די „פּראָגער וועסנע‟

'Prague Spring'

רעכטס: הײַנטיקע טשעכן קוקן אַ היסטאָרישן דאָקומענטאַר־פֿילם, אַ טייל פֿון אַן אויסשטעלונג אין אָנדענק פֿון 45 יאָר זינט דער סאָוועטישער אינוואַזיע פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ. לינקס: סאָוועטישע טאַנקען אונטערדריקן די “פּראָגער וועסנע” אין 1968.
Getty Images
רעכטס: הײַנטיקע טשעכן קוקן אַ היסטאָרישן דאָקומענטאַר־פֿילם, אַ טייל פֿון אַן אויסשטעלונג אין אָנדענק פֿון 45 יאָר זינט דער סאָוועטישער אינוואַזיע פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ. לינקס: סאָוועטישע טאַנקען אונטערדריקן די “פּראָגער וועסנע” אין 1968.

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 01, 2013, issue of September 13, 2013.

די „אַראַבישע וועסנע‟ איז געווען ניט דער איינציקער פֿרילינג אין דער מאָדערנער געשיכטע. די טעג איז געוואָרן 45 יאָר זינט מע האָט דערקוועטשט די „פּראָגער וועסנע‟. דעם 21סטן אויגוסט זײַנען אין לאַנד אַרײַן צענדליקער טויזנטער מיליטערלײַט פֿון דעם סאָציאַליסטישן בלאָק. בראָש איז, פֿאַרשטייט זיך, געשטאַנען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די דאָזיקע אינוואַזיע האָט געביטן דעם געשיכטע־גאַנג ניט נאָר אין טשעכאָסלאָוואַקײַ, נאָר אויך אין אַנדערע לענדער פֿונעם סאָוועטישן בלאָק, אַרײַנגערעכנט דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גופֿא. און דער פּאָליטישער קלימאַט פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟ איז געוואָרן נאָך קילער.

דער אָנהייב פֿאַר די פּראָצעסן, וועלכע האָבן געבראַכט צו דער „פּראָגער וועסנע‟, איז דירעקט פֿאַרבונדן מיט די געשעענישן אין מאָסקווע אין דער תּקופֿה נאָך סטאַלינס טויט. די יאָרן פֿון אַ געוויסער ליבעראַליזאַציע, אָדער „אָדליהע‟, פֿון ניקיטאַ כרושטשאָווס צײַטן האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אויך אין די אייראָפּעיִשע לענדער-סאַטעליטן. דאָס האָט געהאַט אַ שײַכות ניט נאָר צו אידעאָלאָגיע, נאָר אויך צו עקאָנאָמיע. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מיט רעפֿאָרמירן די עקאָנאָמיע זיך באַשעפֿטיקט אַלעקסיי קאָסיגין, דער סאָוועטישער פּרעמיער-מיניסטער אין די יאָרן 1964–1980.

אין די פֿריִערדיקע יאָרן איז קאָסיגין אויך געווען איינער פֿון די העכסטע פֿירער פֿון דער סאָוועטישער עקאָנאָמיע און געפּרוּווט אײַנפֿירן נײַע, מער עפֿעקטיווע פֿאָרמען פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, געבן מער פֿרײַהייט די דירעקטאָרן פֿון מלוכישע אונטערנעמונגען. צווישן די פֿירנדיקע סאָוועטישע טעאָרעטיקער-עקאָנאָמיסטן האָבן זיך אין יענע יאָרן אויסגעטיילט יעווסעי ליבערמאַן און לעאָניד קאַנטאָראָוויטש. דער לעצטער האָט אין 1975 באַקומען אַ נאָבעל-פּרעמיע.

טאָמער עמעצער אינטערעסירט זיך מיט אָט די טעאָרעטישע און פּראַקטישע באַמיִונגען, און מיט יענער צײַט בכלל, עצה איך זייער איבערצולייענען דאָס בוך Red Plenty: Inside the Fifties’ Soviet Dream, וואָס עס האָט אָנגעשריבן דער בריטישער מחבר פֿראַנציס ספּאַפֿאָרד. עס האָט צוויי מעלות: עס מאַכט קליגער און ס’איז גוט אָנגעשריבן. לעאָניד קאַנטאָראָוויטש איז איינער פֿון די הענלדן פֿונעם דאָזיקן בוך.

קוקנדיק אויפֿן מוסטער פֿון סאָוועטישע רעפֿאָרמעס, איז מען אין די לענדער-סאַטעליטן אַוועק נאָך ווײַטער, בפֿרט אין די פֿראַגן פֿון געבן מער פֿרײַהייט די מלוכישע אונטערנעמונגען. באַזונדערס אַקטיוו איז דער פּראָצעס אַוועק אין טשעכאָסלאָוואַקײַ, וואָס האָט געהאַט אַ גוט אַנטוויקלטע אינדוסטריע. אַנטאָנין נאָוואָטני, דער פּאַרטיייִשער פֿירער פֿון דעם לאַנד, איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון כרושטשאָוון.

