סאָוועטישע ייִדן האָבן יאָ געדענקט

Soviet Jews Did Remember

דער דענקמאָל אין נעװעל׃ דער מגן־דוד איז איבערגעמאַכט געװאָרן אין אַ פֿינף־עקיקן שטערן
אלכּסנדר פֿרענקעל
דער דענקמאָל אין נעװעל׃ דער מגן־דוד איז איבערגעמאַכט געװאָרן אין אַ פֿינף־עקיקן שטערן

Published February 21, 2013.

ד״ר אַרקאַדי זעלצער איז באַקאַנט װי דער מחבר פֿון אַ גרונדיקער פֿאָרשונג פֿונעם ייִדישן לעבן אין סאָװעטישן װיטעבסק און זײַנע סבֿיבֿות פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. איצט אַרבעט ער אינעם אינסטיטוט ״יד־ושם״, װוּ ער פֿאַרנעמט זיך ספּעציעל מיטן חורבן אױף דער טעריטאָריע פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין משך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר איז זעלצער אַרומגעפֿאָרן איבער שטעט און שטעטלעך פֿון רוסלאַנד, װײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע. זײַן ציל איז געװען אָפּצוזוכן די דענקמעלער, װאָס די ייִדן האָבן אויפֿגעשטעלט בעת דער סאָװעטישער תּקופֿה, כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די חורבן־קרבנות.

ד״ר אַרקאַדי זעלצער
ד״ר אַרקאַדי זעלצער

אַ סך פֿאָרשער האַלטן עד־היום, אַז אַזאַ מין טעטיקײט איז געװען אַ יוצא־דופֿן, װײַל די סאָװעטישע מאַכט האָט בכלל ניט דערלויבט די ייִדן אױפֿצושטעלן ספּעציעלע ייִדישע דענקמעלער; און בלױז געציילטע דרײסטע יחידים האָבן דערװאַגט זיך אַנטקעגנצושטעלן דער טאָטאַליטאַרער סאָװעטישער פּאָליטיק. זעלצער איז מסכּים, אַז ״אין הסכּם מיטן אָפֿיציעלן סאָװעטישן שטאַנדפּונקט, האָבן די נאַציסטן אומגעבראַכט די ייִדן, װײַל יענע זײַנען געװען תּושבֿים פֿון דער סאָציאַליסטישער מדינה, ניט װײַל זײ זײַנען געװען ייִדן. דער דאָזיקער צוגאַנג האָט פֿאַקטיש ניט גענומען אין באַטראַכט דעם ראַסיסטישן אַספּעקט פֿון דער נאַציסטישער אידעאָלאָגיע און פּאָליטיק״.

אָבער ער מײנט ניט, אַז די פּאָליטיק פֿון דער אָרטיקער ביוראָקראַטיע לגבי די ייִדישע דענקמעלער, איז געװען פֿולקום נעגאַטיװ. דאָ האָבן זיך אַרײַנגעמישט כּלערלײ פֿאַקטאָרן׃ די פֿעיִקײט פֿון ייִדן צו אָרגאַניזירן זיך, צו זאַמלען געלט, און צו באַהאַנדלען דעם ענין מיט דער מאַכט, די פּערזענלעכע באַציִונג פֿון דער אָרטיקער ״נאַטשאַלסטװע״ צו דעם חורבן און צו די ייִדן. זײער אַ װיכטיקע ראָלע האָבן געשפּילט די ניט־אָפֿיציעלע ייִדישע פֿירער. דערצו דאַרף מען צוגעבן, אַז די אָפֿיציעלע סאָװעטישע פּאָליטיק לגבי דעם אָנדענק פֿון דער מלחמה האָט זיך אױך געענדערט אין משך פֿון די יאָרן.

דער דענקמאָל אין נעװעל׃ דער מגן־דוד איז איבערגעמאַכט געװאָרן אין אַ פֿינף־עקיקן שטערן
אלכּסנדר פֿרענקעל
דער דענקמאָל אין נעװעל׃ דער מגן־דוד איז איבערגעמאַכט געװאָרן אין אַ פֿינף־עקיקן שטערן

״אַ היפּש ביסל דענקמעלער האָט מען אױפֿגעשטעלט אין די ערשטע צענדליק יאָר גלײַך נאָך דער מלחמה, בתוכם אױך אין די יאָרן פֿון די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות צװישן 1948–1953״, זאָגט זעלצער. קײן פֿאַרלאָזלעכע סטאַטיסטישע אָנגאַבן װעגן דער צאָל ייִדישע דענקמעלער אין דעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען ניטאָ. אָבער בלױז אין מאָהילעװער געגנט פֿון װײַסרוסלאַנד האָט זעלצער אַנטדעקט אַזעלכע דענקמעלער אין 37 שטעט און שטעטלעך. לכל־הפּחות פֿופֿצן דענקמעלער פֿאַרמאָגן בולטע ייִדישע סימנים. דאָס הײסט, דערקלערט ער, אַז מען האָט געשאַפֿן אין פֿאַרשידענע יאָרן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט 37 אומפֿאָרמעלע חבֿרות, כּדי צו זאַמלעּן געלט און אױפֿשטעלן די דאָזיקע מאָנומענטן.

