די ייִדישע סאָציאַליסטישע פּרעסע מיט אַ יאָרהונדערט צוריק: די פּעטערבורגער „צײַט” אין שפּיגל פֿון „פֿאָרווערטס”

די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי באַגריסט דעלעגאַטן בײַם „פֿאָרווערטס‟־בנין, 175 איסט־בראָדוויי, אויף דרום־מיזרח פֿון מאַנהעטן, אָנהייב 1900ער יאָרן
Credit: Forward Association
די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי באַגריסט דעלעגאַטן בײַם „פֿאָרווערטס‟־בנין, 175 איסט־בראָדוויי, אויף דרום־מיזרח פֿון מאַנהעטן, אָנהייב 1900ער יאָרן

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 28, 2013, issue of January 25, 2013.

איך האָב ניט באַמערקט, אַז עמעצער זאָל אַזוי אָדער אַנדערש אָפּמערקן דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער סאָציאַ­ליסטישער פֿע­דעראַציע, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1912. אַ סבֿרא, אַז דאָס ווײַזט דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדישן סאָציאַליזם בכלל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט. מיט הונדערט יאָר צוריק איז עס דאָך גע­ווען אַ וויכטיקע געשעעניש. די פֿעדעראַציע האָט גע­האַט אַרום פֿינף טויזנט מיטגלידער. קודם-כּל איז דאָס געווען אַן אויפֿטו פֿון די בונדיסטן, וועלכע זײַנען גע­קומען פֿון רוסלאַנד און געזוכט פֿאָרמען פֿאַר זייער טעטיקייט אויף דער אַמעריקאַנער ערד.

צו יענער צײַט איז די השפּעה פֿון בונ­דיסטן גע­וואָרן גאַנץ שטאַרק צווישן די אַמערי­קאַ­נער ייִדי­שע סאָציאַליסטן. דאָס האָט זיך גע­פֿילט אין די יוניאָ­נען, אין דעם „אַרבע­טער רינג”, אין דער „פֿאָר­ווערטס-אַסאָציאַציע”. דער פֿעדעראַטיווער פּרינציפּ, וואָס איז געלעגן אין יסוד פֿון דער אַמעריקאַנער סאָציאַליס­טי­שער פּאַרטיי, איז געווען צום האַרצן די בונדיסטי­שע אידעאָלאָגן, וועלכע האָבן געהאַלטן אַ וועלט פֿון אויטאָנאָמיע. אָט ווי עס האָט גע­שריבן וועגן דער פֿעדעראַציע איר „ייִדישער יאָר­בוך”, אַרויסגעגעבן אין יאָר 1914:

די ייִדישע סאָציאַליסטישע פֿעדעראַציע איז גע­בויט אויף די זעלבע יסודות ווי די אַלע „פֿרעמד-שפּרעכיקע” [טיילן פֿון דער פֿע­דעראַטיוו אויסגע­בוי­טער סאָציאַליסטישער פּאַר­טיי]. זי באַשטייט פֿון איינצלנע לאָקאַלן, אָדער ברענטשעס, העכער 80 אין צאָל, וועל­כע זײַנען פֿולבאַרעכטיקטע טיילן אין רעס­פּעקטי­ווע שטעט פֿון די אַלגעמיינע צענ­טראַ­לע שטאָט- אָדער קאַונטי-קאָמיטעטן. יעדער ברענטש טוט די אַלגעמיינע שטאָטישע פּאָליטישע אַר­בעט אַזוי גוט, ווי די אַלגעמיינע ייִדיש-סאָציאַליס­טישע אַר­בעט. …

דער הויפּט-אָפֿיס פֿון דער פֿעדעראַציע גע­פֿינט זיך אין ניו-יאָרק, 175 איסט בראָדוויי [דאָס הייסט, אין דעם בנין פֿון „פֿאָרווערטס”]. אין שיקאַגאָ, אין דעם הויפּט-אָפֿיס פֿון דער אַמע­ריקאַנער סאָציאַליס­טי­שער פּאַרטיי, האָט די פֿעדעראַציע איר צווייטן אָפֿיס.