ווען לעאָניד ברעזשנעוו און זײַן קליקע האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן כרושטשאָוון אין יאָר 1964, האָט נאָוואָטני אָנגעשריבן ברעזשנעוון אַ בריוו, אין וועלכן ער האָט אַרויסגעזאָגט זײַן ניט-צופֿרידנקייט מיט דעם, ווי אַזוי די גאַנצע איבערקערעניש איז געווען דורכגעפֿירט. בײַ ברעזשנעוון האָט דאָס בריוו איבערגעלאָזט אַ ביטערן נאָך-טעם. דער סוף איז געווען, אַז ווען צווישן די טשעכאָסלאָוואַקישע פּני האָט זיך געשאַפֿן אַ שטאַרקע גרופּע, וואָס איז געווען קעגן נאָוואָטני, איז ברעזשנעוו געווען צופֿרידן פּטור צו ווערן פֿון כרושטשאָווס חבֿר. אַזוי איז אין פֿרילינג 1968 אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך אַלעקסאַנדער דובטשעק, וועגן וועלכן מע האָט ביז יענער צײַט ווייניק געהערט. אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דובטשעקס גרופּע האָט זיך אָנגעהויבן די „פּראָגער וועסנע‟ — אַ פּרוּוו צו שאַפֿן אַ סאָציאַליסטישע מלוכה „מיט אַ מענטשלעכן פּנים‟.

אַ חוץ אידעאָלאָגישע אונטערשיידן צווישן מאָסקווע און פּראָג, איז אין אָט דער געשיכטע געווען אַ שטאַרקער עקאָנאָמישער באַשטאַנדטייל. די טשעכאָסלאָוואַקישע אינדוסטריע האָט זיך גענייטיקט אין אַ גרעסערן מאַרק איידער דער מאַרק פֿון דעם סאָוועטישן בלאָק. בינו-לבינו, האָט מען אין מאָסקווע זיך איבערגעשראָקן, אַז עס האַלט בײַם פֿאַרלירן טשעכאָסלאָוואַקײַ, און אפֿשר ניט בלויז טשעכאָסלאָוואַקײַ, נאָר אויך אַנדערע אייראָפּעיִשע סאַטעליטן. צו דערלאָזן אַזאַ מפּלה האָט ברעזשנעוו ניט געקענט, דאָס וואָלט געווען דער סוף פֿאַר זײַן פּאָליטישער קאַריערע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַזאַ אָנווער וואָלט אָפּגעשוואַכט דעם קאָמוניסטישן בלאָק. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען אַרײַנגעפֿירט געוואָרן זעלנער און טאַנקען.

דאָס איז געווען אַן אמתע אינוואַזיע: 170 טויזנט סאָוועטישע מיליטערלײַט, 40 טויזנט פּוילישע, 15 טויזנט מיזרח-דײַטשישע, אַריבער 12 טויזנט אונגאַרישע און אַ פּאָר טויזנט בולגאַרישע. קיין מלחמה האָט זיך פֿון דעם ניט אַנטוויקלט, כאָטש עס זײַנען אומגעקומען 108 טשעכאָסלאָוואַקישע בירגער און אַריבער 500 זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. אויך זײַנען אומגעקומען אַ צאָל מיליטערלײַט, סײַ סאָוועטישע סײַ אַנדערע. די סאָוועטישע באַזעס, מיט אַרום 130 טויזנט זעלנער, זײַנען פֿאַרבליבן אין טשעכאָסלאָוואַקײַ ביזן יאָר 1991.

* * *

אין 1968 האָב איך זיך געלערנט אין דעם לעצטן קלאַס. אונדזער שול האָט אײַנגעלאַדן אַ פּאָר מיליטערישע פּילאָטן פֿונעם פּאָלק, וואָס איז געשטאַנען לעבן דער שטאָט, און וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער טשעכאָסלאָוואַקישער קאַמפּאַניע. אַלע, בפֿרט מיידלעך, האָבן געקוקט אויף זיי ווי העלדן. מיר האָבן געהאַט נאָר איין אינפֿאָרמאַציע־קוואַל — דער סאָוועטישער. אמת, מײַן טאַטע איז געווען זייער סקעפּטיש וועגן דעם גאַנצן ענין. אָבער אַ קלאָר בילד האָבן מיר אָנגעהויבן באַקומען נאָר אין אַ יאָר אַרום, ווען בײַ אונדז האָט זיך באַוויזן אַ ראַדיאָ, וואָס האָט געקענט „כאַפּן‟ אויסלענדישע אוידיציעס.

הקיצור, צו לודוויג פֿויערבאַכס באַקאַנטן אויסדרוק „דער מענטש איז דאָס וואָס ער עסט‟, דאַרף מען צוגעבן, אַז ער איז אויך דאָס וואָס ער הערט און לייענט.