„וויזועל דאַווענען” פֿאַרשפּרייט זיך אין רעפֿאָרם־סינאַגאָגעס

Visual Tefillah Growing in the Reform Movement

די סינאַגאָגע „אור עמי‟ אין קאַלאַבאַסאַס, קאַליפֿאָרניע, פּראַוועט יום־כּיפּור
Rabbi Dan Medwin
די סינאַגאָגע „אור עמי‟ אין קאַלאַבאַסאַס, קאַליפֿאָרניע, פּראַוועט יום־כּיפּור

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ראַבײַ לענס סאָסמאַן, דער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם רע­פֿאָרם־טעמפּל „כּנסת־ישׂראל”, לעבן פֿילאַדעל­פֿיע, באַקומען די מוראדיקע נײַעס, אַז ער וועט מיט דער צײַט מסתּמא בלינד ווערן. אַ דאַנק כירורגיע, אַ ריי אויגן־לאַטעס און אַנדערע הייל־מיטלען, האָט ער מיט דער צײַט אין גאַנצן צוריקבאַקומען די ראיה, אָבער די איבערלעבונג האָט אים בולט אָנגעוויזן וואָס פֿאַר אַ וויכטי­קע ראָלע עס שפּילט דער וויזועלער אַספּעקט פֿון לעבן.

„מיר לעבן אין אַ תּקופֿה פֿון אימאַזשן,” האָט סאָסמאַן באַמערקט, צי ס׳רעדט זיך פֿון דער אינטערנעץ, פֿילמען אָדער טעלעווי­זיע. „האָב איך געקלערט: פּונקט אַזוי ווי די פּרעכ­טיק־אילוסטרירטע הגדות און די פֿענצטער־מאָלערײַען אין די סינאַגאָגעס האָבן יאָרן לאַנג גײַסטיק אינספּירירט די ייִדן, וואָלט נישט די נײַע טעכנאָלאָגיע אויך געקאָנט דערנענטערן אונדזערע מתפּללים צו די תּפֿילות דורך פֿאַר­כאַפּנדיקע אימאַזשן?”

נאָכן אויספּרוּוון עס עטלעכע מאָל, האָט ער דערזען, אַז יאָ. הײַנט — צום ווייניקסטן, דרײַ מאָל אַ חודש — דאַוונט מען קבלת־שבת אין „כּנסת־ישׂראל” ניצנדיק PowerPoint — אַן עלעקטראָנישער נוסח פֿון די אַמאָליקע ליכטבילדער. אַנשטאָט אַרײַנצוקוקן אין סידור, לייענט דער עולם די תּפֿילות אויף אַ גרויסן עקראַן, באַגלייט מיט בילדער, וואָס פּאַסן זיך צו צום אינהאַלט פֿון די תּפֿילות. בײַ דער תּפֿילה „ברכו”, למשל, זעט מען ווי אַ קינד בלאָזט שופֿר.

„די גמרא לערנט אונדז, אַז ווען מע בויט אַ סוכּה, זאָל מען עס מאַכן אַזוי שיין ווי מעג­לעך,” האָט סאָסמאַן באַמערקט. „לויט מײַן מיי­נונג איז דאָס וויזועלע דאַווענען אויך אַ הידור־מיצווה, ווײַל קונסט איז אַ מיטל צו לויבן דעם בריאת־העולם.”

ראַבינער דניאל מעדווין, אַ טעכנאָלאָגיע־עקספּערט, וועלכער אַרבעט פֿאַר דער אָרגאַ­ני­זאַציע פֿון רעפֿאָרם־ראַבינער, CCAR, פֿאַר­שטייט גוט די אויסערגעוויינטלעכע מעג­לעכ­קייטן פֿון וויזועלע תּפֿילות, און האָט אַפֿילו גע­שריבן זײַן ראַבינער־טעזע וועגן דעם אין 2010. זינט דעמאָלט האָט ער שוין צונויפֿ­גע­שטעלט הונדערטער וויזועלע תּפֿילות, וואָס ער ווײַזט אויף פֿאַרשידענע קאָנפֿערענצן פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, בפֿרט צו פּרינצי­פּאַלן פֿון די זונטיקשולן, דירעקטאָרן פֿון זומער־לאַ­גערן, יוגנט־קלוב־מדריכים און טאָגשול־ראַבינער.

„אַ סך פֿון זיי זאָגן מיר, אַז זיי האָבן שוין אַליין עקספּערימענטירט מיט דעם פֿאָרמאַט, אָבער ס׳איז זיי נישט געלונגען; אָדער אַז זיי ווילן עס טאָן, נאָר האָבן נישט קיין צײַט עס צונויפֿצושטעלן,” האָט מעדווין געזאָגט. די וואָס באַשטעלן די וויזועלע תּפֿילות בײַ דער CCAR, האָבן אַ ברירה צווישן אַ פֿעסטן נוסח, וואָס מע קאָן נישט ענדערן, אָדער אַ פֿרײַען נוסח, וואָס זיי קאָנען ענדערן ווי זיי ווילן. דער פֿרײַער נוסח קאָסט מער.

„שומרי־תּורה‟, אַ רעפֿאָרם־שיל אין סאַנ­טאַ־ראָזע, קאַליפֿאָרניע, איז איינע פֿון די סינאַגאָ­געס, וואָס ניצן די וויזועלע תּפֿילות פֿון דער CCAR, און די ראַבינערטע, סטעפֿאַני קריימער, זאָגט, אַז ס׳האָט געהאַט אַ גרויסע הצלחה. „ס׳איז זייער אַ גוטער פּעדאַגאָגישער מיטל פֿאַר קינדער, וואָס לערנען זיך העברעיִש, בפֿרט ווען מיר ווילן, אַז זיי זאָלן זיך באַטייליקן אינעם דאַווע­נען,‟ האָט קריימער געזאָגט. ווי בײַ ס׳רובֿ שילן, ווײַזט מען דעם טעקסט מיט איבערזע­צונג און בילדער אויף גרויסע עקראַנען, וואָס הענגען בײַ ביידע זײַטן פֿונעם אָרון־קודש.

