פּראָקוראָר קעגן סעגרעגאַציע

AG Against Segregation

יהודה ווײַנשטיין, דער ישׂראלדיקער גענעראַל-פּראָקוראָר
Getty Images
יהודה ווײַנשטיין, דער ישׂראלדיקער גענעראַל-פּראָקוראָר

Published May 08, 2013, issue of May 24, 2013.

ירושלים. — מיטוואָך, דעם 8טן מײַ, האָט דער ישׂראלדיקער גענעראַל-פּראָקוראָר, יהודה ווײַנשטיין, געגעבן אַן עצה צו פֿאַררעכענען דיסקרימינאַציע פֿון פֿרויען אין דער געזעלשאַפֿטלעכער ספֿערע פֿאַר אַ קרימינעל פֿאַרברעכן. מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָט דער יוסטיץ-מיניסטעריום אָנגעהויבן צונויפֿשטעלן אַ באַריכט פֿון פֿאַרשיידענע פֿאַלן, פֿאַרבונדן מיט געשלעכט-דיסקרימינאַציע, און גערופֿן אָפּצושאַפֿן די צעטיילונג צווישן מענער און פֿרויען בעת די מלוכישע צערעמאָניעס, אין די אויטאָבוסן, שפּיטעלער, לוויות און ראַדיאָ-סטאַנציעס. די מחברים פֿונעם באַריכט, וועלכער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן נישט לאַנג צוריק, האָבן באַמערקט, אַז אַזעלכע סיטואַציעס קומען אין סתּירה מיט די יסודותדיקע פּרינציפּן פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע.

ווײַנשטיין האָט באַטראַכט די ידיעות פֿונעם יוסטיץ-מיניסטעריום און האָט געמאָלדן אַ צאָל מיניסטאָרן, אַרײַנגערעכנט דעם מיניסטער פֿון רעליגיעזע ענינים, נפֿתּלי בענעט, דעם אינערן־מיניסטער, גדעון סער, און די געזונט-מיניסטאָרין, יעל גערמאַן, אַז אַזאַ געשלעכט-צעטיילונג שטערט דעם סאָציאַלן מצבֿ פֿון די פֿרויען אויף אַ קרימינעלן אופֿן. דער גענעראַל-פּראָקוראָר האָט אויך גערופֿן די מיניסטאָרן אָנצונעמען אַ געזעץ, וואָס זאָל פֿאַרווערן צו באַעוולען און שטערן מענטשן אין ישׂראל צוליב זייער ראַסע, רעליגיע, נאַציאָנאַליטעט אָדער סעקסועלער אָריענטאַציע.

ווײַנשטיין האָט געבעטן אַלע מוניציפּאַליטעטן אינעם לאַנד אָפּצושטעלן די געשלעכט-סעגרעגאַציע אין זייערע געגנטן. אין דער זעלבער צײַט, האָט די פֿאָרש-גרופּע בײַם יוסטיץ-מיניסטעריום, וועלכע האָט צוגעגרייט דעם דערמאָנטן באַריכט, ספּעציעל געבעטן דעם מיניסטעריום פֿון רעליגיעזע ענינים אָפּצושאַפֿן דעם מצבֿ, צוליב וועלכן פֿרויען קאָנען נישט אויפֿטרעטן מיט אַ הספּד אויף לוויות.

דער באַריכט באַטאָנט, אַז די מלוכישע אינסטאַנצן טאָרן נישט אָרגאַניזירן קיין אונטערנעמונגען, וווּ מענער און פֿרויען זענען צעטיילט. דער יוסטיץ-מיניסטעריום האָט אויך שאַרף קריטיקירט די טענדענץ אין די חרדישע ערטער אויפֿצוהענגען אין דרויסן פּלאַקאַטן, וואָס באַפֿעלן די פֿרויען זיך אָנצוטאָן צניעותדיק און שפּאַצירן בלויז אויף אַ געוויסער זײַט פֿון די גאַסן. די מחברים האָבן אויך גערופֿן צו דערלאָזן די פֿרויען אויפֿטרעטן אויף דער פֿרומער ראַדיאָ-סטאַנציע „קול ברמה‟.