ייִדישער כמעלניק

Resurrection of Chmielnik

די אַלטע שיל אין כמעלניק
Ruth Ellen Gruber
די אַלטע שיל אין כמעלניק

פֿון רות עלען גרובער (Forward)

Published August 21, 2013, issue of September 13, 2013.

בערך מיט 15 יאָר צוריק, ווען פּיאָטר קראַווטשיק איז געווען אַ יונגערמאַן אין זײַנע צוואָנציקער, האָט ער פּלוצעם געפֿונען אַ זאַך, וואָס האָט געביטן זײַן לעבן און געהאָלפֿן, אין אַ סך אַספּעקטן, צו בײַטן דאָס פּנים פֿון כמעלניק — דאָס קליינע רויִקע שטעטל אינעם דרום-צענטראַלן טייל פֿון פּוילן.

ווען איך האָב באַזוכט כמעלניק, האָט קראַווטשיק, אַן ענטוזיאַסטישער מאַן מיט אַ ברייט פּנים, מיר דערציילט, אַז מיט יאָרן צוריק האָט ער געפֿונען אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון זײַן שטעטל, וואָס געפֿינט זיך אַרום 100 מײַל אויף דרום-מיזרח פֿון וואַרשע. ווען ער האָט איבערגעלייענט דאָס בוך, האָט ער באַמערקט, אַז דאָרטן ווערט כּמעט גאָרנישט דערמאָנט וועגן די ייִדן, הגם זײַנע זיידע-באָבע האָבן אים דערציילט, אַז פֿאַר דער מלחמה איז אין כמעלניק געווען אַ גרויסע ייִדישע קהילה.

קראַווטשיק האָט אָנגעהויבן זיך גריבלען אין די אַרכיוון, און געפֿונען אַ סך דאָקומענטן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין זײַן שטעטל. הײַנט זענען דאָרטן נישט געבליבן קיין ייִדן; פֿאַרן חורבן, אָבער, האָבן זיי באַטראָפֿן בערך 80 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. די געשיכטע פֿון כמעלניק איז פֿאַקטיש די געשיכטע פֿון די אָרטיקע ייִדן.

מיט דער הילף פֿונעם מייאָר יאַראָסלאַוו זאַטאָרסקי און אַנדערע שטאָטישע אָפֿיציעלע באַאַמטע, האָט קראַווטשיק דורכגעפֿירט אַ ריי פּראָיעקטן, כּדי צו באַקענען די אָרטיקע תּושבֿים און די וועלט מיט דער ייִדישער געשיכטע פֿון זײַן שטעטל. ער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם גרינדן דעם פֿעסטיוואַל „באַגעגענישן מיט דער ייִדישער קולטור‟, וועלכער ווערט דורכגעפֿירט אין כמעלניק זינט 2003. אינעם יאָר 2006, האָט ער אָנגעשריבן דאָס ערשטע בוך וועגן דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע. אַחוץ דעם, אָרגאַניזירט ער בילדונג-פּראָגראַמען פֿאַר שיל-קינדער און טרעפֿט זיך כּסדר מיט די אָרטיקע ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה און זייערע אייניקלעך. קראַווטשיק האָט אויך געהאָלפֿן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון די אָרטיקע ייִדישע בית-עולמס און אויפֿצושטעלן אַ חורבן-מאָנומענט אין דער שטאָט.

די דאָזיקע טעטיקייט האָט געביטן דאָס גאַנצע פּנים פֿון כמעלניק. קראַווטשיק האָט געזאָגט, אַז מיט 10 יאָר צוריק האָבן אַ סך תּושבֿים געגלייבט, אַז ס׳איז בעסער צו פֿאַרגעסן וועגן די ייִדישע שרשים פֿון זייער שטעטל. ווען מע האָט צום ערשטן מאָל דורכגעפֿירט דעם ייִדישן פֿעסטיוואַל, האָבן עטלעכע מענטשן געטעהנט: „וואָס וועט זײַן, אויב די ייִדן וועלן זיך אומקערן און אָפּנעמען צוריק זייערע הײַזער?‟. הײַנט, האָט ער דערציילט, וואַרט די גאַנצע שטאָט אויף דעם יערלעכן פֿעסטיוואַל.

דעם זומער, האָט מען אָנגעהויבן דעם סאַמע אַמביציעזן פּראָיעקט אין כמעלניק: צו רעסטאַוורירן די אַלטע היסטאָרישע שיל און צו בויען אַ גרויסן ייִדישן בילדונג-צענטער מיט אַ מוזיי. אינעם קאָמפּלעקס וועט זיך געפֿינען אַ טעאַטער, אַ פֿאָרש-צענטער און אַ נײַער חורבן-מעמאָריאַל. דאָס געלט פֿאַרן פּראָיעקט, בערך 3 מיליאָן דאָלאַר, איז געקומען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און פֿון די פּוילישע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן. קראַווטשיק האָט דערקלערט, אַז דער מוזיי וועט האָבן אַ מאָדערנעם, אינטעראַקטיוון טעם.