דרײַפֿוס־בריוו — כּמעט $500,000

Dreyfus Letter Fetches Nearly $500,000

אַלפֿרעד דרײַפֿוס
אַלפֿרעד דרײַפֿוס

פֿון ייִט״אַ

Published May 30, 2013, issue of June 21, 2013.

פּאַריז. — אַ בריוו, אָנגעשריבן מיט דער האַנט פֿון אַלפֿרעד דרײַפֿוס, דער פֿראַנצויזיש־ייִדישער אָפֿיציר, וועלכער איז פֿאַלש פֿאַרמישפּט געוואָרן אין שפּיאָנאָזש אין יאָר 1894, איז ליציטירט געוואָרן פֿאַר כּמעט אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר.

דער בריוו, וואָס דרײַפֿוס האָט אָנגעשריבן אין תּפֿיסה, צו די הויכע באַאַמטע פֿון דער רעגירונג, כּדי ריינצוּוואַשן זײַן נאָמען, איז מיטוואָך פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר 492,000$ אויף אַ ליציטאַציע, אָרגאַניזירט דורכן פּאַריזער צווײַג פֿון „סאָטביס‟. מע האָט זיך געריכט, אַז דער בריוו וועט אַרײַנברענגען נישט מער ווי 190,000$, האָט איבערגעגעבן די פֿראַנצויזישע נײַעס־אַגענטור AFP.

צוליב די פּריוואַטקייט־תּקנות בײַם „סאָטביס‟, האָט די פֿראַנצויזישע מעדיאַ נישט איבערגעגעבן די נעמען פֿונעם פֿאַרקויפֿער אָדער דעם קויפֿער, אָבער לויט די באַריכטן, האָט דער קויפֿער זיך באַטייליקט אין דער ליציטאַציע טעלעפֿאָניש, און דערבײַ געוווּנען איבער די אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע צדדים.

AFP האָט איבערגעגעבן, אַז דרײַפֿוס׳ אייניקל, טשאַרלס דרײַפֿוס, האָט די וואָך פּובליקירט אַ בריוו, ווענדנדיק זיך צום פֿאַרקויפֿער, נישט צו ליציטירן דעם בריוו, נאָר עס גיכער אַרײַנגעבן אין אַ מוזיי.

„אַלפֿרעדס זון, פּיער דרײַפֿוס, האָט מסתּמא געגעבן דעם בריוו דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון פֿראַנקרײַך אין מײַ 1940, כּדי עס צו באַוואָרענען פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע,‟ האָט „סאָטביס‟ דערקלערט. אין 1951 האָט מען דעם בריוו אומגעקערט דער משפּחה דרײַפֿוס, און אין 1996 האָט עס אָפּגעקויפֿט דער איצטיקער פֿאַרקויפֿער, האָט AFP צוגעגעבן.

אַלפֿרעד דרײַפֿוס, אַ קאַפּיטאַן אין דער פֿראַנצויזישער אַרמיי, איז ריינגעוואַשן געוואָרן אין 1906, נאָך אַ לאַנגן פּראָצעס, וואָס האָט אַנטפּלעקט אַ בפֿירושן אַנטיסעמיטישן אונטערטאָן. די היסטאָריקער באַצייכענען דעם פֿאַלשן מישפּט ווי דער הויפּט־מאָטיוו בײַם שאַפֿן דעם מאָדערנעם ציוניזם, און זאָגן, אַז עס האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה אויף טעאָדאָר הערצל, דער עסטרײַכישער זשורנאַליסט, וועלכער האָט געדעקט דעם פּראָצעס און שפּעטער געגרינדעט דעם „אַלוועלטלעכן ציוניסטישן קאָנגרעס‟.

דער דרײַפֿוס־ענין איז שטאַרק פֿאַרדאַמט געוואָרן, ווי אַ בולטער בראָך פֿון דער יוסטיץ־סיסטעם, וואָס איז באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט דורכן בריוו „זש׳אַקוס‟, פּובליקירט פֿונעם שרײַבער עמיל זאָלאַ אין 1898 אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג „ל׳אָראָר‟.