איטאַליע איז נאָך נישט גרייט צו עפֿענען אַ חורבן-מוזיי

Italy Not Quite Ready For a Holocaust Museum

דער פּלאַן פֿונעם חורבן-מוזיי אין רוים
Courtesy Rome City government
דער פּלאַן פֿונעם חורבן-מוזיי אין רוים

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

רוים (ייִט״אַ). — אויב דער פּראָיעקט פֿו­נעם נײַעם חורבן-מוזיי אין איטאַליע וועט פֿאַר­ווירקלעכט ווערן ווי פּלאַנירט, וועט מען אויפֿ­שטעלן דעם גרויסן און מאָדערנעם מוזיי-בנין אויף דעם אָרט, וווּ עס האָט געוווינט דער פֿאַשיסטישער דיקטאַטאָר בעניטאָ מוסאָליני. לויט דעם פּלאַן, וועט דער פּראָיעקט קאָסטן 30 מיליאָן דאָלאַר. אויף דעם דאָזיקן אָרט גע­פֿינט זיך אויך אַ שטאָטישער פּאַרק, אונטער וועלכן די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אוראַל­טע ייִדישע קאַטאַקאָמבעס.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּראָיעקט האָבן פֿאָרגעלייגט צו עפֿענען דעם חורבן-מוזיי נאָך אינעם יאָר 2005. צוליב פֿאַרשיידענע פֿינאַנ­ציע­לע און ביוראָקראַטישע שוועריקייטן האָט זיך אָבער נאָך נישט אײַנגעגעבן צו רעאַליזירן דעם פּלאַן. לעאָן פּאַסערמאַן, דער פּרעזי­דענט פֿון דער מוזיי-פֿונדאַציע, האָט איבערגע­געבן, אַז מע האָפֿט אָנצוהייבן די בויונג דעם קו­מענ­דיקן זומער. פּאַסערמאַן האָט אָבער צוגע­געבן, אַז „אין אַזאַ לאַנד, ווי איטאַליע, איז שווער צו זאָגן פּינקטלעך‟.

דאָס וועט זײַן דער ערשטער חורבן-מוזיי אינעם לאַנד, וואָס האָט געשפּילט אַ גע­מישטע ראָלע אינעם גענאָציד פֿון ייִדן, נישט גע­קוקט אויף איטאַליעס מלחמה-אַליאַנץ מיט נאַ­צי-דײַטשלאַנד. אינעם יאָר 1938 האָט די איטאַ­ליענישע רעגירונג אָנגענומען בפֿירוש אַנ­טי­סעמיטישע געזעצן. צווישן אַנדערן, האָט מען פֿאַרווערט די ייִדן צו לערנען זיך אין שולן, פֿאַר­נעמען מלוכישע פּאָזיציעס, חתונה האָבן מיט נישט ייִדן. אין דער זעלבער צײַט, האָט דאָס איטאַליענישע מיליטער זיך אָפּגעזאָגט, בדרך-כּלל, אָנטיילצונעמען אין דער דעפּאָרטאַציע פֿון די אָרטיקע ייִדן אין די קאָנצענטראַציע־לאַ­גערן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אויף די איטאַליע­ניש-אָקופּירטע טעריטאָריעס איז געבליבן מער-ווייניקער אין אַ זיכערן מצבֿ.

ווען די איטאַליענישע פֿאַשיסטישע רעגי­רונג האָט קאַפּיטולירט צו די אַליִיִרטע כּוחות, האָט נאַצי-דײַטשלאַנד אינעם יאָר 1943 איבער­געכאַפּט דעם קאָנטראָל איבערן מערסטן טייל פֿון איטאַליע, און אָנגעהויבן צו דעפּאָרטירן די ייִדן. פּאַסערמאַן האָט דערקלערט, אַז רוים געפֿינט זיך אין אַ דעליקאַטער סיטואַציע, צוליב דער סתּירותדיקער ראָלע פֿונעם פּויפּסט פּיוס דעם צוועלפֿטן און דעם פֿאַרמלחמה­דיקן אַנטיסעמיטיזם. פֿונדעסטוועגן, ווי עס האָט צו­געגעבן דער פּרעזידענט פֿון דער מוזיי-פֿונ­דאַציע, איז איטאַליע אויך אַ לאַנד, וווּ טויזנ­טער ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן אין די מאָנאַסטירן און אַנדערע קאַטוי­לישע אינסטיטוציעס.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט די שטאָטישע אַד­מיניסטראַציע אין רוים גוטגעהייסן דעם ענד­גילטיקן פּלאַן פֿונעם מוזיי. שפּעטער, אָבער, האָט דער פּראָיעקט זיך אָפּגעשטעלט צוליב דעם, וואָס די רעגירונג האָט באַגרענעצט די מעג­לעכקייט צו באַנוצן זיך מיט די שטאָ­טישע מוניציפּאַלע פֿאָנדן, וועלכע האָבן זיך גע­עפֿנט אין דעצעמבער. דזשיאַני אַלעמאַנאָ, דער מעיאָר פֿון רוים, האָט געמאָלדן, אַז די אָר­טיקע רעגירונג-אינסטאַנצן וועלן, סוף-כּל-סוף, דערלייזן די ביוראָקראַטישע פֿראַגעס און דער­לויבן דעם פּראָיעקט. אין פֿרילינג האָפֿט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע צו שליסן אַן אָפּמאַך מיט אינטערנאַציאָנאַלע בוי-פֿירמעס און אָנהייבן די בויונג. אַלעמאַנאָ האָט צוגע­געבן, אַז ס׳איז וויכטיק צו עפֿענען דעם מוזיי וואָס פֿריִער, כּל-זמן אין איטאַליע זענען נאָך געבליבן לעבעדיקע מענשטן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.

