מער פֿאָנדן פֿאַר ישׂראלדיקע זקנים

More Funding for Elderly Israelis

אַ ייִדישע פֿרוי וואַרט אויף עסן לעבן אַ ישׂראלדיקער גאָרקיך
Courtesy by Israeli Kitchen
אַ ייִדישע פֿרוי וואַרט אויף עסן לעבן אַ ישׂראלדיקער גאָרקיך

פֿון ייִט״אַ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן

Published April 08, 2013, issue of April 26, 2013.

ירושלים. — דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט באַשטעלט נײַע פֿאָנדן פֿון בערך 14 מיליאָן דאָלאַר לטובֿת די לעבן געבליבענע פֿון חורבן און אַנדערע עלטערע לײַט אין ישׂראל.

עטלעכע שעה איידער עס האָט זיך אָנגעהויבן יום־השואה, האָט נתניהו זיך געוואָנדן צו דער כּנסת, צו אַפּראָבירן כּמעט 7 מיליאָן דאָלאַר מער ווי פֿריִער, כּדי צו דעקן די הוצאָות פֿון די מעדיקאַמענטן, וואָס וועט העלפֿן דער פּענסיאָנירטער באַפֿעלקערונג.

„מיר האָבן אַן אַחריות צו די עלטערע לײַט אין לאַנד, און בפֿרט צו דער שארית־הפּליטה, צו גאַראַנטירן זייער וווילזײַן און זייער זיכערהייט,‟ האָט ער דערקלערט בײַם אָנהייב פֿון דער וועכנטלעכער קאַבינעט־זיצונג זונטיק.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר טעג, זענען אַ צאָל עלטערע ישׂראלים, אַרײַנגערעכנט עטלעכע לעבן געבליבענע פֿון חורבן, אַטאַקירט געוואָרן. שבת, למשל, איז פֿײַוול גערטמאַן, אַ שארית־הפּליטהניק, שטאַרק אָנגעשלאָגן געוואָרן אין אַ פּאַרק, דורך אַ יונגן טאַטן, נאָך דעם ווי גערטמאַן האָט, אַ פּנים, קריטיקירט דעם אויפֿפֿיר פֿון זײַנע קינדער.

„די מענטשן האָבן געליטן שרעקלעכע זאַכן בעת דעם חורבן,‟ האָט נתניהו באַטאָנט. „זיי האָבן געקעמפֿט אין די ישׂראלדיקע מלחמות, געבויט מדינת־ישׂראל; זיי זענען די עדות פֿון אונדזער ווידעראויפֿלעב. אונדזער פֿליכט איז צו פֿאַרזיכערן, אַז מיר וועלן טאָן אַלץ מעגלעך זיי צו העלפֿן.‟

דער ישׂראלדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד האָט זונטיק אויך געמאָלדן אַ פּלאַן צו באַשטימען בערך 110 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר ביז 2017 פֿאַר די וווילפֿאַרזאָרג־אַגענטורן, וואָס העלפֿן דער שארית־הפּליטה.