נאָרוועגיע: ספֿקות וועגן שטיצע

Norway Finds Aid Problematic

דער נאָרוועגישער אויסערן־מיניסטער, עספּען באַרט איידע
Getty Images
דער נאָרוועגישער אויסערן־מיניסטער, עספּען באַרט איידע

פֿון ייִט״אַ

Published March 14, 2013, issue of March 15, 2013.

נאָרוועגיע. — דער נאָרוועגישער אויסערן-מיניסטער, עספּען באַרט איידע, האָט מאָנטיק איבערגעגעבן, אַז ווען די פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע האָבן צוגעזאָגט, אַז די נאָרוועגישע געלט-שטיצע וועט נישט אויסגענוצט ווערן צו באַלוינען די מערדער פֿון ישׂראלים, האָבן זיי נישט געוווּסט אַלע פּרטים.

אַנדערס אַנונדסען, אַ דעפּוטאַט פֿון דער „פּראָגרעסיווער פּאַרטיי‟, האָט געזאָגט, אַז זײַן רעגירונג האָט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געגלייבט, אַז די נאָוועגישע שטיצע וועט נישט אויסגעגעבן ווערן די פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן, וועלכע זיצן אין ישׂראלדיקע תּפֿיסות פֿאַר מאָרדן און טעראָריסטישער טעטיקייט. למעשׂה, האָט די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע צוגעזאָגט אַ חודשלעכע שטיצע פֿאַר אַלע אַרעסטאַנטן אין ישׂראל זינט 2003 און האָט געהעכערט די סומע פֿיר מאָל אין 2011.

דער נאָרוועגישער אויסערן־מיניסטעריום האָט דאָס נישט לאַנג צוריק אויסגעפֿונען און דערמאָנט דעם דאָזיקן ענין בעת אַ באַגעגעניש מיטן פּאַלעסטינער פּרעמיער-מיניסטער, סאַלאַם פֿאַיאַד. איידע האָט באַטאָנט, אַז זײַן מיניסטעריום האָט באַמערקט, אַז אַ טייל פֿונעם געלט פֿאַר די אַרעסטאַנטן ווערט באַנוצט אויף „פּראָבלעמאַטישע צוועקן‟, און האָט געבעטן די פּאַלעסטינער אויטאָמאָניע צו דערקלערן, ווי אַזוי דאָס איז געשען.

זינט 2008, גיט נאָרוועגיע מער ווי 50 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר פֿאַר די פּאַלעסטינער, זײַענדיק איינער פֿון זייערע גרעסטע שטיצער אין אייראָפּע.