„גאָדאָ‟ איז שוין דאָ

'Godot' Has Arrived

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „וואַרטן אויף גאָדאָ‟
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „וואַרטן אויף גאָדאָ‟

פֿון לייזער בורקאָ

Published October 02, 2013, issue of October 25, 2013.

איבער צוויי טויזנט יאָר וואַרטן ייִדן אויף משיחן, און כּמעט אַזוי לאַנג וואַרטן מיר צו זען דעם איצטיקן ייִדישן נוסח פֿון „וואַרטן אויף גאָדאָ‟. אָבער ייִדן האָבן געדולד (אפֿשר צו פֿיל) און, סוף־כּל־סוף, האָבן מיר זיך דערוואַרט.

די דאָזיקע אויפֿפֿירונג פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר‟ בשותּפֿות מיטן קאַסטיִיאָ־טעאַטער איז ווי פֿון הימל אַראָפּ אויף דער 42סטער גאַס, באַגלייט מיטן „שאַלן אינעם שופֿר של משיח‟ און פֿון גרויסע אַרטיקלען אין דער „ניו־יאָרק־טײַמס‟ און דעם „ניו־יאָרקער‟. אַזאַ אונטערנעמונג האָט מען שוין אויף דער ייִדישער בינע אין אַמעריקע לאַנגע יאָרן ניט געזען: אַן אַנסאַמבל פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע אַקטיאָרן שטעלן אַ קלאַסישע פּיעסע פֿונעם אייראָפּעיִשן רעפּערטואַר אויף אַ מײַסטערישן אופֿן אין מיטן דעם ניו־יאָרקער טעאַטער־דיסטריקט.

כּדי דער לייענער זאָל ניט מיינען, אַז דער קריטיקער איז אַ געקויפֿטער, וועל איך אָנהייבן די רעצענזיע מיט מײַנע טענות. דער גאַנצער אַנסאַמבל רעדט אַ פּרעכטיקן און נאַטירלעכן ייִדיש מיטן אויסנאַם פֿונעם ייִנגל, וואָס שפּילט די ראָלע פֿון גאָדאָס שליח. אים האָט מען אויסגעלערנט די שורות פֿאָנעטיש, און ער האָט זיי קענטיק ניט גענוג אָדער ניט ריכטיק אײַנגעחזרט. אויך בײַ די אַקטיאָרן כאַפּט מען ניט אַלץ וואָס זיי רעדן, צוליב דעם הויכן ליטעראַרישן סטיל פֿון דער איבערזעצונג (נישט תּמיד באַרעכטיקט), ווײַל די אַקטיאָרן רעדן גיך, אָן הפֿסקות; ווײַל גאָרניט קומט ניט פֿאָר אין „גאָדאָ‟ — די פּיעסע באַשטייט, דער עיקר, פֿון אַן אומזיניקן דיאַלאָג צווישן צוויי שלעפּער, וולאַדימיר און עסטראַגאָן, וואָס וואַרטן אומזיסט אויף זייער אויסלייזער — פֿאַרנעמט די שפּראַך גופֿא דעם גאַנצן אויפֿמערק, און ס׳איז אַ שאָד, ווען אַ טיילכל פֿונעם קונסטווערק גייט פֿאַרלוירן.

די עיקר־קריטיק, וואָס מע האָט אַרומגערעדט בײַ אַן עפֿנטלעכער דיסקוסיע נאָך דער פֿאָרשטעלונג דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, איז פֿאַר וואָס האָט די טרופּע אויסגעקליבן דווקא אַן איבערזעצונג און ניט קיין אָריגינעלע פּיעסע אויף ייִדיש. ווען די אויפֿפֿירונג זאָל ניט זײַן אַזוי געראָטן, וואָלט די טענה אפֿשר געווען באַרעכטיקט; אָבער „גאָדאָ‟ ווײַזט זיך דאָ אַרויס פֿאַר אַ טיף ייִדישער פּיעסע, וואָס איז אַקוראַט צוגעפּאַסט צו דער ייִדישער שפּראַך. אַן אייראָפּעיִשער קלאַסיקער, דאַרף מען אויך מודה זײַן, ציט צו אַ גרעסערן עולם, און ווײַזט, אַז ייִדיש איז אַליין ראָוי צו שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער וועלט־קולטור.

