פֿרומע פֿרויען ווערן גײַסטיקע פֿירער

Orthodox Women Ordained as Spiritual Leaders

די דרײַ גראַדואַנטקעס פֿון „ישיבֿת־מהרת”, מיט רבה שׂרה הורוויץ (רעכטס), בעת דער גראַדויִרונג
Anne Cohen
די דרײַ גראַדואַנטקעס פֿון „ישיבֿת־מהרת”, מיט רבה שׂרה הורוויץ (רעכטס), בעת דער גראַדויִרונג

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 17, 2013, issue of July 05, 2013.

דעם זונטיק איז פֿאָרגעקומען די ערשטע גראַדויִרונג־צערעמאָניע פֿון „ישיבֿת מהרת”. די פֿיר־יאָריקע פּראָגראַם טרענירט אָרטאָדאָקסישע פֿרויען צו ווערן עקספּערטן פֿון הלכה, גמרא, תּנ״ך, השקפֿה, ווי אויך געראָטענע עצה־געבער און גײַסטיקע רעדנער.

די גראַדואַנטקעס וועלן איצט האָבן די מעגלעכקייט דורכצופֿירן ס׳רובֿ פֿון דער אַרבעט, וואָס אַ רבֿ טוט, אָבער זייער טיטל וועט נישט זײַן „רבֿ”, נאָר “מהרת” — די ראָשי־תּיבֿות פֿון „מנהיגה הלכתית רוחנית תּורנית” (אַ ייִדישע פֿירערין פֿון הלכה, גײַסטיקע ענינים און תּורה).

די גראַדויִרונג־צערעמאָניע און דער קבלת־פּנים נאָך דעם, האָבן צוגעצויגן כּמעט 500 מענטשן — אַ ריזיקע צאָל, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז דער קלאַס איז באַשטאַנען פֿון בלויז דרײַ פֿרויען. „בײַ ס׳רובֿ גראַדויִרונג־צערעמאָניעס, זענען די מענטשן אין עולם, בדרך־כּלל, די קרובֿים און פֿרײַנד פֿון די גראַדואַנטן,” האָט דערקלערט פֿרידע בירנבוים, אַ לאַנג־יאָריקע אַקטיוויסטקע אין דער אָרטאָדאָקסישער פֿעמיניסטישער באַוועגונג. „דאָ איז אָבער געווען קלאָר, אַז ס׳רובֿ פֿון די מענטשן זענען נישט פּערזענלעך פֿאַרבונדן מיט די גראַדואַנטן, נאָר זענען געקומען זיך משׂמח צו זײַן, לכּבֿוד דעם היסטאָרישן מאָמענט.”

רות באַלינסקי פֿרידמאַן לערנט אַ קלאַס וועגן דער פֿראַגע, „ווי אַזוי דאַרפֿן גרויסע תּלמידי־חכמים זיך באַציִען צו זייערע פֿרויען?” בעת אַ טאָג פֿון לערנען אין „ישיבֿת מהרת” מיט עטלעכע חדשים צוריק
Yeshivat Maharat
רות באַלינסקי פֿרידמאַן לערנט אַ קלאַס וועגן דער פֿראַגע, „ווי אַזוי דאַרפֿן גרויסע תּלמידי־חכמים זיך באַציִען צו זייערע פֿרויען?” בעת אַ טאָג פֿון לערנען אין „ישיבֿת מהרת” מיט עטלעכע חדשים צוריק

בירנבוים, וואָס איר מאַן איז יעקבֿ בירנבוים, דער אַמעריקאַנער גרינדער פֿונעם קאַמף אַרויסצוברענגען די ייִדן פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאָרבאַנד, און איר שווער — דער באַקאַנטער ייִדיש־לינגוויסט, שלמה בירנבוים, האָט דערקלערט, אַז די אונטערנעמונג האָט געהאַט דאָס געפֿיל פֿון אַ ווידערטרעף, ווײַל זי האָט דאָרט געזען אַ סך פֿון אירע אַמאָליקע קאָלעגעס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער פֿעמיניסטישער באַוועגונג. „לעבן מיר איז געזעסן יהודית האַופּטמאַן, און פֿאַר מיר — סאַלי פּריזאַנד!” האָט זי באַמערקט. ד״ר האַופּטמאַן איז געווען די ערשטע פֿרוי צו קריגן אַ דאָקטאָראַט אין תּלמוד, און סעלי פּריזאַנד איז געווען די ערשטע פֿרוי צו ווערן אַ ראַבינערין.

די דירעקטאָרין פֿון „ישיבֿת־מהרת”, רבה שׂרה הורוויץ (די איינציקע פֿרוי, וואָס ווערט באַצייכנט מיטן טיטל „רבה”) זאָגט, אַז זי איז אַליין געווען דערשטוינט פֿונעם ריזיקן עולם, און האָט צוגעגעבן, אַז אַחוץ די 500 געסט, האָבן 700 אַנדערע מענטשן גלײַכצײַטיק געקוקט אויף דער גראַדויִרונג דורך דער אינטערנעץ.

„כ׳בין איבערגליקלעך צו זען, אַז דאָס איז טאַקע דער אָנהייב פֿון אַ באַוועגונג,” האָט הורוויץ באַמערקט. מיט פֿינף יאָר צוריק איז הורוויץ געוואָרן די ערשטע פֿרוי צו קריגן „אָרדינאַציע” (סמיכה), און דעמאָלט האָט איר רבֿ, אַבֿי ווײַס, איר טאַקע געגעבן דעם טיטל „רבה” — אַ שריט, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט, אַז ער האָט שפּעטער צוגעזאָגט דעם אַמעריקאַנער ראַבינער־ראַט („אַר־סי־איי”), אַז ער וועט באַצייכענען די צוקונפֿטדיקע גײַסטיקע פֿירערינס מיטן טיטל „מהרת”.

