ייִדישע טאָגשולן אין לאַס־וועגאַס באַקומען 50 מיליאָן דאָלאַר

Jewish Schools Get $50 Million

די קינדער פֿונעם פֿינפֿטן ביזן אַכטן קלאַס פֿונעם „איידלסאָן דערציִונג־קאַמפּוס‟ פֿירן דורך אַ שלום־דעמאָנסטראַציע אויף די טרעפּ פֿון דער שול, דעם 20סטן נאָוועמבער 2012
Yifat Fuss
די קינדער פֿונעם פֿינפֿטן ביזן אַכטן קלאַס פֿונעם „איידלסאָן דערציִונג־קאַמפּוס‟ פֿירן דורך אַ שלום־דעמאָנסטראַציע אויף די טרעפּ פֿון דער שול, דעם 20סטן נאָוועמבער 2012

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 11, 2013.

אַ קאַמפּוס פֿון דרײַ פּלוראַליסטישע ייִדישע טאָגשולן אין לאַס־וועגאַס, נעוואַדע, האָט באַקומען אַ מתּנה פֿון 50 מיליאָן דאָלאַר פֿונעם קאַסינאָ־מאַגנאַט שעלדאָן איידלסאָן און זײַן פֿרוי, מרים.

דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס די איידלסאָן־משפּחה גיט אַ בײַשטײַער צו די דרײַ שולן. זיי זענען שוין פֿון לאַנג ברייטהאַרציקע שטיצער, און דערפֿאַר האָט די אינסטיטוציע, וואָס האָט פֿריִער געהייסן די „מילטאָן שוואַרץ העברעיִשע אַקאַדעמיע‟, מיט זעקס יאָר צוריק אָנגענומען אַ נײַעם נאָמען: דער „איידלסאָן דערציִונג־קאַמפּוס‟.

די איצטיקע מתּנה איז אַ געוואַלדיקע בשׂורה פֿאַר דעם לערן־אַנשטאַלט, ווען מע נעמט אין באַטראַכט ווי שווער עס איז הײַנט פֿינאַנציעל אויפֿצוהאַלטן אַ ייִדישע טאָגשול. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר, האָבן אַ צאָל נישט־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן איבערן לאַנד פֿאַרלוירן תּלמידים, ווײַל די משפּחות האָבן נישט געקענט, אָדער נישט געוואָלט באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד, וואָס קאָסט, צום ווייניקסטן, $13,000 אַ יאָר, און בײַ געוויסע שולן דערגרייכט עס אַזש ביז $31,000.

אַ דורכשניטלעכע קאַטוילישע שול קאָסט בלויז $3,383 אַ יאָר.

דער „איידלסאָן דערציִונג־קאַמפּוס‟ באַדינט 600 תּלמידים, אָנהייבנדיק פֿון קינדער 18 חדשים אַלט ביזן צוועלפֿטן קלאַס. דער שׂכר־לימוד איז צווישן $12,000 און $19,000, אָבער 35% פֿון די תּלמידים באַקומען ברייטהאַרציקע סובסידיעס, האָט דער דירעקטאָר פֿונעם קאַממפּוס, פּאָול שיפֿמאַן, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.

„מיר ווילן פֿאַרזיכערן, אַז קיין קינד זאָל נישט אויסגעשלאָסן ווערן, בלויז ווײַל זײַן משפּחה קען נישט באַצאָלן,‟ האָט שיפֿמאַן געזאָגט.

דער קאַמפּוס פֿירט זיך לויטן מוסטער פֿון דער „בית הספֿר הריאלי‟ אין חיפֿה, וווּ מרים איידלסאָן, אַ ישׂראלדיקע דאָקטאָרין, איז אַליין געווען אַ תּלמידה צוועלף יאָר לאַנג.

בײַם מעלדן וועגן דער מתּנה פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, האָט פֿרוי איידלסאָן געגעבן צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די „ריאלי־שול‟ איז איר אַזוי נאָענט צום האַרצן: „זי איז אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט תּמיד געהאַט נישט בלויז הויכע אַקאַדעמישע סטאַנדאַרטן, אָבער האָט אויך זיך באַמיט אײַנצופֿלאַנצן מענטשלעכע ווערטן בײַ די תּלמידים, און דערמעגלעכט די קינדער צו בלײַבן חבֿרים אויפֿן גאַנצן לעבן.‟

דער קוריקולום פֿונעם „איידלסאָן דערציִונג־קאַמפּוס‟ באַטאָנט טאַקע די ווערטן פֿון מענטשלעכקייט און ברודערשאַפֿט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, למשל, האָבן די תּלמידים פֿונעם פֿינפֿטן ביזן אַכטן קלאַס געפֿירט אַ קאַמפּאַניע צו פֿאַרשפּרייטן דעם געדאַנק פֿון לייזן קאָנפֿליקטן צווישן פֿעלקער דורך פֿרידלעכע מיטלען, אַנשטאָט בלוט־פֿאַרגיסונג. זיי האָבן געשריבן בריוו צו אַ צאָל פּאָליטישע פֿיגורן וועגן דעם ענין און אָרגאַניזירט אַ שלום־דעמאָנסטראַציע איבער דער שול.