דער מחבר, סעמיועל בעקעט — ניט קיין ייִד — האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע אין 1969 און געשעפּט זײַן מאַטעריאַל סײַ פֿון זײַן געבוירן־לאַנד, אירלאַנד, סײַ פֿון זײַן אַדאָפּטירט היימלאַנד, פֿראַנקרײַך. „גאָדאָ‟ האָט ער פֿאַקטיש אָנגעשריבן אויף פֿראַנצייזיש אין 1948־1949 און שפּעטער אַליין איבערגעזעצט אויף ענגליש. געוויסע פּרטים האָט ער דערבײַ „פֿאַרענגלישט‟; איז גאַנץ נאַטירלעך, אַז דער ייִדישער איבערזעצער, שיין בייקער, האָט זיי דאָ פֿאַרייִדישט. אָבער צו שווער איז דאָס ניט געווען, ווײַל די נשמה פֿון דער פּיעסע איז זייער ייִדישלעך, כאָטש ניט פֿון אַ רעליגיעזער אָדער נאַציאָנאַלער פּערספּעקטיוו.

ווען באַשעוויס האָט אין 1978 געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע, האָט ער דערקלערט ייִדיש ווי „די קלוגע און באַשיידענע שפּראַך פֿון אונדז אַלעמען, דאָס לשון פֿון דער דערשראָקענער און האָפֿערדיקער מענטשהייט‟. די שרעקלעכע ליידן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם חורבן האָבן עס, אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון אַ סך מענטשן, אוניווערסאַליזירט ווי אַ רעפּרעזענטאַנט פֿון דער גאַנצער לײַדנדיקער מענטשהייט. ווי די שפּראַך פֿון קרבנות, איז ייִדיש אויך סימבאָליש געוואָרן אוניווערסאַל, מער מסוגל אויסצודריקן די טיף־מענטשלעכע געדאַנקען און געפֿילן. דער דאָזיקער קריסטאָלאָגישער מאָטיוו דריקט זיך אויס אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע און קונסטווערק פֿון פֿאַר און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה; למשל, אין מאַרק שאַגאַלס בילדער פֿונעם געקרייציקטן ייִדישן ישו.

דער זעלביקער מאָטיוו איז פֿאַראַן אין „גאָדאָ‟, און ס׳איז ניט צופֿעליק, אַז בעקעט האָט געוואָלט איינעם פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן (עסטראַגאָן) צו געבן דעם נאָמען לעווי. דער מיין פֿון דער פּיעסע איז אַזוי אומקלאָר, אַז יעדער איינער קען אַרײַנטײַטשן זײַנע אייגענע טעאָריעס (אפֿשר דערפֿאַר איז די פּיעסע אַזוי פּאָפּולער?); אָבער ס׳איז ברייט אָנגענומען, אַז „גאָדאָ‟ ווײַזט די אַבסורדישקייט פֿון דער מענטשלעכער עקסיסטענץ, און דערפֿאַר געהערט די פּיעסע צום אַזוי־גערופֿענעם „טעאַטער פֿון אַבסורד‟. מיר מענטשן פֿרייען זיך, לאַכן, לײַדן, באַליידיקן און באַעוולען איינער דעם צווייטן, אָבער, דער עיקר, וואַרטן מיר, און פּרוּוון צו פֿאַרברענגען די צײַט, וואָס מיר זײַנען דאָ אויף דער וועלט, און ווייסן ניט פֿאַר וואָס.