„איצט פֿיל איך זיך מער נישט אַליין, ווײַל דרײַ אַנדערע פֿרויען וועלן אויך פֿונקציאָנירן ווי פֿול־צײַטיקע גײַסטיקע פֿירער,” האָט זי געזאָגט.

הגם עס זענען געקומען געציילטע געסט פֿון די קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם־באַוועגונגען, איז אַ גרויסע מאַיאָריטעט טאַקע געווען אָרטאָדאָקסישע ייִדן, האָט באַמערקט מרים שעכטער, אַן עצה־געבערין אינעם רבנים־סעמינאַר „חובֿבֿי־תּורה”. שעכטער — אַ גרינדערין פֿון „מנין שחר”, אַ חודשלעכער אָרטאָדאָקסישער מנין אין ריווערדייל, נ״י, וואָס דערלויבט פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע, על־פּי־דין, בײַם אָנפֿירן דאַווענען — האָט, ווי אַ סך געסט, נישט געהאַט קיין פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיט די גראַדואַנטקעס. „כ׳בין געקומען, ווײַל דאָס איז אַ זאַך, וואָס מיר מוזן שטיצן,” האָט זי דערקלערט.

„די שטימונג איז געווען פֿול מיט פֿרייד, באַגײַסטערונג און מיטגעפֿיל, וואָס אונדזער חלום איז מקוים געוואָרן,” האָט בירנבוים געזאָגט.

נישט אַלע אָרטאָדאָקסישע פֿירער האָבן זיך געפֿרייט מיט דעם געשעעניש, פֿאַרשטייט זיך. דער „אַר־סי־איי” האָט אַרויסגעלאָזט אַ דערקלערונג אויף זײַן וועבזײַט, זאָגנדיק: „דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט מוטיקט אַ ריי פּראָפֿעסיאָנעלע געלגענהייטן פֿאַר געלערנטע פֿרויען, כּל־זמן זיי שטימען מיט די הלכישע און טראַדיציאָנעלע סטאַנדאַרטן… מיר קענען אָבער נישט אָננעמען דאָס באַשטימען פֿרויען ווי גײַסטיקע פֿירער פֿון דער קהילה, אָדער מיטגלידער פֿונעם אָרטאָדאָקסישן ראַבינאַט. די ׳אַר־סי־איי׳ האַלט, אַז די [גראַדויִרונג] איז עובֿר אויף אונדזער טראַדיציע, און מיר באַדויערן וואָס די שול האָט פֿאַר זיך אויסגעקליבן אַ דרך, וואָס איז קעגן די סטאַנדאַרטן פֿון אונדזער קהילה.”

שעכטער האַלט אָבער, אַז די „אַר־סי־איי” דריקט נישט אויס די מיינונג פֿון אַ סך אָרטאָדאָקסישע ייִדן אָדער אַפֿילו רבנים אין אַמעריקע און קאַנאַדע. „ס׳איז דאָ אַ גאַנצע וועלט מחוץ דער ׳אַר־סי־איי׳,” האָט זי באַמערקט. אַ באַווײַז דערפֿון — צוויי פֿון די דרײַ פֿרויען האָבן שוין געפֿונען אַ פּאָזיציע ווי אַ ׳מהרת׳: רות באַלינסקי פֿרידמאַן וועט אַרבעטן אין דער „נאַציאָנאַלער סינאַגאָגע” אין וואַשינגטאָן, און רחל קאָל פֿײַנגאָלד האָט באַקומען אַ שטעלע אין „קהילת שער השמים” אין מאָנטרעאָל.

די דריטע גראַדואַנטקע, אַבי בראַון־שײַער, וועט דערווײַל בלײַבן בײַ איר ביז־איצטיקער שטעלע ווי אַ פּעדאַגאָגין, אַנשטאָט ווי אַ גײַסטיקע פֿירערין — צום טייל, ווײַל איר מאַן, הרבֿ אדם שײַער, פֿירט שוין אָן מיט אַ שיל (די מאָנטעראָלער שיל, וואָס האָט אָנגענומען קאָל־פֿײַנגאָלד.)

בײַ שעכטער און בירנבוים, ווי אויך בײַ די אַנדערע פֿרויען, וועלכע באַמיִען זיך שוין יאָרן לאַנג צו שאַפֿן נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר פֿרויען ווי גײַסטיקע אָרטאָדאָקסישע פֿירער, האָט די גראַדויִרונג געהאַט אַ ספּעציעלן באַטײַט. בעת דער סאַמע ערשטער ייִדישער פֿעמיניסטישער קאָנפֿערענץ אין 1973, איז דער ציל געווען צו געבן פֿרויען די מעגלעכקייט צו לערנען גמרא. (לויט דער טראַדיציע, האָבן פֿרויען געמעגט לערנען תּנ״ך, אָבער גמרא האָט מען געהאַלטן איז בלויז פֿאַר די מענער.)

„מיט דער צײַט האָבן מיר אויך אָנגעהויבן טראַכטן ווי אַזוי מע קען געבן פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע בשעתן דאַווענען אין דער סינאַגאָגע,” האָט שעכטער דערקלערט. „אַ טייל פֿון אונדז האָבן געזוכט מער מעגלעכקייטן פֿאַר פֿרויען בײַם לערנען, און אַנדערע — ווי איך — האָבן געקעמפֿט צו שאַפֿן אַ גרעסערע ראָלע פֿאַר פֿרויען אין שיל. די מהרת־גראַדויִרונג איז אַ באַווײַז, אַז נאָך פֿערציק יאָר, האָבן מיר, סוף־כּל־סוף, דערגרייכט ביידע צילן.”