דער נײַער מוזיי וועט אויפֿגעבויט ווערן אויפֿן שטח פֿון ווילאַ טאָרלאָניאַ — אַ פּרעכטיק פּריציש הויז פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וואָס האָט געדינט ווי מוסאָליניס רעזידענץ פֿון 1925 ביז 1943. על־פּי צופֿאַל, האָט מען אינעם יאָר 1919 אַנטדעקט אויף דעם דאָזיקן אָרט אוראַלטע אונטערערדישע טונעלן, אונטער די רחבֿותדיקע גערטנער פֿונעם פּאַרק. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס זענען אוראַלטע ייִדי­שע קאַטאַקאָמבעס.

לעאָנאַרד רוטגערס, אַ האָלענדישער עקס­פּערט אין קאַטאַקאָמבעס, האָט באַמערקט אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ, אַז מוסאָליני האָט באַשלאָסן זיך צו באַזעצן — טאַקע אַן איראָ­ניע פֿון דער געשיכטע — איבער אַן אונטערער­דישן קאָמפּלעקס, וועלכער איז געשאַפֿן גע­וואָרן דורך די אור-אָבֿות פֿון די, וואָס זענען גע­וואָרן די הויפּט-קרבנות פֿון זײַן ראַסן-פּאָליטיק.

לויטן פּלאַן, וועט דער מוזיי פֿאַרנעמען אַ שטח פֿון 25,000 קוואַדראַט-פֿוס. דער פּראָיעקט איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די אַרכיטעקטן לוקאַ צבֿי און דזשאָרדזשיאָ טאַמבוריני. צבֿיס מאַ­מע, טוליאַ, וועלכע האָט געדינט במשך פֿון עט­לעכע יאָר ווי די אָנפֿירערין פֿון דער ייִדישער קהילה אין איטאַליע, האָט באַשריבן דעם דיזײַן פֿונעם קומענדיקן מוזיי ווי אַ „שוואַרצן קאַסטן‟ — אַ ריזיקער אויסגעפֿלאַכטער קוב, באַ­צירט מיט די נעמען פֿון די איטאַליענישע חורבן-קרבנות. אינעווייניק וועט זײַן אַ שטענדיקע אויסשטעלונג, אַ ביבליאָטעק, אַ קאָנפֿערענץ-זאַל און אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און בילדונג.

מאַרסעלאָ פּעזעטי, איינער פֿון די פֿירנ­דיקע איטאַליענישע חורבן-היסטאָריקער, וועל­כער גיט אַכטונג אויף די פּלענער פֿון די אויס­שטעלונגען און דעם פֿאָרש-אָפּטייל, וועט אויך זײַן דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. פּעזעטי האָט איבערגעגעבן, אַז ער שטרעבט „אַרײַנצו­שטעלן דעם איטאַליענישן אַספּעקט פֿונעם חורבן אינעם אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן קאָנטעקסט‟. ווען די ערשטע ייִדן זענען דעפּאָרטירט גע­וואָרן פֿון רוים, אין אָקטאָבער 1943, זענען דרײַ פֿערטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די אַנ­דע­רע לענדער פֿון אייראָפּע שוין געווען טויט.

פּאַסערמאַן האָט געזאָגט, אַז דער מוזיי וועט זיך פֿאָקוסירן, אַחוץ אַנדערע ענינים, אויף דער סתּירותדיקער פֿאַרבינדונג צווישן דער פֿאַשיסטישער איטאַליע און דעם נאַצי־דײַטש­לאַנד בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווי אויך אויף דער פּאַסיווער ראָ­לע פֿון דער קאַטוילישער קירך פֿאַרן און בעת דעם חורבן.

אין דער איטאַליענישער שול-פּראָגראַם זענען שוין פֿאַראַן לימודים וועגן דעם חורבן. די איטאַליענישע שילער באַטייליקן זיך אין ספּע­ציעלע אונטערנעמונגען אין שײַכות מיטן אינ­טערנאַציאָנאַלן חורבן-טאָג, דעם 27סטן יאַנואַר. יעדעס יאָר פֿאָרן הונדערטער תּלמידים פֿון איטאַליע אויף בילדונג-באַזוכן אין אוישוויץ.

פּאַסערמאַן האָט צוגעגעבן, אַז אויב אַפֿילו דער בויונג־פּלאַן וועט זיך נישט אָנשטויסן אויף נײַע שטערונגען, וועט דער מוזיי זיך נישט עפֿע­נען ביז 2016 אָדער 2017, ווײַל די בוי-אַרבעט קאָן פֿאַרנעמען מער ווי צוויי יאָר. די אַנדע­רע פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס אַחוץ די 30 מיליאָן דאָלאַר פֿון די מוניציפּאַלע פֿאָנדן פֿאַרן אויפֿבוי, מוז מען געפֿינען אַן אַנדער קוואַל פֿון שטיצע פֿאַר די אויסשטעלונגען גופֿא.

פֿון רות-עלען גרובער