עס איז שװער אָפּצושאַצן, װי װײַט רעפּרעזענטירט די דאָזיקע סטאַטיסטיק דעם גאַנצן סאָװעטן־פֿאַרבנאַד. אָבער עס איז קלאָר, אַז די סאָװעטישע פּאָליטיק לגבי די ייִדישע דענקמעלער איז ניט געװען לחלוטין נעגאַטיװ. אַ קומעדיקע גרונטיקע פֿאָרשונג פֿון די דאָזיקע דענקמעלער װי אָביעקטן פֿונעם ״פֿאַרקערפּערטן זכּרון״, װעט געוויס װאַרפֿן אַ נײַ ליכט אױף דער געשיכטע פֿון ייִדן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, בפֿרט אין די קלײנע שטעט און שטעטלעך פֿונעם אַמאָליקן ״תּחום־המושבֿ״.

צומאָל איז די איניציאַטיװ אַרויסגעקומען פֿון די פּראָמינענטע סאָװעטישע פּערזענלעכקײטן, װי למשל, דער שרײַבער איליאַ ערענבורג אָדער דער גענעראַל דוד דראַגונסקי. אַן אַנדערש מאָל איז דער טרײַבקראַפֿט געװען סתּם אַ פּשוטער ייִד, װי אײנער אַ זײגער־מאַכער פֿון באָברוּיסק מיטן נאָמען מאיר זעליקער. ער האָט זיך דערשלאָגן, אַז מען זאָל ברענגען דאָס געבײן פֿון די צעשאָסענע ייִדן צו קבֿר־ישׂראל און האָט אױפֿשטעלן צװײ מאָנומענטן אין זײער אָנדענק. ניט זעלטן האָט מען געדאַרפֿט מאַכן אַ פּשרה מיט דער מאַכט. דעמאָלט האָט זיך דער אױפֿשריפֿט באַקומען ״נײטראַל״. אַנשטאָט ״ייִדן״ האָט מען געזאָגט ״אומשולדיקע סאָװעטישע בירגער״. אין אײניקע פֿאַלן האָט מען געקאָנט מאַכן אַזאַ אױפֿשריפֿט אױף צװײ שפּראַכן, רוסיש און ייִדיש, און די ייִדישע שפּראַך אַלײן האָט געדינט װי אַ סימן פֿון ייִדישקײט. אינעם יאָרצײַט־טאָג פֿלעגן צו די דאָזיקע דענקמעלער קומען די קרובֿים פֿון די דערמאָרדעטע פֿון גאַנץ סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין אײניקע ערטער, װי למשל, אין ריגע, האָבן די דאָזיקע צערעמאָניעס, זינט די סוף 1960ער יאָרן באַקומען אַ בולטן ציוניסטישן כאַראַקטער, און האָבן אַרױסגערופֿן דעם כּעס פֿון די סאָװעטישע טשינאָװניקעס.

אַ דענקמאָל אין קאַמאַנעץ־פּאָדאָלסק
אַרקאַדי זעלצער
אַ דענקמאָל אין קאַמאַנעץ־פּאָדאָלסק

פֿאַר אַ סך ייִדן, װאָס האָבן פֿאַרלױרן אינעם חורבן זײערע נאָענטע קרובֿים, איז אַ קאָלעקטיװער דענקמאָל געװען דער אײנציקער אופֿן צו פֿאַראײביקן דעם אָנדענק װעגן זײער אײגענער משפּחה. עס איז ניט צופֿעליק, וואָס אַ סך אױפֿשריפֿטן רעדן װעגן פֿאָטערס און מוטערס, ברידער און שװעסטער. דער אױפֿשריפֿט אױפֿן דענקמאָל אױפֿן ייִדישן בית־עולם אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק הײבט זיך אָן מיט די װערטער (אינעם אָריגינעלן אױסלעג)׃ ״זאלנ דױרעס / געדײנקענ אונדזערע / פאטערס אונ מוטערס / ברידער אונ שװעסטר / די בעסטע זינ אונ / טעכטער פונ אונדזער פאלק״. אינעם שטעטל דונאַיעװעץ האָט מען געמאַכט דעם אױפֿשריפֿט אױף העברעיִש׃ ״שלושת אלפים איש מאחינו״ (דרײַ טױזנט אונזערע ברידער).

די דאָזיקע דענקמעלער באַװײַזן, אַז עס האָט זיך בײַ די סאָװעטישע ייִדן אױסגעפֿורעמט אַ ספּעציעלער מין ״גרופּע־זכּרון״, װאָס האָט צונױפֿגעשמאָלצן דעם סאָװעטישן אָנדענק װעגן דער ״גרױסער פֿאָטערלענדישער מלחמה״ מיטן אָנדענק װעגן דעם ייִדישן חורבן. ערשט אין די 1980ער יאָרן האָט זיך דער נײַער דור סאָװעטישער ייִדישער אינטעליגענץ אָפּגעגעבן מיט אױספֿאָרשן און דאָקומענטירן די דאָזיקע דענקמעלער. אין לענינגראַד איז געשאַפֿן געװאָרן אַן אומפֿאָרמעלע ״גרופּע פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג״, מיט אַ ספּעציעלן ציל פֿון פֿאַראײביקן דעם אָנדענק פֿון די אומגעקומענע סאָװעטישע ייִדן. זעלצער דערקלערט, אַז די גרופּע האָט ספּעציעל באַטאָנט די רעכט פֿון סאָװעטישע ייִדן צו האָבן אַן אײגענעם היסטאָרישן זכּרון. אין 1988 האָבן זײ געמאַכט אַ ספּעציעלע אױסשטעלונג מיטן ייִדישן טיטל ״מיר געדענקען אַלץ״ אין אַ פּריװאַטער דירה; און מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען שױן געמעגט װײַזן די דאָזיקע אױסשטעלונג אָפֿיציעל, אין דער לענינגראַדער כאָרשיל.