די פֿאַרבינדונג צווישן די בונדיסטן אויף ביידע זײַטן פֿון דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן איז אויך געווען גאַנץ שטאַרק. קיין חידוש ניט, למשל, וואָס דער „פֿאָרווערטס” האָט זיך געפֿרייט, ווען אין דער רוסי­שער הויפּטשטאָט האָט זיך דעם „בונד” יאַקאָס אײַנגע­געבן צו עפֿענען אַ לעגאַלע וועכנטלעכע צײַטונג — „די צײַט”. דער ערשטער נומער פֿון „די צײַט” איז אַרויס דעם 2טן יאַנואַר 1913 און דער לעצטער, 60סטער נומער, איז דערשינען דעם 18טן מײַ. אַזעלכע דאַטעס ווײַזן אָן קאָמענטאַרן צו וולאַדימיר לענינס געזאַמל­טע ווערק. „די צײַט” ווערט דערמאָנט אין לענינס בריוו. דער באָלשעוויסטישער פֿירער האָט געפֿירט אַ היי­סע דיסקוסיע מיטן „בונד”.

לויט אַנדערע קוואַלן, האָט די צײַטונג געלעבט אַ ביסל לענגער און איז געווען פֿאַר­מאַכט — דורך דער פּאָליציי — אָנהייב יוני. דער טיראַזש האָט דער­גרייכט 9 טויזנט, וואָס איז געווען גאַנץ ממשותדיק פֿאַר אַזאַ אויסגאַבע און אין אַזאַ אָרט. די שוין דערמאָנ­טע אויס­גאַבע, „ייִדישער יאָרבוך”, האָט געשריבן וועגן דער צײַטונג: „זי ווערט אויסגעהאַלטן אויס­שליס­לעך פֿון די אַרבעטער און ווערט ענער­גיש פֿאַרשפּרייט אין גאַנצן תּחום”.

ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויפֿן אַרטיקל „אַ סאָציאַליסטישע ייִדישע צײַ­טונג אין פּעטערבורג”, וואָס איז אַרויס אין „פֿאָרווערטס” דעם 2טן פֿעברואַר 1913, ווען די פּעטערבורגער צײַטונג איז שוין געווען אַ חודש אַלט (דער אַרטיקל ווערט דאָ געבראַכט אַ ביסל געקירט):

פֿאַר אונדז ליגן יעצט די ערשטע צוויי נו­מערן פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-צײַטונג „די צײַט”, וועל­כע איז אָקאָרשט דערשינען אין פּע­טערבורג.

אַ מאָדנעם געפֿיל, ריכטיקער געזאָגט — מאָד­נע געפֿילן — דערוועקט בײַ אײַך די דאָ­זי­קע צײַטונג. איר אויסזען איז פֿײַן. די אַר­טיקלען זײַנען גרויסאַר­טיק. אָבער זי מאַכט אויף אײַך דעם טרויעריקן אײַנ­דרוק פֿון אַ שוואַך צווײַגעלע אין האַרבסט. איר קוקט אויפֿן צווײַגעלע און באַדויערט אים, וואָס אים וועט באַלד אויסקומען אויסצושטיין אַלער­ליי צרות. ווינטן, ביי­זע ווינטן וועלן אים בויגן צו דער סאַמע ערד. קעל­טער, שנײַדנדיקע קעל­טער וועלן פֿאַרגליווערן אין זײַנע שוואַכע אָדערן זײַן לעבנס-זאַפֿט. די שלאַקס-רעגנס, די שטענדיקע פֿײַכטקייט וועלן אים מאַכן פֿוילן.

וועט ער אימשטאַנד זײַן אויסצושטיין דאָס אַלץ? צי וועט ער ניט אומקומען פֿאַר דער צײַט?

אַזעלכע געפֿילן דערוועקט בײַ אונדז די אָקאָרשט געבוירענע, פּראַכטפֿולע, ליבע סאָציאַליסטישע ייִדי­שע צײַטונג „די צײַט”. דאָס איז יעצט די איינצי­קע ייִדישע אַרבעטער-צײַטונג אין רוסלאַנד, דער איין-איינ­ציקער אָרגאַן, וועלכער רעדט פֿאַר די ייִדישע אַר­בעטער-מאַסן, פֿאַר דער סאָציאַליסטישער אַר­בעטער-באַוועגונג צווישן ייִדן. זי איז טײַער בײַ יעדן סאָציאַליסט. מיט פֿרייד נעמען מיר זי אין האַנט. און ניט ווילנדיק גנבֿעט זיך אַרײַן דער טרויעריקער געפֿיל — צי וועט דאָס דאָזיקע צווײַגעלע קענען בײַשטיין די בייזע ווינטן, די שנײַדנדיקע קעלטן, דעם פֿײַכטן האַרבסט פֿון יעצטיקן רוסישן לעבן?