אין אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, האָט פּאָול שיפֿמאַן, דער דירעקטאָר פֿון די שולן, אויסגעדריקט אַ דאַנק די איידלסאָנס פֿאַר זייער מתּנה. „די איידלסאָנס זענען זייער נאָענט פֿאַרבונדן מיט יעדן אַספּעקט פֿון אונדזער שול, און מיר געניסן אַ סך פֿון זייערע גוטע עצות.‟

שיפֿמאַן נעמט ערנסט אויף די שליחות פֿון לערנען די קינדער מענטשלעכקייט. בעת דעם אינטערוויו זונטיק, האָט ער פּונקט געהאַלטן אין מיטן זיך צוגרייטן צו אַ חתונה פֿון אַן אָרעמער כּלה, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם טעאַטער־זאַל פֿון דער שול.

„אַ רבֿ פֿונעם אָרטיקן כּולל האָט מיר געהאַט געזאָגט, אַז אַ געוויסע משפּחה, וואָס וויל חתונה מאַכן די טאָכטער, קען נישט אויספֿירן דעם פּרײַז פֿון אַ האָטעל־זאַל,‟ האָט שיפֿמאַן דערציילט. „האָט דער רבֿ מיך געפֿרעגט, צי די משפּחה קאָן ניצן אונדזער אָרט פֿאַר דער חתונה. אַוודאי האָב איך געזאָגט, אַז יאָ.‟

דאָס איז די צווייטע חתונה וואָס קומט פֿאָר אויפֿן קאַמפּוס.

הגם די שול איז נישט פֿאַרבונדן מיט קיין ספּעציפֿישער רעליגיעזער אָדער פּאָליטישער באַוועגונג, איז די קיך גלאַט־כּשר, אַז אַלע משפּחות זאָלן זיך פֿילן באַקוועם צו שיקן די קינדער אַהין.

ווי אַ פּועל־יוצא, געפֿינען זיך אין דער שול סײַ פֿרומע קינדער, סײַ נישט־פֿרומע. קיין פֿאָרמעל דאַווענען קומט דאָרט נישט פֿאָר, אָבער די תּלמידים, וועלכע ווילן דאַווענען, זענען פֿרײַ דאָס צו אָרגאַניזירן. הײַיאָר פֿירט אַ גרופּע תּלמידים אָן יעדן דאָנערשטיק אין דער פֿרי מיט אַן אָרטאָדאָקסישן מנין.

פֿאַראַיאָרן האָט די מיידלשע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט געהאַט אַ מאַטש אין אַ שבת. איינע פֿון די שפּילערינס, אַ פֿרום מיידל, האָט געפֿרעגט אַ שאלה בײַ איר רבֿ, און ער האָט געפּסקנט, אַז זי מעג שפּילן, אויב זי וועט גיין צום מאַטש צו־פֿוס.

„כאָטש די אַנדערע שפּילערינס זענען נישט געווען פֿרום, האָבן זיי באַשלאָסן צו פֿאַרברענגען שבת מיט איר, כּדי זי זאָל נישט דאַרפֿן אַליין גיין צו־פֿוס,‟ האָט שיפֿמאַן דערקלערט.

„איך האָב הנאה, ווען איך זע ווי נישט בלויז די קינדער, אָבער אויך די עלטערן פּאַסן אויף איינער אויפֿן צווייטן. אויב עס טרעפֿט, אַז אַ מאַמע קען, למשל, נישט אָפּנעמען איר קינד פֿון דער שול, וועט אַ צווייטע מאַמע עס טאָן פֿאַר איר.‟

שיפֿמאַן זאָגט, אַז דער ווילן אַרויסצוהעלפֿן איינער דעם אַנדערן איז אַ פֿאַרשטענדלעכע זאַך, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז כּמעט קיינער פֿון די עלטערן אָדער שול־פּערסאָנאַל איז נישט געבוירן אָדער דערצויגן געוואָרן אין לאַס־וועגאַס. „בײַ אַ סך פֿון אונדז זענען אונדזערע נאָענטע קרובֿים זייער ווײַט אַוועק,‟ האָט שיפֿמאַן געזאָגט. „די שול איז פֿאַר אונדז הײַנט ממש אַ משפּחה.‟