הילצערנע שיל אומגעקערט

Wooden Synagogue Returned

דער בנין פֿון דער היסטאָרישער „סאָלדאַטישער‟ שיל
דער בנין פֿון דער היסטאָרישער „סאָלדאַטישער‟ שיל

פֿון ייִט״אַ

Published April 26, 2013, issue of May 24, 2013.

טאָמסק, רוסלאַנד. — די אַדמיניסטראַציע פֿון דער סיבירער שטאָט טאָמסק האָט איבערגעגעבן, אַז די היסטאָרישע הילצערנע „סאָלדאַטישע‟ שיל, וועט אומגעקערט ווערן צו דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, ווי עס האָט געמאָלדן די פֿאַרגאַנגענע וואָך דער מעיאָר, ניקאָלײַ ניקאָלײַטשוק. צוערשט, מוז אָבער די מוניציפּאַליטעט זיך געבן אַן עצה און געפֿינען אַן אַנדער וווין-אָרט פֿאַר די בערך 15 משפּחות, וועלכע וווינען איצט אינעם געוועזענעם שיל-בנין.

די הײַנטיקע טאָמסקער כאָר-שיל
די הײַנטיקע טאָמסקער כאָר-שיל

הרבֿ לוי קאַמינעצקי, דער ליובאַוויטשער רבֿ, וועלכער פֿירט אָן מיט דער טאָמסקער ייִדישער קהילה, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע קלײַבט זיך אויסצוטיילן אַ מיליאָן דאָלאַר פֿון איר בודזשעט, כּדי צו באַזאָרגן די איצטיקע אײַנוווינער פֿונעם בנין מיט נײַע דירות.

די שיל איז געבויט געוואָרן מיט 107 יאָר צוריק דורך די ייִדישע קאַנטאָניסטן — סאָלדאַטן, וועלכע זענען אָפּגעריסן געוואָרן פֿון זייערע משפּחה, ווען זיי זענען נאָך געווען קליינע קינדער, און האָבן געמוזט דינען אינעם מיליטער במשך פֿון אַ סך יאָר. צוערשט, האָבן די קינדער זיך געלערנט אין ספּעציעלע סאָלדאַטישע שולן, און דערנאָך געדינט אין דער אַרמיי במשך פֿון 25 יאָר.

אינעם יאָר 1827 האָט דער רוסישער צאַר ניקאָלײַ דער ערשטער באַפֿוילן, אַז אַ טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד מוז דינען אינעם מיליטער. די קוואָטע איז געווען בפֿירוש אַ דיסקרימינאַציע, עטלעכע מאָל העכער ווי פֿון דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג. אין די קאַנטאָניסטישע שולן און שפּעטער במשך פֿונעם לאַנגן מיליטער-דינסט, האָבן די ייִדישע סאָלדאַטן אָפֿט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. אַ סך פֿון זיי האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן אַזאַ מצבֿ און זיך געשמדט אָדער זיך גענומען דאָס לעבן.נאָך דער דינסט, האָבן אַ טייל געבליבענע ייִדן זיך באַזעצט אין די ווײַטע ווינקלען פֿונעם לאַנד און אויסגעבויט פֿאַר זיך אייגענע שילן. די געוועזענע סאָלדאַטן האָבן געהאַט דאָס רעכט צו באַזעצן זיך, וווּ מע וויל, מחוץ דעם תּחום-המושבֿ.

טאָמסק איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1604. די היסטאָריקער האַלטן, אַז די ערשטע ייִדן זענען אָנגעקומען אַהין צוזאַמען מיט די געפֿאַנגענע פּוילישע סאָלדאַטן נאָך דער רוסיש-פּוילישער מלחמה פֿון די יאָרן 1632—1634. נאָך די קאַנטאַָניסטן, ווען אין רוסלאַנד האָבן זיך פֿאַרשפּרייט רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען, איז די קליינע ייִדישע קהילה אין טאָמסק זיך צעוואַקסן צוליב די פּאָליטישע פֿאַרשיקטע. אינעם יאָר 1905 איז אין דער שטאָט אויסגעבראָכן אַ פּאָגראָם, בעת וועלכן צענדליקער ייִדן זענען אומגעקומען.

בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָבן אַ סך ייִדן זיך געראַטעוועט אין טאָמסק פֿונעם חורבן. די סאָוועטישע רעגירונג האָט אָבער פֿאַרמאַכט די „סאָלדאַטישע‟ שיל אינעם יאָר 1931. מיט אַ וואָך צוריק איז אין דער שטאָט געשען אַן אַנדער ייִדיש געשעעניש — די הכנסת-ספֿר-תּורה אין דער עקזיסטירנדיקער חב״ד-שיל. דער אַלטער הילצערנער בנין, וועלכער נייטיקן זיך אין אַ רעמאָנט, וועט דינען ווי אַ צווייטע שיל אָדער אַ קינדער-שול. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער שטאָט באַטרעפֿט הײַנט עטלעכע הונדערט נפֿשות.