אַלץ איז אין „די צײַט” כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן רוסישן לעבן. פּונקט ווי די זון אין אַ טראָפּן וואַ­סער, אַזוי שפּיגלט זיך דער האַרבסט פֿון רוסישן לעבן אָפּ אין „די צײַט”. מיר רעדן שוין ניט וועגן דעם אינ­האַלט פֿון די אַרטיקלען, וועגן דער שפּראַך, אין וועל­כער די שרײַבער דריקן אויס זייערע געדאַנקען. איר לייענט אַן אַרטיקל און זעט, אַז דער שרײַבער האָט צו זאָגן נאָך פֿיל זאַכן, אַז ער האָט נאָך ניט געזאָגט אַלץ, וואָס ער וויל זאָגן, נאָר ער פֿילט הינטער זיך דעם טויטנ­דיקן אָטעם פֿון דער פּאָליציייִשער צענזור און הערט דעם קלונג פֿון דעם זשאַנדאַרנס שפּאָרע. און דער­פֿאַר רעדט דער שרײַבער און דעררעדט ניט. ער דער­רעדט ניט, אָבער זײַן געדאַנק דריקט ער יע אויס. מיטן ניט דעררעדן דריקט ער אים אויס נאָך פֿיל שטאַר­קער ווי מיט ווערטער. און דער לייענער לייענט דעם ניט גע­שריבענעם געדאַנק צווישן די געשריבענע שורות.

מיר רעדן שוין ניט — זאָגן מיר — וועגן דעם אינ­האַלט, וועגן דער שפּראַך פֿון די אַרטיקלען. נאָר אַפֿי­לו די אויסערלעכע קלייניקייטן רעדן פֿון דעם דאָ­זיקן האַרבסט.

גאָר פֿון אָנפֿאַנג, סאַמע אויבן, אונטערן קעפּל „די צײַט”, וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ לאַנגע שורה מיט גרויסע בוכשטאַבן: „דערשײַנט אין פּעטערבורג וועכנטלעך”.

און איר ווערט נתפּעל: אין פּעטערבורג? וואָס פֿאַר אַ פּלאַץ איז פּעטערבורג פֿאַר אַ ייִדישער אַרבעטער-צײַטונג? אַ ייִדישע אַר­בע­טער-צײַטונג איז אַם פּלאַץ אין צענטער פֿון ייִדנטום — אין אַ וואַרשע, אַ ווילנע, אַן אָדעס, וווּ די ייִדישע אַרבעטער ציילן זיך אין צענדליקער טויזנטער. אָבער פּעטערבורג, וווּ ייִדן האָבן גאָר קיין וווין-רעכט ניט, וווּ אַלע ייִדן קאָן מען כּמעט אויף די פֿינגער איבערציילן — ווי קומט, פֿרעגט איר זיך, „די צײַט” אַהין? ווי קומט זי אין פּעטערבורג?

דער ענטפֿער איז — דאָס איז רוסלאַנד, די צאַרן-לאַנד. אין צאַרן-לאַנד מוז אַלץ געטאָן ווערן קאַפּויר. אין צאַרן-לאַנד מוזן ייִדישע טעכטער אויף זיך זעלבסט מאַכן אַ שענדלעכן בילבול, אום צו האָבן אַ רעכט צו וווינען איבעראַל. [ייִדישע מיידלעך, וואָס האָבן געוואָלט זיך לערנען אין פּעטערבורג, פֿלעגן זיך צו מאָל רעגיסטרירן ווי פּראָסטיטוטקעס — דאָס האָט זיי געגעבן די רעכט צו וווינען לעגאַל אין דער שטאָט. היסטאָריקער טענהן, אַז די אמתע צאָל פֿון אַזעלכע פֿאַלן איז אַ סך קלענער פֿון דער לעגענדאַרער פֿאַרשפּרייטקייט פֿונעם דאָזיקן פֿענאָמען. מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זען אַזאַ „מיידל” — צו יענער צײַט איז זי שוין געווען אַן עלטערע פֿרוי. ג.ע.]

