נײַע שיל פּלאַנירט פֿאַר בודאַפּעשט

New Synagogue Planned for Budapest

דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון אונגאַרישע סינאַגאָגעס‟, אַנדראַש קאָרקעני (רעכטס), און דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, גושטאַוו זאָלטײַ, לייגן דעם שטיין פֿאַר דער נײַער שיל, זונטיק, אין שעפּעל
Getty Images
דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון אונגאַרישע סינאַגאָגעס‟, אַנדראַש קאָרקעני (רעכטס), און דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, גושטאַוו זאָלטײַ, לייגן דעם שטיין פֿאַר דער נײַער שיל, זונטיק, אין שעפּעל

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

זונטיק האָט די שטאָט בודאַפּעשט, אין דער שעפּעל־געגנט, געלייגט דעם גרונטשטיין פֿאַר דער ערשטער סינאַגאָגע אין דער שטאָט בשעת די לעצטע 80 יאָר, האָט מאָנטיק גע­מאָלדן די אָרטיקע מוניציפּאַליטעט.

עס זענען בײַגעווען דער שוץ־מיניס­טער שאַבאַ הענדע, דער קאַרדינאַל פּיטער בי­באָראָס און דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אילן מור.

„אונדזער מוניציפּאַליטעט האָט געגעבן צו־שטײַער צו דעם פּראָיעקט דורך שענקען די ערד, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל,‟ האָט די שטאָט־רעגירונג דערקלערט. די שטאָט־באַאַמטע האַלטן, אַז די שיל וועט זײַן פֿאַרענדיקט אין יאָר 2014. לויטן פּלאַן, וועט זי דינען סײַ ווי אַ רעליגיעזע, סײַ ווי אַ קולטורעלע אינסטיטוציע, און וועט קאָ­נען אַרײַננע­מען 120 מענטשן מיט אַ מאָל.

בעת דער צערעמאָניע זונ­טיק האָט דער היסטאָריקער שי­לאַרד נעמעט דערקלערט: „פּונקט אַזוי ווי אין אַלע אַנ­דע­רע טיילן פֿון לאַנד, זענען די ייִדן אין שעפּעל גערודפֿט גע­וואָרן, און שעפּעל האָט אַליין געליטן היזק צוליב דער צווייטער וועלט־מלחמה. לויט אונ­דזע­רע קוואַלן, זענען 960 מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם דעפּאָר­טירט געוואָרן פֿון שעפּעל.

„בלויז 60 האָבן זיך אומ­געקערט נאָך דער מלחמה, און אַ טייל פֿון זיי לעבן נאָך ביז הײַנט,‟ האָט נעמעט צוגעגעבן.

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זע­נען בערך 450,000 אונגאַרישע ייִדן דעפּאָרטירט און אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס. בסך־הכּל זענען אומגעקומען צווישן 550,000 און 600,000 אונגאַרישע ייִדן.

(ייִט״אַ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן)