שבת פֿאַר געשעפֿט־עטיק

Business Ethics Shabbos

אַקציעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע „עורי לצדק‟
Courtesy of Uri L‘Tzedek
אַקציעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע „עורי לצדק‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 26, 2013, issue of March 15, 2013.

מיט צוויי וואָכן צוריק, דעם 9טן פֿעברואַר, האָט די אָרטאָדאָקסישע ייִדישע אָרגאַניזאַציע „עורי לצדק‟ דורכגעפֿירט אַ „שבת פֿאַר געשעפֿט-עטיק‟, אין שײַכות מיט דער פּרשה „משפּטים‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן אַ סך מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט יושרדיקע סאָציאַלע באַציִונגען. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט שוין עטלעכע מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען, וווּ די דאָזיקע פּרשה איז אָפּגעטײַטש געוואָרן אויף אַן ענלעכן אופֿן, אין דער רובריק „פֿונעם אייביקן קוואַל‟.

בערך 30 אָרטאָדאָקסישע רבנים פֿון פֿאַרשיידענע שטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע האָבן זיך באַטייליקט אין דער אונטערנעמונג. די באַטייליקטע האָבן געדרשנט וועגן דער וויכטיקייט פֿונעם אַלמענטשלעכן סאָציאַלן יושר אין זייערע שילן און קהילה-צענטערס, אָדער דורכגעפֿירט שיעורים וועגן דעם, ווי אַזוי צו פֿירן געשעפֿטן אויף אַ יושרדיקן אופֿן. די אָרגאַניזאַציע האָט געזאַמלט אויף איר וועבזײַט פֿאַרשיידענע אַרטיקלען אין שײַכות צו דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת „משפּטים‟, אַרײַנגערעכנט עסייען פֿון אַזעלכע באַקאַנטע טוער און דענקער, ווי הרבֿ יונתן סאַקס, דער בריטישער הויפּט-רבֿ, און אליעזר בערקאָוויץ — אַן אַנדער באַרימטער רבֿ און טעאָלאָג. די אָרגאַניזאַציע האָט אויך איבערגעדרוקט אַ צאָל אַרטיקלען פֿון הרבֿ שמואל יאַנקלאָוויץ, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿון „עורי לצדק‟, וועלכע ער האָט פֿריִער פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג „דזשויִש וויק‟.

פֿון רעכטס אויף לינקס: פּראָפֿ׳ דזשעפֿרי סאַקס, קערין פֿלײַש, הרבֿ אירווינג גרינבערג, הרבֿ אַרי ווײַס און הרבֿ אַרי האַרט — שטיצער און אָנפֿירער פֿון „עורי לצדק‟
Courtesy of Uri L‘Tzedek
פֿון רעכטס אויף לינקס: פּראָפֿ׳ דזשעפֿרי סאַקס, קערין פֿלײַש, הרבֿ אירווינג גרינבערג, הרבֿ אַרי ווײַס און הרבֿ אַרי האַרט — שטיצער און אָנפֿירער פֿון „עורי לצדק‟

אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט הרבֿ אַרי ווײַס, דער אויספֿיר-דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, דערקלערט, אַז זיי האָבן געגרינדעט זייער איניציאַטיוו אינעם יאָר 2007, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די תּורה-אידעאַלן פֿונעם סאָציאַלן יושר אין דער פֿרומער קהילה, און כּדי אַרײַנצוברענגען מער ייִדן אינעם קאַמף פֿאַרן יושר אין דער גאַנצער וועלט.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט דר׳ ריטשאַרד שוואַרץ, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿון מאַטעמאַטיק בײַם אוניווערסיטעט פֿון סטאַטען-אײַלענד, ניו-יאָרק — אַ פֿרומער ייִד, אַ סאָציאַליסט און אַ וועגעטאַרישער אַקטיוויסט — פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיטן נאָמען „ווער האָט צוגעגנבֿעט מײַן רעליגיע?‟. דער מחבר טענהט, אַז פּאָליטיש-רעכטע אידעאָלאָגיעס צאַפּן אַרויס דעם לעבנס־זאַפֿט פֿון ייִדישקייט, און אַז אַלע גרויסע וועלט-רעליגיעס, אַרײַנגערעכנט קריסטלעכקייט און איסלאַם, זענען אין זייער שורש באַגרינדעט אויפֿן יסוד פֿון יושר. אין זײַן בוך, לויבט שוואַרץ די אָרגאַניזאַציע „עורי לצדק‟, ווי אַ וויכטיקע איניציאַטיוו קעגן דער דערמאָנטער רעכטער טענדענץ.

ווײַס האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט קיינמאָל נישט געלייענט שוואַרצס בוך. שוואַרץ, פֿון זײַן זײַט, האָט אויך געזאָגט, אַז ער האָט ווייניק פֿאַרבינדונגען מיט דער אָרגאַניזאַציע. צווישן די שטיצער פֿון „עורי לצדק‟ זענען אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע פֿיגורן, ווי הרבֿ גיל סטודענט, דער פֿאַרוואַלט-רעדאַקטאָר פֿון דער פּרעסע בײַם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ און אַ באַקאַנטער חידושדיקער בלאָגער; הרבֿ נתן-לאָפּעז קאַרדאָזאָ, דער דעקאַן פֿון דער ירושלימער „אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דוד קאַרדאָזאָ‟, און הרבֿ אַבֿי ווײַס, דער ראָש-ישיבֿה פֿון „חובֿבֿי-תּורה‟, דער טעאָרעטיקער פֿון דער ליבעראַלער „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟. ס׳זעט אויס, אַז פֿאַרשיידענע מחברים און טוער אין דער פֿרומער וועלט, אומאָפּהענגיק איינער פֿונעם צווייטן, האָבן לעצטנס אָנגעהויבן קעמפֿן, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, פֿאַר ענלעכע צוועקן.

עס וואָלט געווען זיכער אַ גוזמא צו זאָגן, אַז די גאַנצע פֿרומע וועלט איז הײַנט רעכט געשטימט. פּורים, מיט צוויי טעג צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות זיך על-פּי צופֿאַל באַקענט אין אַ שיל מיט אַ פֿרומען ייִד, אַ געוועזענער טראָצקיסט, אַ ליבהאָבער פֿונעם איראַנישן קינעמאַטאָגראַף און פֿון רוסישן מעטאַל-ראָק. דער דאָזיקער ייִד האָט זיך אַנטוישט, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, אין ראַדיקאַל-לינקע באַוועגונגען, אָבער פֿילט נאָך אַלץ אַ סימפּאַטיע צו קאָמוניסטישע געדאַנקען און שטיצט דעם אידעאַל פֿון אַרבעטער-אינטערנאַציאָנאַליזם. אַ צאָל באַקאַנטע ייִדן — למשל, די ברידער-פּראָפֿעסאָרן דניאל און יונתן באָיאַרין — זענען, מיטאַמאָל — פֿרומע תּלמידי-חכמים און ראַדיקאַלע סאָציאַליסטן.

„עורי לצדק‟ איז נישט אַ ראַדיקאַלע לינקע אָרגאַניזאַציע. אַ סך אירע שטיצער זענען שטאַרק רעכט געשטימט לגבי ישׂראל און באַציִען זיך מעסיק-ליבעראַל צו די פּראָבעלעמען פֿון די אַמעריקאַנער אַרבעטער. אין די אַרטיקלען, פֿאַרשפּרייט דורך דער אָרגאַניזאַציע, ווערן אָבער דערמאָנט אַזעלכע ענינים, וואָס פֿאַר אַ סך פֿרומע ייִדן קלינגען זיי כּמעט ווי ראַדיקאַלע.

למשל, הרבֿ אַלעקס קאַיע פֿון דער מאַנהעטענער שיל „קהילת-ישורון‟, דערציילט אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען אויף דער וועבזײַט פֿון „עורי לצדק‟, ווי ער האָט באַזוכט גאַנע, זײַענדיק אַ טייל פֿון אַ הומאַניטאַרער הילף-מיסיע, אָרגאַניזירט דורך דער גרופּע „אַמעריקאַנער ייִדישע וועלט-דינסט‟ („AJWS‟), כּדי צו העלפֿן די דאָרטיקע אָרעמע אײַנוווינער. די באַטייליקטע האָבן אַליין געמישט צעמענט, געטראָגן וואַסער, זיך דורכגעריסן קעגן די דזשונגלען און זיך גוט באַפֿרײַנדעט מיט אַ סך גאַנער תּושבֿים.