אין צאַרן-לאַנד מוזן די בעסטע מענטשן, די נאָבלסטע לײַט, די אידעאַליסטן, די סאָ­ציאַליסטן אָפֿט פֿאַרבאָרגן זייערע נעמען, היטן זיך פֿאַר דער ליכטיקער שײַן, אַזוי ווי זיי וואָלטן געווען געפֿערלעכע פֿאַרברעכער. אין צאַרן-לאַנד ווערן אַזעלכע בלוט-פֿאַרגיסער, אַזעלכע גנבֿים ווי די קורלאָווס באַשטימט אויף די העכערע שטעלעס אין לאַנד [די רייד גייט דאָ וועגן פּאַוועל קורלאָוו, וואָס איז אין 1905 געווען דער מינסקער גובערנאַטאָר און האָט שפּעטער אָנגעפֿירט מיט אַלע זשאַנדאַרן פֿון דער אימפּעריע].

אַלזאָ, דאָס איז רוסלאַנד. „די צײַט” ווערט אַרויס­געגעבן אין רוסלאַנד, וווּ דאָס פֿרײַע וואָרט ווערט אונ­טערגעדריקט. די צענזור האַלט אין שטראָפֿן און באַ­שטראָפֿן די ערלעכע פּרעסע, איבערהויפּט די סאָ­ציאַליסטישע בלעטער. די צוויי רוסישע סאָ­ציאַליסטישע צײַטונגען „לוטש” און „פּראַוודאַ” שטייען אויס געברענטע צרות פֿון דער צענזור. די נו­מערן ווערן קאָנפֿיסקירט, די רעדאַקטאָרן ווערן גע­מישפּט, און אויף די אָרעמע אַרבעטער-צײַטונגען ווערט אָפֿט אַרויפֿגעלייגט אַ שרעקלעך גרויסע געלט-שטראָף, און אַ סך סאָציאַליסטישע צײַטונגען זײַ­נען אין גאַנצן אומגעקומען, אונטערגעגאַנגען בײַ די סאַמע ערשטע נומערן.

איבערהויפּט שטאַרק ווערט די פּרעסע פֿאַר­פֿאָלגט אין דער פּראָווינץ. דאָרטן, אין דער פּראָווינץ, אין אַ ווילנע, אַ וואַרשע, אַן אָדעס, שעמט זיך די רעגירונג ניט. דאָרטן דערלויבט זיך די רעגירונג צו איזדעקעווען זיך איבער דער פּרעסע וויפֿל איר האַרץ גלוסט.

אין פּעטערבורג אָבער, אין דער הויפּטשטאָט, שעמט זיך די רעגירונג פֿאַר לײַטן. דאָס איז דאָך פֿאָרט די הויפּטשטאָט. דאָ זיצן דאָך פֿאָרט די פֿאַרטרע­טער פֿון אויסלענדישע מאַכטן. דאָס איז דאָך פֿאָרט דער פֿענצטער, דורך וועלכן רוסלאַנד קוקט אויף אייראָ­פּע, און אייראָפּע — אויף רוסלאַנד. דאָ פֿירט זיך די צענ­זור אויף מיט מער שטאַט, אָנשטענדיקער. און פּעטער­בורג איז דערפֿאַר דאָס איינציקע אָרט אין צאַרן-לאַנד, וווּ אַן אַרבעטער-צײַטונג קאָן נאָך ווי עס איז עקזיס­טירן. אַ ביטערע עקזיטערנץ איז דאָס, אָבער פֿאָרט אַן עקזיסטענץ.

דאָס איז די סיבה, פֿאַר וואָס „די צײַט” דער­שײַנט אין פּעטערבורג… וועכנטלעך…

אויך וואַרפֿט זיך אין די אויגן, וואָס עס שטייט ניט אין דער צײַטונג, ווער עס גיט זי אַרויס. „די צײַט” האָט דאָך געוויס אַ טאַטן און אַ מאַמע. זי האָט דאָך גע­וויס אַ פּאַרטיי, אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע באַשעפֿ­טיקט זיך מיט איר. מיר קאָנען זיך, נאַטירלעך, אָנשטויסן, וואָס פֿאַר אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַר אַ פּאַרטיי עס גיט אַרויס „די צײַט”. אָבער אומזיסט וועט איר אין דער צײַטונג זוכן אַן אַנונג, אַ רמז, אַ וווּנק צו וועל­כער פּאַרטיי זי באַלאַנגט. צוליב די שרעקלעכע צו­שטאַנדן פֿון דער רו­סישער ווירקלעכקייט איז אוממעג­לעך דאָס צו פֿאַרעפֿנטלעכן.

