען לשון הקודש אדער ענגלישע ווערטער קענען זיך אריינפאסן אינעם אידיש און ווען – נישט. די שרייבערין באניצט זיך מיט ווערטערביכער פון אלט אידיש און דייטש. עס ווערן דארטן באשאפן נייע ווערטער לטובת חסידיש אידיש, אנדערע ווערן מגייר (פארוואנדלט) מיט א כשרן גיירות פאר א אידיש קלינגענדיקער שפראך. מרת יונגרייז האט א טאלאנט אריינצוברענגען א שטאלץ און א פנים צו די ווערטער און אויסדרוקן פון אונזערע זיידעס און באבעס. זי אנטוויקלט זיי, באוואסערט זיי, דערפרישט זיי, און צייגט אז אן אויסגעהאלטענע מאמע לשון איז די שפראך פונעם היינט און פונעם צוקונפט. 

צו פארדאנקען איז אבער אויך אירע לײענער, די גאר פרומע קרייזן וועלעכע פארהייליגן און אטעמען אידיש און וועלן בשום אופן נישט לייענען זשורנאלן (אפילו ערליכע) אין ענגליש אדער עברית. 

און דאס איז טאקע די איראניע. א חסידישער אידיש וואלט דאך געפאסט צו בלייבן מיטן א היימישע צעווארפעניש. א געמאסטענער אידיש פאסט גיכער פאר געבילדעטע משכילים וועלעכע ווילן זיך „אהערשטעלן‟. איז אבער געשען אז די חסידים ברענגען צום ארדענונג די שפראך פון דער באבען און זיידן. קיין ברירה איז נישטא, אנדערש וועלן ענגליש און העברעאיש אלעס פארניכטן. א סטאנדיזירטער אידיש פונעם צוקונפט ליגט דווקא אין די הענט פון די גאר פרומע קרייזן, די קרייזן פונעם שפיצל און דעם אומגעשטרייפטן רעקל, וואו ס’רוב פון זיי זענען קנאי’ש אנטי ציוניש און אנטי אגודיסטיש. דווקא פון זיי איז ארויסגעקומען א ווערטער אוצר פאר א סטאנדיזירטער אידיש.