אַ סך ייִדן, ווען זיי האָבן געהערט וועגן אַזאַ נסיעה, האָבן זיך געחידושט: „צי זענען דאָ ייִדן אין גאַנע?‟. זיי האָבן געמיינט, אַז אויב אַ ייִדישע גרופּע באַטייליקט זיך אין אַזאַ אַקטיוויטעט, מוז עס האָבן צו טאָן מיט אַנדערע ייִדן. דער צוועק פֿון דער אַקציע איז אָבער געווען אַ פּשוטער אויסדרוק פֿונעם אַלגעמיינעם מענטשלעכן סאָלידאַריטעט. אַ טייל באַטייליקטע ישיבֿה-בחורים האָבן אַפֿילו געפֿרעגט דעם רבֿ, „וויפֿל מענטשן וווינען אין אָט-דעם בנין?‟, מיינענדיק בלויז ייִדן. בעת זייער נסיעה קיין אַפֿריקע האָבן זיי אויסגעלערנט, אַז די תּורה-פּרינציפּן שטיצן און פֿאָדערן צו העלפֿן אַ צווייטן מענטש, זאָל ער זײַן אַ ייִד צי אַן אַפֿריקאַנער אין גאַנע.

אַ סך אַנדערע שטיצער פֿון „עורי לצדק‟ באַטאָנען אויך אין זייערע אַרטיקלען, אַז אינטערנאַציאָנאַליזם איז אַ פֿונדאַמענטאַלער יסוד פֿון ייִדישקייט. אינעם יאָר 2009 האָט די אָרגאַניזאַציע געגרינדעט אַ חידושדיקן „עטישן הכשר‟, מיטן נאָמען „תּוו-היושר‟, וועלכער באַשטעטיקט, אַז אַ געוויסע כּשרע שפּײַז־אונטערנעמונג באַציט זיך יושרדיק צו אירע מיטאַרבעטער. צום באַדויערן, זענען פֿאַראַן אַזעלכע ערטער, וווּ די סטאַנדאַרטן פֿון כּשרות זענען גאָר הויך, אָבער די אַרבעטער-אימיגראַנטן באַקומען גראָשנס; אַדרבה, די משגיחים שרײַען צומאָל אויף זיי און באַציִען זיך נישט מענטשלעך, דווקא כּדי אָפּצוהאַלטן די הויכע מדרגה פֿון די כּשרות־הלכות.

„עורי לצדק‟ באַטאָנט, אַז כּדי אַ רעסטאָראַן זאָל פֿאַרדינען דעם שטעמפּל פֿון כּשרות, מוז ער באַהאַנדלען די אַרבעטער אויף אַ כּשרן, יושרדיקן אופֿן. מער ווי 80 שפּײַז-אונטערנעמונגען האָבן שוין באַקומען דעם עטישן הכשר. די אָרגאַניזאַציע פֿירט אויך קאַמפּאַניעס פֿאַר רעפֿאָרמען אין די תּפֿיסות, קעגן גוואַלד-טאַטן אין ייִדישע קהילות און משפּחות, און אַנדערע וויכטיקע ענינים.

אַחוץ דער פּראַקטישער טעטיקייט, שטעלט די וועבזײַט פֿון „עורי לצדק‟ מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן קוואַלן פֿון תּורה-אַרטיקלען וועגן אינטערנאַציאָנאַליזם, רעליגיעזן פּלוראַליזם, אַרבעטער-רעכט און אַנדערע עטיש-סאָציאַלע פֿראַגעס. אַ יודע-ספֿר פֿון אַ ישיבֿה, וועלכער האָט פֿריִער געמיינט, אַז די גאַנצע וועלט דרייט זיך, כּלומרשט, בלויז אַרום ייִדן, קאָן איבערלייענען די מאַטעריאַלן און זיך באַקענען מיט די מיינונגען פֿון וועלט-באַרימטע רבנים, וועלכע האַלטן פּונקט פֿאַרקערט, אַז די מיסיע פֿון אַ ייִד באַשטייט אינעם תּיקון פֿון דער גאָרער וועלט.