דאָס זעלבע איז מיט די נעמען. כּמעט אַלע אַר­טיקלען זײַנען אונטערגעשריבן. זיי זײַנען אָבער אונ­טערגעשריבן ניט מיט נעמען, נאָר מיט צײכנס, מיט די ערשטע בוכשטאַבן פֿון נעמען. בלויז די געניטע, די יעניקע וואָס האָבן אַ באַגריף וועגן די יעצטיקע טוער פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג קאָנען זיך מער אָדער ווייניקער לײַכט אָנשטויסן, וועמענס פּען עס האָט אָנגעשריבן דעם אָדער יענעם אַרטיקל. אָבער דער ברייטער עולם לייענער קאָן ניט וויסן, ווער עס איז פֿאַרבאָרגן אונטערן ענגלישן „ען”, אָדער אונ­טער די בוכשטאַבן „וו. מ-ם”, „פּ. ב.”, „ב”, „אבר”. „יוסף נ.”, „נ-ן” אאַז”וו.

יאָ, אַלץ אין „די צײַט” איז כאַראַקטעריש פֿאַר דער צײַט, וואָס רוסלאַנד לעבט יעצט איבער. די פֿאַר­קירצטע נעמען, דער „דערשײַנט אין פּעטערבורג” אאַז”וו וועלן פֿאַרן צוקונפֿטיקן היסטאָריקער, וועל­כער וועט שטודירן דעם יעצטיקן פּאָליטישן מאָ­מענט אין רוסלאַנד, דינען אַלס וויכטיקע דאָקו­מענטן, אַלס בולטע שטריכן, פֿון וועלכע ער וועט קאָ­נען קריגן אַ באַגריף וועגן דעם גאַנצן בילד פֿון יעצטיקן רו­סישן לעבן.

ס׳איז אינטערסאַנט, אַז דער דאָזיקער „פֿאָר­ווערטס”-אַרטיקל איז אויך אונטערגעשריבן מיט איני­ציאַלן — ה. ב. און ווידער אַ מאָל, איז עס ניט געווען קיין סוד פֿאַר אַ געניטן לייע­נער. מע קען זײַן כּמעט אין גאַנצן זיכער, אַז געשריבן האָט עס הערץ בורגין (1870—1949), אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון „פֿאָר­ווערטס” און אַ היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער אַרבע­טער-באַוועגונג. דער לייענער האָט, בלי-ספֿק, גלײַך פֿאַרשטאַנען אויך, אַז הינטער „אבר” האָט זיך „פֿאַרבאַהאַלטן” רפֿאל אַבראַמאָוויטש, און הינטער „וו. מ-ם” — וולאַדימיר מעדעם. די צײַ­טונג איז דאָך געווען צוגעגרייט, דער עיקר, אין ווין, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט פֿירנדיקע מיט­גלידער פֿון „בונד”. און נאָר אַ קליינע צאָל מענטשן האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט דער צײַ­טונג אין פּעטערבורג גופֿא. אַזוי איז עס געווען רויִקער, ווײַל די פּאָליציי האָט שטענדיק געהאַלטן אַן אויג אויף דער סאָציאַליסטישער אויסגאַבע.

מיט איניציאַלן — א. ל. — איז אונטערגע­שריבן אויך דער אַרטיקל אין „די צײַט”, וואָס ווערט ווײַ­טער איבערגעדרוקט מיט אייניקע קיר­צונגען. אין „פֿאָר­ווערטס” האָטזיך דער אַרטיקל באַוויזן דעם 17טן מאַרץ 1913. אין דער „פֿאָרווערטס”-רעדאַקציע האָט מען, בלי-ספֿק, געוווּסט, ווער דער דאָזיקער א. ל. איז. מיר דאַכט זיך, אַז איך ווייס עס אויך: א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862—1943), וואָס וועט אין קורצן קו­מען קיין אַמעריקע. אָבער אויך פֿריִער האָט ער ניט ווייניק געשריבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס”. לויט מײַן מײַנונג, איז ער געווען איינער פֿון די פֿעיִקס­טע ייִדישע זשורנאַליסטן און אַ גרויסער קע­נער פֿון רוסיש-ייִדישן לעבן. איך גלייב, אַז דער אַרטיקל „ייִדישע מיידלעך אין דער באַווע­גונג אין רוסלאַנד” איז ניט פֿאַרעלטערט גע­וואָרן, לכל-הפּחות ווי אַ היסטאָרישער דאָקומענט איז ער נאָך אַלץ אינטערעסאַנט:

אומעטום איז די אַרבעטערין געווען מער אָפּ­געשטאַנען ווי דער אַרבעטער. אומעטום האָט מען גע­מוזט זיך אַ ביסל אָראָפּלאָזן צו איר, ספּעציעל זיך צופּאַסן צו איר אָפּגעשטאַנענקייט. פֿאַר וואָס בײַ ייִדן ניט? ווײַל די אומשטאַנדן זײַנען געווען אַנדערע.

