דער צוריקקער פֿון די פּאָרטוגעזער ייִדן

Portugal Passes Jewish Law of Return

כאָזע ריבייראָ ע קאַסטראָ רעדט פֿאַרן פּאָרטוגעזישן פּאַרלאַמענט, 2012
Portugal‘s National Assembly
כאָזע ריבייראָ ע קאַסטראָ רעדט פֿאַרן פּאָרטוגעזישן פּאַרלאַמענט, 2012

פֿון ייִט״אַ

Published July 14, 2013, issue of August 02, 2013.

ביז 2009 האָט דער רעכט־געשטימטער פּאָרטוגעזער פּאָליטיקער כאָזע ריבייראָ ע קאַסטראָ, נישט געהאַט קיין אינטערעס צו די ייִדן, וואָס זענען אַרויסגעטריבן פֿון זײַן לאַנד אינעם 16טן יאָרהונדערט. זײַן צוגאַנג האָט זיך געביטן, ווען ער האָט זיך אָנגעהויבן באַטייליקן אין „פֿייסבוק‟ אויף דער אינטערנעץ. דורך דער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם האָט דער 60־יאָריקער פּאָליטיקער און זשורנאַליסט זיך פֿאַרבונדן מיט ספֿרדישע ייִדן, אָפּשטאַמלער פֿון דער אַמאָליקער רײַכער ספֿרדישער קהילה, וואָס האָט אַמאָל געציילט דאָ אין די הונדערטער טויזנטער. אַ סך פֿון זיי האָט מען אַרויסגעטריבן אין 1536, בעת דער פּאָרטוגעזישער אינקוויזיציע. די דאָזיקע אינטערנעץ־ פֿאַרבינדונגען האָבן אים מאָטיווירט, מע זאָל מתקן זײַן דעם היסטאָרישן אומיושר פֿון הונדערטער יאָרן פֿריִער.

פֿאַר ריבייראָ ע קאַסטראָ, האָט עס געמיינט אַרײַנצוגעבן אַ געזעץ־פּראָיעקט צו „נאַטוראַלזירן‟ די קינדס־קינדער פֿון די פֿאַרטריבענע ייִדן; אַ געדאַנק, וואָס מע האָט איינשטימיק אָנגענומען אינעם פּאָרטוגעזישן פּאַרלאַמענט אין אַפּריל, און וואָס איז די וואָך געוואָרן אַ געזעץ.

„איך האַלט פֿון דעם געזעץ‟, האָט געזאָגט נונאָ וואַהנאָן מאַרטינס, דער ליסאַבאָן־געבוירענער „דירעקטער פֿון אייראָפּעיִשע ענינים‟ פֿאַר „בני-ברית‟. „עס זענען פֿאַראַן עקאָנאָמישע אַספּעקטן אויך, אָבער דאָס פֿאַרמינערט נישט דעם פּאַרלאַמענט־באַשלוס‟, האָט ער באַטאָנט.

די פּאָרטוגעזישע איניציאַטיוו קומט אין דער זעלבער צײַט, ווען אַנדערע לענדער אין אייראָפּע אינוועסטירן מיליאָנען דאָלאַר צו אַנטוויקלען די ייִדישע טוריסטיק. מע טוט דאָס, זאָגט מען אָפֿיציעל, ווײַל מען איז ערשט איצט באַקאַנט געוואָרן מיט דער רײַכער ייִדישער געשיכטע פֿונעם לאַנד, אָבער אומאָפֿיציעל, פֿאַרשטייט מען, אַז די איניציאַטיוון זענען אויך אַ מיטל צוציִען די דאָלאַרן פֿון טוריזם בײַ דער הײַנטיקער שלעכטער עקאָנאָמיע.

פֿאַר אַ יאָרן האָט שפּאַניע מודיע געווען, אַז מע וויל אײַנפֿירן אַן ענלעכן פּלאַן ווי בײַ פּאָרטוגאַל, צו „נאַטוראַליזירן‟ די אָפּשטאַמלער פֿון די אַמאָליקע ייִדן, אָבער דערווײַל איז מען נישט פֿאָרויסגעגאַנגען מיטן פּלאַן. שפּאַניע האָט אַנטוויקלט אַ נעץ פֿון צוויי טוץ שטעט און שטעטלעך, באַקאַנט ווי „רעד דע כודעריאָס‟, מיטן ציל צו פֿאַרהיטן די שפּאַנישע ייִדישע קולטור־געשיכטע, און צוציִען טוריסטן.

סוף יולי, וועט פּאָרטוגאַל עפֿענען אַ דערציִונג־צענטער אין טראַנסקאָ, אַ שטעטל, וווּ די ייִדן האָבן אַ מאָל געלעבט. דער פּאָרטוגעזישער פּרעמיער וועט קומען צו דער עפֿענונג, און מע האָפֿט, אַז די קינדס־קינדער פֿון די „אָנוסים‟, ייִדן וואָס זענען געצוווּנגען געוואָרן זיך צו שמדן, וועלן אויך קומען.