דער ייִדישער טעקסט ברענגט אַרויס ספּעציפֿיש ייִדישע ניואַנסן, וואָס אין אַ געוויינטלעכער אויפֿפֿירונג וואָלט מען אפֿשר ניט געהערט. די שטימען פֿון די טויטע הערן זיך שטאַרקער אויף ייִדיש, און די וויסטעניש, וווּ די פּיעסע קומט פֿאָר, זעט אויס עלנטער. אַפֿילו די נעמען האָבן אויף ייִדיש אַן אַנדער טײַטש, ווי פֿונעם סאַדיסט פּאָצאָ („צי מיינט דער נאָמען גאָרניט פֿאַר אײַך?‟), אָדער פֿונעם „קאַקאָן־לאַנד‟. דער קאָנטראַסט צווישן די צוויי הויפּט־העלדן ווערט באַטאָנט דורך זייערע באַזונדערע ייִדישע דיאַלעקטן: דער הויכער, אינטעלעקטועלער וולאַדימיר איז אַ „ליטוואַק‟ — איין מאָל, ווי אַ באַליידיקונג, רופֿט מען אים אַ „מתנגד‟ — און דער היציקער, עמאָציאָנעלער עסטראַגאָן איז אַ „גאַליציאַנער‟. אַ מאָל קלינגען די בפֿירוש קריסטלעכע עלעמענטן אַ ביסל פֿרעמדלעך. אָבער, בדרך־כּלל, רופֿן זיי אַרויס אַ שמייכל, למשל, ווען מע פּילפּולט זיך אויף ייִדיש וועגן די צוויי גנבֿים, וואָס מע האָט געקרייציקט צוזאַמען מיט ישו.

עס בלײַבט מיר נאָך צו באַשיטן דעם אַנסאַמבל און די אַלע באַטייליקטע אין דער אויפֿפֿירונג מיט שבֿחים. דוד מאַנדלבוים (עסטראַגאָן) און שיין בייקער (וולאַדימיר) פֿאַרקערפּערן די צוויי העלדן אַזוי פּערפֿעקט, אַז ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מ‘האָט פֿריִער געשפּילט די ראָלעס אויף אַן אַנדער שפּראַך. (בייקערן קומט אַ ספּעציעלער יישר־כּוח פֿאַר זײַן פּרעכטיקער איבערזעצונג.) אַבֿרהם האָפֿמאַן שפּילט פּאָצאָ מיט אַן איבערמענטשלעכער בראַוווּר, און רפֿאל גאָלדוואַסער, ווי לאָקי, באַהאַלט אין זײַן אונטערטעניקייט אַ וווּלקאַן, וואָס ברעכט אויס נאָר איין מאָל — אָבער עס קלעקט אויף לאַנג. דער רעזשיסאָר, משה יאַסור, האָט קענטיק געלאָזט זײַנע אַקטיאָרן זיך פֿילן פֿרײַ און אומגעצוימט אויף דער קליינער, מינימאַליסטישער בינע. עס קומט אויך אַ דאַנק דעם קאַסטיִיאָ־טעאַטער, וואָס האָט דערמעגלעכט, אַז די טרופּע זאָל דערגרייכן אַזאַ קינסטלעריש שלימות אויף ייִדיש, וואָס האָט אַזוי לאַנג געלאָזט אויף זיך וואַרטן.

פֿרעגט מען זיך אָבער: וואָס וועט זײַן ווײַטער? „גאָדאָ‟ איז שוין דאָ, אָבער וועט ער דאָ בלײַבן? און וועט די טרופּע שטעלן נאָך ייִדישע פּיעסעס אויף אַזאַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ? ס׳איז דאָס אַחריות ניט בלויז פֿון אונדזערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און פֿונדאַציעס, נאָר אויך פֿון יעדן יחיד באַזונדער, וואָס גייט עס אין לעבן אַרײַן, אַז אין ניו־יאָרק זאָל זײַן אַ גוטער פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער טעאַטער, אַז „גאָדאָ‟ זאָל אונדז ניט איבערלאָזן, אָדער, חלילה, פֿאַרשוווּנדן ווערן שוין אויף אייביק.