הרבֿ יוסף פֿרידענזאָן געשטאָרבן

Rabbi Yosef Friedenson Z‘L

הרבֿ יוסף פֿרידענזאָן
הרבֿ יוסף פֿרידענזאָן

Published February 25, 2013, issue of March 15, 2013.

גרינדער און דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „דאָס ייִדישע וואָרט‟, יוסף פֿרידענזאָן איז געשטאָרבן שבת, דעם 23סטן פֿעברואַר, בײַ זיך אין דער היים אין מאַנהעטן. „דאָס ייִדישע וואָרט‟ איז אַ פּובליקאַציע פֿון „אַגודת־ישׂראל‟, און דורך דער צײַטשריפֿט האָט מען דעם ייִדישן לייענער נאָכן חורבן אינפֿאָרמירט וועגן דער פֿרומער וועלט, פֿון „תּורה־ייִדן‟, בכלל, און דער פּאָליטיק און אַקטיוויטעטן פֿון „אַגודת־ישׂראל‟ בפֿרט.

יוסף פֿרידענזאָן איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, און האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער אין בוכענוואַלד. הרבֿ פֿרידענסאָנס טאַטע, הרבֿ אליעזר גרשון פֿרידענזאָן איז געווען צווישן די גרינדערס פֿון דער „בית־יעקבֿ‟־באַוועגונג אין פּוילן.

אין אַפּריל 2011 האָט דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער אינטערוויויִרט הרבֿ פֿרידענזאָן אויפֿן „פֿאָרווערטס‟־קאַנאַל.