קבלת־שבת בעת אַ צוזאַמענפֿאָר פֿונעם „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟ (HUC), אין מאַליבו, קאַליפֿאָרניע
Rabbi Miriam Terlinchamp
קבלת־שבת בעת אַ צוזאַמענפֿאָר פֿונעם „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟ (HUC), אין מאַליבו, קאַליפֿאָרניע

אַנדערע סינאַגאָגעס מאַכן זייערע אייגע­נע וויזועלע תּפֿילות. „טעמפּל עמנואל”, אַ סינאַגאָגע פֿון 800 מיטגלידער אין בעווערלי־הילס, קאַליפֿאָרניע, פֿירט שוין כּמעט זעקס יאָר לאַנג אַ חודשלעך קבלת־שבת אָן סידורים. בעת דער תּפֿילה־סעסיע, וואָס מע רופֿט „שבת ביחד” (שבת אין איינעם), שפּילט אַ גרופּע אָרטי­קע מוזיקער אויס די מעלאָדיעס מיט זייערע אינסטרומענטן, און דער עולם, לייענענדיק פֿו­נעם עקראַן, זינגט און טאַנצט מיט צו דער מוזיק.

ראַבינער יונתן אַהרן, וועלכער שטעלט צונויף די וויזועלע תּפֿילות פֿאַר „טעמפּל עמנואל‟, זאָגט, אַז די מתפּללים זעען אויס אַ סך מער פֿאַראינטערעסירט אינעם דאַווענען ווען זיי האַלטן נישט קיין סידור אין דער האַנט. „זיי קוקן אַרויף אַ סך מער, און דאָס שאַפֿט אַן אמת געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט,” האָט אַהרן באַמערקט.

אָבער בײַ געוויסע מתפּללים איז נישט גע­ווען גרינג אָפּצולאָזן דעם סידור, האָט באַ­מערקט דער חזן פֿון „טעמפּל עמנואל”, יונה קליגער. „ווען מיר האָבן ערשט אָנגעהויבן די סעסיעס פֿון ׳שבת ביחד׳, האָבן מיר באַשלאָסן צו באַהאַלטן די סידורים, און געוויסע מיטגלידער זענען טאַקע געגאַנגען זיי זוכן,” האָט קליגער געזאָגט. „אָבער מיר האָבן אַליין געזען, אַז ווען די תּפֿילות געפֿינען זיך אויפֿן עקראַן, דערלויבט עס אונדזערע מיטגלידער מיטצופֿילן דעם טעקסט און מוזיק פֿון די תּפֿילות אויף אַן אופֿן, וואָס איז פּשוט נישט מעגלעך מיט די סידורים.”

אַ וויזועלע תּפֿילה לכּבֿוד סוכּות

„וווּדלאַנדס קאָמיוניטי טעמפּל‟, אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע אין ווײַט־פּליינס, נ״י, פֿירט דורך אַן ענלעכע קבלת־שבת־פּראָגראַם יעדע 6 אָדער 8 וואָכן. אין דער פּראָגראַם, A Joyful Noise (אַ פֿריילע­כער טומל), שפּילט אַ קאַפּע­ליע אויס די תּפֿילות, בעת דער טעקסט ווערט פּראָיעק­טירט אויף עטלעכע עקראַנען לעבן דער בימה. ראַבי­נער בילי דרעסקין פֿאַרשטייט אָבער, אַז געווי­סע מתפּללים ווילן ווײַטער ניצן אַ סידור, פּרוּווט ער זיי אויך צו ליב טאָן. „אונטן רעכטס אויפֿן עקראַן שטייט תּמיד, אויף וועל­כער זײַט די תּפֿילה געפֿינט זיך,‟ האָט דרעס­קין דער­קלערט.

לכתּחילה האָבן די ראַבינער געמיינט, אַז די עלטערע לײַט וועלן זיך בונטעווען קעגן די וויזועלע תּפֿילות, אָבער פֿאַרקערט — ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן עס געלויבט. „אַ סך עלטערע מתפּללים זאָגן, אַז די גרויסע, ליכטיקע אותיות אויפֿן עקראַן זענען גרינגער צו לייענען ווי אין סידור, און אַז זיי האָבן ליב די שיינע בילדער אין הינטערגרונט,” האָט מעדווין געזאָגט. אַנדערע זאָגן, אַז ס׳איז זיי גרינגער ווען זיי דאַרפֿן נישט האַלטן קיין סידור אין דער האַנט.

„ס׳איז אַ מחיה ווען די הענט זענען פֿרײַ, ווײַל דעמאָלט קענסטו מיטפּליעסקען; משפּחה און פֿרײַנד קאָנען זיך האַלטן בײַ די הענט, און אַ קינד קען אײַנשלאָפֿן בײַ דיר אויפֿן שויס,‟ האָט דרעסקין באַמערקט.

„אפֿשר זעט טאַקע אויס מאָדנע, וואָס ׳דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך׳ זאָל פּטור ווערן פֿונעם בוך, פֿונעם סידור, בײַם דאַווענען,‟ האָט דרעסקין צוגעגעבן. „אָבער דער אמת איז, מיר זענען נישט פּטור געוואָרן פֿונעם סידור; מיר האָבן עס פּשוט אַרויפֿגעשטעלט אויפֿן עקראַן.‟