די ערשטע שפּראָצונגען פֿון דער ייִדישער אַרבע­טער-באַוועגונג אין רוסלאַנד באַווײַזן זיך ענדע די אַכ­ציקער און אָנהייב די נײַנציקער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, מיט אַ יאָר 25 צוריק. ווער עס האָט דע­מאָלט געזוכט מער אָדער ווייניקער באַטײַטנדיקע מאַסן ייִדישע לוין-אַרבעטער, האָט ער זיי געקאָנט גע­פֿי­נען אין דער הויז-אינדוסטריע (קאַמאַשן-שטעפּער, זאָקן-מאַכערינס, זשעמסער, בערשטער און דאָס גלײַכן), אין קליינע פֿאַבריקן אָן מעכאַנישער קראַפֿט (שוועבלעך-, פּאַפּיראָסן-, קאָנווערטן-פֿאַבריק), אין שנײַ­דעריי, וווּ עס זײַנען שוין דעמאָלט אויך געווען גרע­סערע ווערקשאַפֿטן — און אין האַנדל.

הערץ בורגין
Credit: Forward Association
הערץ בורגין

און אין די אַלע צווײַגן האָט די ייִדישע פֿרוי פֿאַר­נומען אַ גרויסן, אָפֿט אַפֿילו דעם גרעסטן אָרט. הײַנט האָבן מיר זאָקן-מאַכער מענער אויך. אין יענע צײַטן איז די זאָקן-אַרבעט כּמעט אין גאַנצן גע­לעגן בײַ פֿרויען אין די הענט. אין די שוועבלעך-און-פּאַפּיראָסן-פֿאַב­ריקן זײַנען די פֿרויען שוין דע­מאָלט געווען אין דער מערהייט. וועגן דעם אָרט פֿון דער פֿרוי אין דער שנײַדערײַ פֿאַרשפּאָרן מיר צו זאָגן. אָבער אויך אין האַנדל האָבן די ייִדישע פֿרויען פֿאַר­נו­מען אַ גלײַכן אָרט מיט די מענער. און אין וויל­נע און אין וואַרשע, אין בערדיטשעוו און דווינסק האָבן מיר ייִדישע פּרי­קאַשטשיצעס [פֿאַרקויפֿע­רינס אין אַ קראָם] ניט ווייניקער ווי ייִדישע פּריקאַשטשי­קעס [פֿאַרקויפֿער]. דאָס האָט געבראַכט דערצו, וואָס בעת די ערשטע באַשעפֿער פֿון דער ייִדישער אַרבע­טער-באַוועגונג האָבן געזוכט מאַסן, האָבן זיי זיך גע­מוזט ווענדן צו די פֿרויען פּונקט אַזוי ווי צו די מע­נער, אָפֿט צו די פֿרויען נאָך פֿריִער. די ערשטע סימ­נים פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אויף דער ייִדי­שער גאַס זײַנען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען פֿון זאָקן-מאַכערינס און שנײַדערינס אין ווילנע. די ער­שטע באַטײַטנדיקע אָרגאַניזירטע שטרײַקן — בײַ די זעל­בע זאָקן-מאַכערינס און אויך פּאַפּיראָסן-פֿאַבריקן אין ווילנע און ביאַליסטאָק.

אויסער דעם איז פֿאַר ייִדישע מיידלעך געווען גרינ­גער אַרײַנצוגיין אין דער באַוועגונג.

