געוועזענער ייִדישער מיניסטער פֿאַרדעכטיקט

Jewish Ex-Minister Faces Probe

קאַרלאָס וולאַדימיר קאָראַטש, 1998
Getty Images
קאַרלאָס וולאַדימיר קאָראַטש, 1998

פֿון ייִט״אַ

Published July 02, 2013, issue of July 19, 2013.

בוענאָס-אײַרעס. — די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער בוענאָס-אײַרעסער פֿעדעראַלער אַפּעלאַציע-געריכט באַפֿוילן אָנצוהייבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון פֿאַרבינדונגען, וואָס דער ייִדישער געוועזענער אַרגענטינער אויסערן-מיניסטער, קאַרלאָס וולאַדימיר קאָראַטש, האָט געהאַט מיטן טעראָר-אויפֿרײַס פֿונעם ייִדישן צענטער „AMIA‟ אינעם יאָר 1994.

קאָראַטש האָט אומגעזעצלעך באַצאָלט 400,000 דאָלאַר דעם אויטאָ-מעכאַניקער קאַרלאָס טעלעלדין, וועלכער איז געווען צווישן די באַשולדיקטע אין שײַכות מיטן באָמבע-אַטאַק, בעת וועלכן 85 מענטשן זענען אומגעקומען און הונדערטער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. הגם מע איז חושד, אַז טעלעלדין האָט פֿאַרשאַפֿן די אויטאָ-באָמבע, איז ער פֿאָרמעל נישט באַשולדיקט געוואָרן.

די דרײַ פּראָקוראָרן פֿונעם אַפּעלאַציע-געריכט האָבן גערופֿן דעם פֿעדעראַלן ריכטער אַריעל ליכאָ „אויסצופֿאָרשן די קאָנקרעטע ראיות‟ קעגן קאַרלאָס וולאַדימיר קאָראַטשס אומלעגאַלן געלט-עסק מיטן אויטאָ-מעכאַניקער; ביז הײַנט האָט די אַרגענטינער פּאָליציי דאָס נישט געטאָן.

אין די 1990ער יאָרן, האָט קאָראַטש געדינט ווי דער אינערן-מיניסטער, אונטער דער רעגירונג פֿונעם פּרעזידענט קאַרלאָס מענעם. בעת זײַן מיניסטער-טערמין, האָט דער ייִדישער פּאָליטיקער באַקומען דעם בנין פֿאַר בוענאָס-אײַרעסער חורבן-מוזיי און איז אויפֿגעטראָטן ווי דער הויפּט-רעדנער, ווען דער מוזיי האָט זיך געעפֿנט.