דער סוף פֿון דער „פֿרײַהייט”

End of the Frayhayt

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 25, 2013, issue of October 11, 2013.

מיט 25 יאָר צוריק, אין סעפּטעמבער 1988, בין איך נאָך ניט אין גאַנצן אַרײַן אין די פֿעדערן ווי אַ מיטאַרבעטער פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. הגם איך האָב שוין אָפּגעאַרבעט זעקס חדשים און זיך לחלוטין ניט געפֿילט ווי אַ „גרינער‟, בין איך קיין „אַלט-געזעסענער‟ אויך ניט געווען. פֿאַרנומען בין איך געווען ביז איבערן קאָפּ, ווײַל יוסף שוסטער, דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר, איז אַוועק אויף פּענסיע (ס’איז געווען אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, אַז ער האָט זיך געקליבן פֿאָרן קיין ישׂראל), און מיך האָט מען געשטעלט אויף זײַן אָרט. דערצו איז דער הויפּט־רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס — שוין אַ בן-שיבֿעים — געפֿאַלן און זיך זייער ערנסט צעמזקיט. מע האָט אַפֿילו געמיינט, אַז ער וועט זיך שוין ניט אַרויסדרייען; אָבער ער האָט ניט אויפֿגעהערט צו אַרבעטן, כאָטש אין דער רעדאַקציע האָט ער זיך ניט באַוויזן אַ לענגערע צײַט.

פֿאַר מיר האָט עס געמיינט, אַז איך האָב געמוזט אַ פּאָר מאָל אַ וואָך פֿאָרן צו אים אַהיים, ברענגען אים כּלערליי פּאַפּירלעך און אָפּנעמען בײַ אים גרייטע טעקסטן, סײַ זײַנע אייגענע, סײַ די וואָס ער האָט אויסרעדאַקטירט. איין מאָל האָט ער מיר געגעבן איבערצולייענען אַ מין נעקראָלאָג, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין שײַכות מיטן סוף פֿון דער געשיכטע פֿון דער ניו-יאָרקער צײַטונג „מאָרגן-פֿרײַהייט‟. הײַנט בין איך גוט באַהאַוונט אין דער דאָזיקער געשיכטע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין אַפּריל 1922, ווען ס’איז אַרויס דער ערשטער נומער „פֿרײַהייט‟; „מאָרגן-פֿרײַהייט‟ איז עס געוואָרן זומער 1929, ווען די צײַטונג האָט מען גענומען דרוקן אין דער פֿרי, בעת תּחילת פֿלעגט זי אַרויסגיין נאָכמיטאָג.

אָבער מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק איז מיר די דאָזיקע געשיכטע געווען ווייניק באַקאַנט. דאָך, האָב איך יאָ געוווּסט, אַז ווערגעליס און פּסח נאָוויק, דער רעדאַקטאָר פֿון „מאָרגן-פֿרײַהייט‟, זײַנען אַ מאָל געווען גוטע פֿרײַנד, אָבער שפּעטער זײַנען זיי געוואָרן ביטערע שׂונאים, און צעקריגט האָבן זיי זיך, דער עיקר, צוליב ישׂראל; פּינקטלעכער, צוליב דער באַציִונג צו ישׂראל.

ווערגעליס האָט, פֿאַרשטייט זיך, געפֿירט די האַרטע סאָוועטישע ליניע (גלײַך ווי ער האָט אַ ברירה געהאַט!), און נאָוויק איז געוואָרן אַ קעגנער פֿון סאָוועטישן נוסח פֿון אַנטי-ציוניזם. צוליב דעם האָט מען אים, ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע פֿאַרדינסטן, אַרויסגעטריבן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

הקיצור, האָב איך איבערגעלייענט דעם „נעקראָלאָג‟, געשריבן אין דער כאַראַקטערישער שפּראַך פֿון אַ סאָוועטישן פּראָפּאַגאַנדיסט, אין דעם לשון פֿון „אַרײַנזאָגן‟, און מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך. און דאָס וואָרט „רענעגאַט‟ איז געווען אַ טייל פֿון דעם וואָקאַבולאַר. האָב איך אַ זאָג געטאָן: „איר חזרט איבער דרײַ מאָל, אַז נאָוויק איז אַ רענעגאַט‟. איך האָב געמיינט דערמיט, אַז מע האָט בכלל געקענט זיך באַגיין אָן אַזעלכע ווערטער. אָבער ווערגעליס האָט עס אויסגעטײַטשט אויף זײַן אופֿן: ער האָט אויסגעמעקט „רענעגאַט‟ אין איין פֿראַזע, און דער טעקסט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ מיט דעם זעלבן וואָרט אין צוויי אַנדערע ערטער.

צוריק גערעדט, אַ סך עלטערע ייִדן אין אַמעריקע, בפֿרט פֿון דער סבֿיבֿה פֿון „פֿאָרווערטס‟, וואָלטן געטענהט, אַז דאָס וואָרט „רענעגאַט‟ איז צו ווייך, ווי אַ כאַראַקטעריסטיק פֿון פּסח נאָוויק. צו פֿיל בלאָטע, און ערגער ווי בלאָטע, איז אויסגעגאָסן געוואָרן פֿון ביידע זײַטן אין משך פֿון דער לאַנגער מלחמה, געפֿירט צווישן די צדדים, דעם ייִדישן קאָמוניסטישן און דעם ייִדישן סאָציאַליסטישן. די רייד איז געגאַנגען, לכל-הפּחות בפֿרהסיא, וועגן אידעאָלאָגיע, אָבער פֿײַנט האָבן געהאַט איינער דעם אַנדערן פּערזענלעך, ווי מע האַסט איינער דעם אַנדערן, ווען מע צעקריגט זיך אין דער זעלבער משפּחה.

די „פֿרײַהייט‟ איז דאָך געבוירן געוואָרן ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דעם גט אין דער סבֿיבֿה פֿון „פֿאָרווערטס‟. אין האַרבסט 1921 זײַנען אייניקע זשורנאַליסטן פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַרײַנגערעכנט פּסח נאָוויק, אַוועק אין דער קאָמוניסטישער ריכטונג און לסוף געשאַפֿן די צײַטונג, וועלכע האָט דערלעבט ביזן 11טן סעפּטעמבער.