ווער וועט פֿירן חב״ד?

Who Will Lead Chabad?

הרבֿ יהודה קרינסקי (אין מיטן) און משה קאָטלאַרסקי (לינקס) זיצן מיט הרבֿ אַבֿרהם בערקאָוויץ, אין מומבײַ, אינדיע בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע פֿאַר אַ חב״ד־משפּחה, דערהרגעט דורך אַ טעראָריסטישן אַטאַק
Getty Images
הרבֿ יהודה קרינסקי (אין מיטן) און משה קאָטלאַרסקי (לינקס) זיצן מיט הרבֿ אַבֿרהם בערקאָוויץ, אין מומבײַ, אינדיע בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע פֿאַר אַ חב״ד־משפּחה, דערהרגעט דורך אַ טעראָריסטישן אַטאַק

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייזיס (Forward)

Published May 28, 2013, issue of June 21, 2013.

די פּני פֿון דער חב״ד־באַוועגונג וועט אין גיכן דאַרפֿן באַטראַכטן אַ זעלטענעם איבערגאַנג צו אַ נײַער פֿירערשאַפֿט.

זינט דער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, איז נפֿטר געוואָרן אין יאָר 1994 בײַם עלטער פֿון 92 יאָר, האָט די באַוועגונג קיין מאָל נישט באַשטימט קיין פֿאַרטרעטער.

במשך פֿון דער צײַט האָט אַ גרופּע עלטערע רבנים, אַליין אויסגעקליבן דורך שניאורסאָן, אָנגעפֿירט מיט דער באַוועגונג פֿון איר הויפּטקוואַרטיר אין קראַון־הײַטס, ברוקלין. די פֿירער האָבן געהאַט אויפֿזיכט איבער די שלוחים, וועלכע מע האָט צעשיקט אין טויזנטער שטעט איבער דער וועלט, און האָבן אויך באַזאָרגט די וואַקסנדיקע צאָל חסידים מיט כּלערליי באַדינונגען.

איצט, אַז עס עלטערט זיך די חב״ד־פֿירערשאַפֿט, שטעלט זיך די פֿראַגע, צי די באַוועגונג, וואָס איז שוין הונדערטער יאָרן אַלט, קאָן אויסקלײַבן נײַע פֿירער אָן דעם אויפֿזיכט פֿונעם רבין. די אומזיכערקייט וועגן דעם ענין קומט פֿאָר, בעת די אָרגאַניזאַיע ראַנגלט זיך מיט אינעווייניקע קאָנפֿליקטן, אין שײַכות מיט די „משיחיסטן‟ און דעם וואַקסנדיקן כּוח פֿון די רעגיאָנאַלע חב״ד־פֿירער.

בעת ער האָט געלעבט, האָט שניאורסאָן באַשטימט צוויי הויפּט־אַדמיניסטראַטאָרן — הרבֿ יהודה קרינסקי און אַבֿרהם שם־טובֿ, צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט נאָך זײַן פּטירה. ביידע זענען איצט אַליין שוין אין די 70ער. איין מעגלעכער יורש איז הרבֿ משה קאָטלאַרסקי, אַ געניטער געלטזאַמלער און מעכטיקע פֿיגור אינעם קירובֿ־אָפּטייל פֿון חב״ד. אָבער קאָן קאָטלאַרסקי דערגרייכן די זעלבע השפּעה פֿון קרינסקי אָדער שם־טובֿ, אויב דער רבי האָט נישט געגעבן זײַן הסכּמה?

בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, האָט קאָטלאַרסקי געזאָגט, אַז דער קירובֿ־אָפּטייל פֿון דער אָרגאַניזאַציע וועט מאַכן די באַשלוסן וועגן דער צוקונפֿטדיקער פֿירערשאַפֿט. „איך ווינטש אים נאָך לאַנגע יאָרן,‟ האָט ער געזאָגט וועגן קרינסקי, און צוגעגעבן מיט אַ שמייכל: „נעמענדיק אין באַטראַכט די אינפֿלאַציע, קומט אים, צום ווייניקטסן, נאָך 180 יאָר; און כ׳בין זיכער, אַז דער משיח וועט שוין קומען היפּש פֿאַר דעם.‟

געבוירן און דערצויגן אין קראַון־הײַטס, ברוקלין, שטאַמט קאָטלאַרסקי נישט פֿון קיין גרויסער אָדער אָנגעזעענער ליובאַוויטשער משפּחה, אַזוי ווי שם־טובֿ און קרינסקי. פֿון דעסטוועגן, האָט ער אַ באַזונדערן כּוח. זינט שניאורסאָנס פּטירה, שפּילט די הויפּטקוואַרטיר אין קראַון־הײַטס אַ סך אַ קלענערע ראָלע אין דער טאָג־טעגלעכער טאָג־אָרדענונג פֿון די חב״ד־שלוחים איבער דער וועלט. אין מאַרץ, למשל, האָט דער חב״ד־צווײַג אין רוסלאַנד עפֿטלעך אויסגעדריקט אומצופֿרידנקייט מיט דעם אָנקלאָג מצד דער צענטראַלע פֿון חב״ד, צוריקצובאַקומען דעם רבינס ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין מאָסקווע.

הײַנט וווינען בערך 4,000 שלוחים־משפּחות איבער דער וועלט — מער ווי פֿיר מאָל אַזוי פֿיל ווי מיט צוואַנציק יאָר צוריק.

„די צענטראַלע פֿון חב״ד איז מער נישט אַזוי וויכטיק ווי די שלוחים,‟ האָט דערקלערט סעמיועל הײַלמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר אין קווינס־קאָלעדזש און דער מיט־מחבר פֿון „דער רבי‟, אַ בוך וועגן שניאורסאָן, אַרויסגעלאָזט אין 2010. „קראַון־הײַטס לעבט אויף בלויז איין מאָל אַ יאָר: בעת די יערלעכע פֿאַרזאַמלומגען פֿון די שלוחים.‟

הגם די שלוחים קריגן נישט קיין שׂכירות פֿון דער חב״ד־צענטראַלע, האָט קאָטלאַרסקי שטאַרק געהאָלפֿן די, וועלכע וווינען אין ווײַטע מקומות. ער האָט, למשל, קולטיווירט אַ באַציִונג מיט דזשאָרדזש ראָר — דער אינוועסטירער, וועלכער האָט פֿינאַנצירט די צעשפּרייטונג פֿון חב״ד אויף די קאָלעדש־קאַמפּוסן, דורך אויסטיילן סובסידיעס צו די חב״ד־הײַזער. ראָר האָט אויך באַזאָרגט די אָרטיקע חב״ד־רבנים מיט הכנסה.

קאָטלאַרסקיס פּאָליטישע פֿעיִקייט האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן אין אַן אַרטיקל אויף אַ חב״ד־וועבזײַט, אין 2010, וווּ מע האָט פּובליקירט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אים, ווי ער שיקט אַרויס טשעקן פֿון מנדבֿים, מיט אַ ווערט פֿון 1.25 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו דעקן די הוצאָות פֿון די חתונות און בר־מיצווה־שׂימחות בײַ די קינדער פֿון די שלוחים.

קאָטלאַרסקי מײַדט אויך אויס עפֿנטלעכע קאָנפֿליקטן, ווען ס׳איז נאָר מעגלעך. אין פֿאַרגלײַך מיט שם־טובֿ און קרינסקי, למשל, וועלכע האָבן שטאַרק פֿאַרדאַמט די „משיחיסטן‟, האָט קאָטלאַרסקי ביז איצט נישט אויסגעדריקט זײַן מיינונג.

9„ער וויל קיינעם נישט אָפּפֿרעמדן,‟ האָט באַמערקט אַ לאַנג־יאָריקער חב״ד־אַקטיוויסט. „בײַ אים איז עס אָבער אַן ענין פֿון פּאָליטיק, נישט אידעאָלאָגיע.‟