50 יאָר פֿון ציווילער רעכט־באַוועגונג

50th Anniversary of the March on Washington

רעווערענד מאַרטין לוטער קינג, בעת דעם „פֿרײַהייט־מאַרש‟ אין וואַשינגטאָן, דעם 28סטן אויגוסט 1963
Getty Images
רעווערענד מאַרטין לוטער קינג, בעת דעם „פֿרײַהייט־מאַרש‟ אין וואַשינגטאָן, דעם 28סטן אויגוסט 1963

פֿון ייִט״אַ

Published August 29, 2013, issue of September 13, 2013.

די וואָך האָט מען אָפּגעמערקט דאָס 50סטע יאָר פֿונעם מאַרש אין וואַשינגטאָן, די היסטאָרישע מאַניפֿעסטאַציע לטובֿת ציווילע רעכט, ווען דער רעווערענד מאַרטין לוטער קינג האָט אָפּגעהאַלטן זײַן באַוווּסטע רעדע, „איך האָב אַ טרוים‟.

די ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער באַוועגונג פֿאַר גלײַכע רעכט לטובֿת די שוואַרצע, נאָך יאָרן פֿאַר 1963. אין 1930 האָט ראַבײַ אַבֿרהם גודמאַן עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט די אײַנוווינער פֿון ווײַט פּליינס, ניו־יאָרק, פֿאַר זיך אַנטקעגנשטעלן, ווען צוויי שוואַצע דאָקטוירים האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין זייער געגנט. אין 1956, בעת דעם מאַסן־אַרעסט פֿון שוואַרצע דעמאָנסטראַנטן קעגן די סעגרעגירטע אויטאָבוסן אין מאָנטגאָמערי, אַלאַבאַמע, איז דער ראַבינער־סעמינאַר „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟ אַרויס אויף אַ צאָל דעמאָנסטראַציעס לטובֿת די אַרעסטאַנטן.

די באַציִונג איז אָבער נישט תּמיד געווען קעגנזײַטיק. לויט געוויסע שטודיעס אין די 1960ער יאָרן, האָבן אַ צאָל שוואַרצע אַמעריקאַנער אויסגעדריקט אַנטיסעמיטישע געפֿילן. אַ טייל פֿון די שוואַרצע פֿירער, אַרײַנגערעכנט ד״ר קינג, האָבן דערפֿאַר עפֿנטלעך געלויבט די ייִדן פֿאַר זייער ראָלע אין דער באַוועגונג.

הײַנט ווערט דער קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם און דער שטיצע פֿון ציווילע רעכט ענג פֿאַרבונדן, אָבער ס׳איז נישט תּמיד געווען אַזוי. אין די 1940ער יאָרן, איז געווען אַ חילוקי־דעות, צי דער קאַמף פֿאַר ציווילע רעכט איז בכלל אַ ייִדישע פֿראַגע, צי נישט. מיט דער צײַט, האָבן אַלץ מער ייִדן אָנגעהויבן שטיצן די באַוועגונג, נישט דווקא צוליב מאָראַלישע סיבות, נאָר ווײַל זיי האָבן דערפֿילט, אַז דאָס קאָן אויך העלפֿן די ייִדן. ראַבינער סטיווען ווײַז האָט אָפֿט דערקלערט, אַז דאָס לייזן די דיסקרימינאַציע־פּראָבלעם פֿון די שוואַרצע וועט, אין לעצטן סך־הכּל, אויך העלפֿן צו לייזן די פּראָבלעם בײַ ייִדן.

דער מאַרש אין 1963 איז טאַקע געשטיצט געוואָרן פֿון אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟, „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, די „ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟ און אַ דעלעגאַציע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע האָבן געטראָגן טראַנספּאַראַנטן אויף ענגליש און אויף ייִדיש.