אַרײַנטרעטן אין דער באַוועגונג האָט פֿאַר יענער צײַט געהייסן ברעכן די טראַדיציע, זיך אָפּרײַסן פֿון אַלע אַלטע געוווינהייטן און מינהגים, פֿון בית-המדרש און פֿון פֿאַמיליען-טיש און יום-טובֿ, זעען אין די נאָענטסטע קרובֿים פֿרעמדע, פֿאַר וועלכע מען דאַרף זיך היטן, פֿון וועלכע מען דאַרף עטוואָס פֿאַרגנבֿע­נען. דאָס האָט געקאָסט אַ סך אינעווייניקסטע קראַפֿט און אויסערלעכע רײַבונג. און דער ייִדישער בחור איז געווען פֿיל שטאַרקער און טיפֿער צוזאַמענגע­בונדן מיט דער טראַדיציע ווי דאָס מיידל. דאָס מיידל האָט ניט געדאַרפֿט גיין אין חדר, ניט געוווּסט פֿון טלית און תּפֿילין, ניט געדאַרפֿט דאַוונען דרײַ מאָל אַ טאָג, ניט געמוזט גיין מיטן טאַטן שבת אין שול אַרײַן. אויף איר פֿרומקייט האָט מען בכלל ווייניקער אַכטונג גע­געבן. און איז זי געוואָרן אַן אַרבעטאָרין, איז זי שוין צום שטוב אויך ניט אַזוי שטאַרק צוגעבונדן געווען. דאָס מיידל האָט געקאָנט גיכער און לײַכטער איבער­גיין אין אַ נײַער וועלט, ווײַל זי איז צו דער אַלטער ניט אַזוי צוגעשמידט געווען, ווי דער בחור.

און נאָך איינס. עס זײַנען דעמאָלט געווען און עס זײַנען נאָך הײַנט אויך פֿאַראַן בײַ ייִדן גענוג אַרבע­טער-מיידלעך, וועלכע קאָנען בכלל ניט לייענען. דאָס איז דער פּועל-יוצא דערפֿון, וואָס מיידלעך דאַרפֿן אין חדר ניט גיין. דאָס רובֿ מיידלעך אָבער האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין דער היים, בײַ דער רביצין אָדער בײַ אַ שרײַבער. און דער גאַנצער אַרט לערנען איז בײַם מיידל געווען אַן אַנדערער ווי בײַ דעם בחור. דאָס מיידל האָט געלערנט ווייניקער עבֿרי און מע­רער עבֿרי-טײַטש. דאָס ייִנגל האָט געלערנט חומש מיט רש”י, לשון-קודש, וועלכע ער פֿלעגט אין חדר ניט גוט וויסן און אַרויסגייענדיק פֿון חדר אין גאַנצן פֿאַר­געסן. איר געפֿינט דערפֿאַר אַ סך בחורים, וועל­כע קאָ­נען מיט צרות דאַוונען און איבערלייענען אַ ייִדיש ביכל קומט זיי אָן מיט שווייס. דאָס מיידל האָט גע­לערנט תּחינות, צאינה-וראינה, פּשוט ייִדיש, וואָס זי האָט גוט פֿאַרשטאַנען. זי האָט אַפֿילו די מעשׂיות פֿון חומש אויך אָפֿט געוווּסט בעסער, ווי דאָס ייִנגל, און זי האָט זיך דערווײַל אויסגעלערנט לייענען ייִדיש. שפּע­טער איז זי פֿון צאינה-וראינה איבערגעגאַנגען צו שמ״רס אַ ראָמאַן, נאָך שפּעטער צו אַ בראָשור און אַ צײַ­טונג.

דאָס זײַנען די סיבות, צוליב וועלכע די ייִדישע אַרבעטער-פֿרוי איז פֿרי אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער באַוועגונג און האָט אין איר פֿאַרנומען זייער אַן אָנגעזעען אָרט.

אין פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, אין דער „בער­זע” [גאַסן-פֿאַרזאַמלונגען פֿון אַרבעטער] און אין ענגע שטיבל-פֿאַרזאַמלונגען, אומעטום האָט איר ייִדי­שע אַרבעטער-פֿרויען אין אַ באַטײַטנדיקער צאָל געטראָפֿן. אין די שטורעם-יאָרן האָט איר זיי שטענ­דיק אין די ערשטע רייען, אויף די געפֿערלעכסטע ערטער געזען. אין די יולי-טעג אין לאָדז, אין די אָק­טאָבער-טעג אין וואַרשע [די רייד גייט דאָ וועגן די רעוואָלוציאָנערע געשעענישן אין יאָר 1905], אין זעלבסטשוץ אין האָמעל — וויפֿל העלדישע אַרבעטער-פֿרויען! און עס זײַנען דאָ נעמען פֿון אומגעקומענע, וואָס דער ייִדישער פּראָלעטאַריאַט האָט אין פּינקס פֿון זײַנע קדושים פֿאַרשריבן. נעמען, וואָס זייער אָנדענק לעבט אין טויזנטער הערצער. אסתּר ריס­קינד [אַ פֿירער פֿון „בונד” אין ביאַליסטאָק, דער­הרגעט אין יולי 1905], פֿאַניע גראַבעלסקאַ [געשטאָרבן אין עטלעכע טעג אַרום פֿון אַ וווּנד נאָך דער שיסע­רײַ בעת דער דעמאָנסטראַציע אין אַפּריל 1905 אין וואַר­שע] — ווער האָט די נעמען ניט געהערט? מיר האָבן אויך געהאַט אַרבעטערינס-פֿירערינס, אַרבעטערינס — אויס­געצייכנטע רעדנערינס.

