נײַע קיִעווער שילן

New Synagogues in Kiev

די צענטראַלע קיִעווער שיל
די צענטראַלע קיִעווער שיל

פֿון ייִט״אַ

Published October 06, 2013, issue of October 25, 2013.

אין קיִעוו האָבן זיך געעפֿנט צוויי נײַע שילן: אַן אָרטאָדאָקסישע און אַ רעפֿאָרמער. דעם 27סטן סעפּטעמבער, האָבן בערך 120 מענטשן זיך באַטייליקט אין דער חנוכּת־הבית פֿון דער רעפֿאָרמער סיגאַגאָגע „התּקווה‟, וואָס וועט דינען אויך ווי אַ קהילה־צענטער, ווי עס האָט איבערגעגעבן אַלכּסנדר הײַדאַר, דער אויספֿיר־דירעקטאָר בײַם „רעליגיעזן פֿאַרבאַנד פֿון פּראָגרעסיטע ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע‟.

דער „וועלט־פֿאַרבאַנד פֿון פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟ האָט געגעבן צו וויסן, אַז די נײַע שיל איז אויפֿגעבויט געוואָרן אַ דאַנק די נדבֿות פֿון דרײַ צפֿון־אַמעריקאַנער משפּחות. ביז הײַנט, במשך פֿון 22 יאָר, האָבן די אָרטיקע רעפֿאָרמער ייִדן געדונגען אַן אָרט, וואָס ס׳האָט „זייער נישט געפּאַסט‟ פֿאַר אַ שיל.

מײַק גאַרבינער, דער פֿאָרזיצער פֿונעם רעפֿאָרמער „וועלט־פֿאַרבאַנד‟, האָט דערציילט דער ייִט״אַ, אַז דער נײַער צענטער, וואָס האָט אָפּגעקאָסט בערך אַ מיליאָן דאָלאַר, פֿאַרנעמט 4,000 קוואַדראַט־פֿוס אינעם קיִעווער היסטאָרישן ייִדישן ראַיאָן — פּאָדאָל. די שיל גופֿא האָט פּלאַץ פֿאַר 150 מתפּללים; אינעם בנין זענען אויך פֿאַראַן עטלעכע צימערן פֿאַר פֿאַרשיידענע אונטענעמונגען, אַ ביבליאָטעק, יוגנטלעכער צענטער און אַ קליינע גאָרקיך.

הײַדאַר האָט צוגעגעבן אין זײַן שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז אין די 40 רעפֿאָרמער קהילות אַרום אַוקראַיִנע באַטייליקן זיך אַרום 10,000 מענטשן, אַרײַנגערעכנט בערך 800 מיטגלידער אין דער הויפּשטאָט. בסך־הכּל, לויט דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד אַרום 360,000 נפֿשות.

נישט ווײַט אויף דרום פֿון דער רעפֿאָרמער שיל, האָט דער אוקראַיִנישער הויפּט־רבֿ, משה־ראובֿן אַזמאַן, אַ ליובאַוויטשער חסיד, זיך באַטייליקט דעם 25סטן סעפּטעמבער אין דער חנוכּת־הבית פֿון אַ נײַער אָרטאָדאָקסישער שיל „אַבֿרהם מלאך‟. אַזמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז דער בנין איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ דאַנק דער נדבֿה פֿונעם פֿילאַנטראָפּ זאבֿ לעוויטאַן. דער בנין אַנטהאַלט אַ קליינע אַכסניא, וווּ די מתפּללים פֿון אַנדערע ראַיאָנען קאָנען אײַנשטיין אויף שבת אָדער יום־טובֿ. אין זײַן אינטערוויו, האָט דער רבֿ געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז דאָס ייִדישע לעבן בליט הײַנט אין קיִעוו און די שילן ווערן אַלץ מער פֿאַרפּאַקט; צוליב דעם האָט מען געמוזט עפֿענען אַ נײַעם בית־מדרש.

די הויפּט־שטיצער פֿון דער רעפֿאָרמער שיל זענען סוזען און דזשיימס קלאַו פֿון ראָוד־אײַלענד; אָסטין און נאַני בוטעל פֿון טאָראָנטאָ; ען מאָלוי און הענרי פּאָזנער פֿון פּיטסבורג. אַ טייל פֿונעם געלט האָבן געגעבן די פֿירער פֿון זייערע סינאַגאָגעס. בעת זייער באַזוך אין אוקראַיִנע, האָבן די שטיצער־משפּחות זיך באַטייליקט אין די הזכּרה־תּפֿילות אין באַבי־יאַר — דאָס אָרט, וווּ די נאַציס האָט אויסגעהרגעט מער ווי 33,000 ייִדן אין סעפּטעמבער 1941.