פֿיר סובסידיעס צו שטיצן פֿאַרשיידנקייט

Four Grants to Diversify Jewish Life

די סטיפּענדיאַנטן פֿונעם „נתן־פֿאָנד‟: (פֿון רעכטס) איימי בעט אָפּענהײַמער, פֿאַביאַן שמשׂ, ראָבערט סאַפֿערשטיין און איזידאָראָ האַמווי
די סטיפּענדיאַנטן פֿונעם „נתן־פֿאָנד‟: (פֿון רעכטס) איימי בעט אָפּענהײַמער, פֿאַביאַן שמשׂ, ראָבערט סאַפֿערשטיין און איזידאָראָ האַמווי

Published February 08, 2013.

(ייִט״אַ) פֿיר ייִדישע קהילות — אין מעקסיקע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און אורוגווײַ — וועלן באַקומען סובסידיעס פֿונעם „נתן־פֿאָנד‟ און פֿון דער ROI Community. בסך־הכּל באַטרעפֿן די סובסידיעס פֿון „נתן‟ $37,000 און וועלן שטיצן נאָוואַטאָרישע פּראָיעקטן, וועלכע וועלן דיווערסיפֿיצירן דאָס ייִדישע לעבן. די פֿיר סובסידיעס זענען: די „פּנימער פֿון ישׂראל‟-פּראָגראַם פֿון איימי בעט אָפּענהײַמער, וואָס ניצט דערציִונג־פֿילמען אויסצופֿאָרשן די ענינים פֿון ייִדישער אידענטיטעט, רעליגיעזן פּלוראַליזם און ציווילע פֿרײַהייטן. די „נפֿש‟־שול פֿון פֿאַביאַן שמשׂ אין דער אורוגווײַער קהילה פּונטאַ דעל עסטע, וועט שטרעבן צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונגען מיט דער אָרטיקער קהילה און די באַדערפֿענישן פֿון די קינדער אין דער קהילה. דער „מעקסיקאַנער מרכּבה־פֿעסט‟ פֿון איזידאָראָ האַמווי האָט ווי זײַן ציל צו פֿאַרשפּרייטן די שאַפֿערישע אַרבעט פֿון אָרטיקע און פֿרעמדע קינסטלער, און פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע קולטור און מוזיק אין אַ ברייטערער מעקסיקאַנער געזעלשאַפֿט. דער „פֿרײַטיק־צו־נאַכטס־ליכט‟־פּראָיעקט פֿון ראָבערט סאַפֿערשטיין וועט דורכפֿירן אַ ציקל שבת־אָוונטן פֿאַר האָמאָסעקסועלע ייִדישע פֿאַכמענער, מע זאָל זיך באַקענען מיט די צדקה־אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן דער לעזביאַנקער, ביסעקסועלע, „פֿריילעכע‟ און טראַנס־מיניקער קהילה. דאָס נײַע שותּפֿות צווישן „נתן‟ און “ROI Community”, האָט מען אײַנגעפֿירט, כּדי די יונגע פֿילאַנטראָפּן פֿון דעם „נתן‟־פֿאָנד זאָלן קענען אויסניצן די גרויסע נעץ פֿון אונטערנעמער פֿון דער ROI-אָרגאַניזאַציע. דער „נתן־פֿאָנד‟ שטיצט, אין די ערשטע סטאַדיעס, שאַפֿערישע פּראָיעקטן וואָס זענען שײך ייִדן און מדינת־ישׂראל. ROI שטיצט נאָוואַטאָרישע ייִדישע פּראָיעקטן.