יעדערער, וואָס עס איז אין יענע יאָרן אין דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג געווען, האָט געוויס געקענט צוויי אָדער דרײַ אַזעלכע פֿרויען, וועלכע פֿלעגן פֿאָרן פֿון שטאָט צו שטאָט, אָפּזײַן צוויי חדשים דאָ, דרײַ חדשים דאָרטן, אומעטום אַרײַנטראָגן אויפֿ­לעבונג, אומעטום שטיין בראָש פֿון דער באַווע­גונג. איינע האָט אין אָדעס געהייסן „ביילע”, אין וויל­נע „מאַ­שע” און אין וואַרשע „לענע”. אָפֿט האָט מען זי אין דער זעל­בער שטאָט דעם ערשטן מאָל גע­רופֿן „מרים”, און ווען זי איז אַהין צום צווייטן מאָל געקו­מען אין אַ יאָר אַרום, איז זי שוין „גאָלדע” אָדער „גרוניע” גע­וואָרן. נאָר די מאַסע האָט גוט געוווּסט, מיט וועמען זי האָט צו טאָן. פֿון שטאָט צו שטאָט פֿלעגן זיך שפּינען לע­גענדעס וועגן זיי, און זייער גאַנץ לעבן איז אָפֿט גע­ווען שיין און אינטערעסאַנט, ווי אַ לעגענדע. עס זײַנען פֿאַ­ראַן אַרבעטער-פֿרויען, וועלכע זײַנען באַוווּסט אינעם גאַנצן ייִדישן תּחום. זיי זײַנען אַרײַן אין דער באַ­וועגונג כּמעט פֿונעם ערשטן טאָג, ווי זי האָט זיך אָנגע­הויבן, און זײַנען יאָרנלאַנג געשטאַנען אויף זייערע פּאָסטנס, שטענדיק אין די פֿאָדערשטע רייען.

פֿאַר די זעלביקע אויפֿגאַבן האָבן זיי זייערע אייגענע פֿאָדערונגען ניט אַרויסגערוקט, האָבן זייערע ספּעציעלע פֿאָדערונגען, אַלס פֿרויען, דערטרונקען אין דער אַלגעמיינער גרויסער אַרבעטער-זאַך. אין פּראָגראַם פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג איז געשטאַנען אי פּאָליטישע גלײַכבאַרעכטיקונג פֿאַר פֿרויען, אי מוטער-שוץ, אָבער קיין באַוועגונג אַרום די דאָזיקע פֿאָדערונגען איז ניט געווען.

ערשטנס דערפֿאַר, ווײַל די ערשטע צײַט זײַנען דאָס רובֿ אַרבעטערינס געווען יונגע מיידלעך. נאָך דער חתונה פֿלעגט דאָס רובֿ פֿרויען אַרויס פֿון דער אַרבעט און בלײַבן זיצן אין דער היים, אויפֿהערן צו זײַן אַרבעטער-פֿרויען און ווערן פֿרויען פֿון אַר­בעטער. פֿאַר יונגע מיידלעך האָט זיך די פֿראַגע וועגן פּאָ­ליטישע רעכט ניט געקאָנט שטעלן בולט און שאַרף, וועגן מוטער-שוץ — אַוודאי ניט. און חוץ דעם איז די צײַט געווען אַזעלכע, ווען אַלץ און אַלע האָבן געקלאַפּט אויף איין פּונקט. מען האָט געהאָפֿט, אַז די אַלגעמיינע באַוועגונג וועט שאַפֿן צוגרייטונגען פֿאַר גלײַכ­באַריכטיקייט פֿון באַזונדערע גרופּן.