ידיעות אױף אײן פֿוס: מײַ 22

Today's World News: May 22

ישׂראלדיקע טאַנקען אינעם גולן־הויכלאַנד, דעם 22סטן מײַ
Getty Images
ישׂראלדיקע טאַנקען אינעם גולן־הויכלאַנד, דעם 22סטן מײַ

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published May 22, 2013, issue of June 07, 2013.

באר־שבֿע. די פּאָליצײ פֿונעם נגבֿ־קרײַז האָט געמאָלדן, אַז הינטער דער שטאָט ערד זײַנען געפֿונען געװאָרן קערפּער פֿון צװײ קלײנע קינדער. עס רעדט זיך װעגן אַ מאָרד. עס זײַנען אַרעסטירט געװאָרן 5 בעדויִנער, פֿאַרדעכטיקט אין הריגה. צװישן זײ די מוטער פֿון די דערהרגעטע קינדער. די פּאָליצײ איז זײער באַזאָרגט מיט דער קרימינעלער סיטואַציע אין דער געגנט. דאָס איז שױן אַ דריטער פֿאַל פֿון מאָרד אין דער געגנט פֿאַר די לעצטע 5 טעג.

קאַיִר. עגיפּטישע קאָמאַנדאָס האָבן באַפֿרײַט 7 אָפֿיצירן פֿונעם מיצרישן זיכערהײט־אַמט, װעלכע זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן מיט אַ װאָך צוריק דורך די איסלאַמיסטן. אין דער באַפֿרײַונג־אָפּעראַציע אױפֿן האַלב־אינדזל סיני, צום ערשטן מאָל זינט 1973, האָבן אָנטײל גענומען עגיפּטישע טאַנקן און העליקאָפּטערס.

לבֿנון. פֿיר דערהרגעטע און 35 פֿאַרװוּנדעטע בעת די געשלעגן צװישן די אָנהענגער און די קעגנער פֿונעם סירישן פּרעזידענט אַסאַד.

ראַמאַלאַ. סאַיִב אַריקאַט, דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער פֿאַרן שלום־געשפּרעך מיט ישׂראל: „אױף די שטחים פֿון יהודה און שומרון פֿירט ישׂראל דורך אַן אַפּאַרטהײד־פּאָליטיק, נאָך ערגער, װי דאָס איז געװען אין דרום־אַפֿריקע‟.

דמשׂק. אַן אָפֿיציעלער סירישער באַאַמטער האָט געמאָלדן, אַז די סירישע אַרמײ האָט פֿאַרניכטעט אַ ישׂראלדיקן מיליטער־אױטאָ, װעלכער האָט געגנבֿעט די סירישע גרענעץ. אַ הױכגעשטעלטער פּאַרשױן פֿון צה”ל: „ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן.‟

גולן־הױכלאַנד. ישׂראלדיקער סאָלדאַט האָט זיך אױפֿגעריסן אױף טױט בעת די איבונגען פֿון אָפּרײניקן אַ פֿעלד פֿון מינעס, לעבן דער ישׂראל־סירישער גרענעץ.

ישׂראל. דער הױפּט פֿונעם גענעראַל־שטאַב: „באַשאַר אַסאַד רײצט אָן די באַװאָפֿנטע מיליציעס אױפֿן סירישן טײל פֿונעם גולן־הױכלאַנד צו שיסערײַ־פּראָװאַקאַציעס קעגן ישׂראל. אױב אַסאַדס שיסערײַ־פּראָװאָקאַציעס אױפֿן גולן־הױכלאַנד װעלן אָנרירן אונדזערע נאַציאָנאַלע אינטערעסן, װעט אַסאַד טײַער באַצאָלן‟.

רבת־עמון. יאָרדאַניע האָט געבעטן פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿונאַנדערשטעלן פּאַזע דער סירישער גרענעץ די אַנטי־ראַקעטן־סיסטעם „פּעטריאָט‟.

ירושלים. די פֿאַראײניקטע כּוחות פֿון שב”כּ און צה”ל האָבן אַרעסטירט צװײ באַזונדערע גרופּעס טעראָריסטן, אײנע פֿון „כאַמאַס‟ און די צװײטע — פֿון „איסלאַמישן דזשיהאַד‟, װעלכע זײַנען געװען טעטיק אין דער געגנט פֿון חבֿרון און זײַנען געװען אױפֿן װעג צו פֿאַרכאַפּן אַ ישׂראלדיקן מיליטער־מאַן.

עזה. „כאַמאַס‟־כונטע אין עזה האָט זיך געװאָנדן דורך דער טעלעװיזיע צו דעם סירישן פּרעזידענט אַסאַד און געפֿאָדערט פֿון אים צו פֿאַרלאָזן זײַן פּאָסטן.

ראַמאַלאַ. פּאַלעסטינער באַאַמטער האָט געמאָלדן, אַז ישׂראל האָט אַרעסטירט 3 פּאַלעסטינער, פֿאַרדעכטיקט אין מאָרד פֿון אַ ישׂראל־בירגער בײַם קבֿר־יוסף מיט צװײ יאָר צוריק. אַלע אַרעסטירטע זײַנען אָפֿיצירן פֿונעם פּאַלעסטינער זיכערהײט־אַמט.

איראַק. דער אײַיאַטאָלעס־ראַט האָט געפּסלט די קאַנדידאַטור פֿונעם געװעזענעם איראַנער פּרעזידענט ראַפֿסאַנדזשאַני צוליב זײַן עלטער. ראַפֿסאַנדזשאַני: „כ’װעל קעמפֿן קעגן דעם אומיושרדיקן באַשלוס‟.

פּאָליצײ. דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט יהוד, יוסי בן־דװיד, איז אַרעסטירט געװאָרן מחמת אַ פֿאַרדאַכט פֿון באַקומען כאַבאַר. צוזאַמען מיט יוסי בן־דװידן זײַנען אַרעסטירט געװאָרן נאָך 5 „חשובֿע‟ לײַט.

סאַודיע. די טעלעװיזיע־נעץ אַל־אַראַביאַ האָט געמאָלדן, אַז די פֿאַראײניקטע אײראָפּע האַלט בײַם אַרײַנטראָגן די מיליטערישע צװײַג פֿון „כעזבאָלאַ‟ אין דער רשימה פֿון טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס. דער איניציאַטאָר פֿון דעם אָפֿיציעלן פֿאָרשלאַג איז געװען בריטאַניע. דײַטשלאַנד איז הײַנט צוגעשטאַנען צו דער בריטישער פּאָזיציע.