נאָבעל־לאַורעאַטן קעגן שטיצע־שניטן

Nobel Scientists Criticize Federal Cuts

דער נאָבעל־לאַורעאַט רענדי שעקמאַן טרעט אויף דעם 7טן אָקטאָבער אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ בײַם בערקלי־אוניווערסיטעט
Josh Edelson/AFP/Getty Images
דער נאָבעל־לאַורעאַט רענדי שעקמאַן טרעט אויף דעם 7טן אָקטאָבער אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ בײַם בערקלי־אוניווערסיטעט

פֿון Reuters

Published October 09, 2013, issue of October 25, 2013.

עס קאָן זײַן, אַז אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וואָלטן רענדי שעקמאַן, טאָמאַס זידהאָף און דזשיימס ראָטמאַן — די דרײַ אַמעריקאַנער לאַורעאַטן פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע — נישט געקאָנט דורכפֿירן זייער פֿאָרשונג, צוליב די בודזשעט־שניטן פֿון די נאַציאָנאַלע אינסטיטוטן פֿאַר געזונט־פֿאַרהיטונג („NIH‟).

„NIH‟, דער גרעסטער שטיצער פֿון ביִאָ־מעדיצינישע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אין דער וועלט, איז אַ נעץ פֿון פֿאָרש־צענטערס, וואָס ווערט געשטיצט דורכן אַמעריקאַנער דעפּאַרטאַמענט פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג און מענטשלעכע דינסטן. אַלע דרײַ וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן איצט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר זייער אַנטדעקונגען פֿונעם פּראָטעיִן־אויסטויש אין די צעלן, האָבן במשך פֿון זייערע קאַריערעס באַקומען שטיצע פֿון דער דאָזיקער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע.

שעקמאַן, צוזאַמען מיט די אַנדערע צוויי פּרעמיע־געווינער, האָט באַטאָנט, אַז די בודזשעט־שניטן שטערן די מעדיצינישע פֿאָרשונגען אינעם לאַנד. אָנהייבנדיק פֿון מערץ, האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג געהייסן „NIH‟ צו פֿאַרקלענערן דעם בודזשעט פֿאַרן יאָר 2013 אויף 5 פּראָצענט, אָדער אויף אַ סומע פֿון 1.55 מיליאַרד דאָלאַר. דאָס איז דער לעצטער קאַפּיטל אין דער לאַנגער מעשׂה פֿון פֿעדעראַלע שניטן, פֿון וועלכע די פֿאָרש־צענטערס לײַדן במשך פֿון די לעצטע יאָרן.

שעקמאַן, וועלכער אַרבעט בײַם בערקלי־אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע, האָט באַמערקט, אַז דער „פֿעדעראַלער פּאַראַליז‟ ברענגט אַ גרויסן היזק דער אַנטוויקלונג פֿון ביִאָ־מעדיצין. מער ווי 80 פּראָצענט פֿונעם בודזשעט גייט אויף די שׂכירות פֿון איבער 300,000 מיטאַרבעטער אין מער ווי 2,500 אוניווערסיטעטן און פֿאָרש־אינסטיטוטן אַרום דעם לאַנד. שעקמאַנס אייגענע אַנטדעקונגען, וועלכע האָבן אים הײַנט צובראַכט צו פֿירן צו דער נאָבעל־פּרעמיע, האָבן זיך אָנגעהויבן, מיט יאָרן צוריק, מיט פּשוטע לאַבאָראַטאָריע־עקספּערימענטן. ער האָט אויסגענוצט די געוויינטלעכע הייוון ווי אַ מאָדעל פֿאַר מער ערנסטע גענעטישע פֿאָרשונגען, וועלכע האָבן דערמעגלעכט צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די צעלן טוישן זיך אויס מיט פּראָטעיִן־מאָלעקולן. צוליב דער סעריע פֿון גענוג פּשוטע פֿאָרשונגען, האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנאַליזירן אַ פּראָצעס, וואָס קומט פֿאָר נישט בלויז אין די הייוון, נאָר אויך אינעם מענטשלעכן מוח.

בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ניו־הייווען, שטאַט קאָנעטיקעט, האָט ראָטמאַן אויך קריטיקירט די פֿעדעראַלע בודזשעט־שניטן. דער נאָבעל־לאַורעאַט האָט געמאָלדן, אַז ווען נישט די שטיצע פֿון „NIH‟, וואָלט ער, מסתּמא, נישט אָנגעהויבן זײַנע פֿאָרשונגען, וועלכע ס׳האָט פֿאַרוואַנדלט די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַ „גרויסער מאַשין‟ פֿון ביִאָ־מעדיצינישע אַנטדעקונגען און דערמעגלעכט צו שאַפֿן אַ סך נײַע מעדיצינישע און פֿאַרמאַצעווטישע טעכנאָלאָגיעס.

זידהאָף האָט באַמערקט, אַז די אַמעריקאַנער מלוכה „טראַכט גאַנץ ריכטיק‟, אַז נאָכן פּטרן אַזעלכע ריזיקע געלטער אויף די טעאָרעטישע פֿאָרשונגען, וויל זי זיך מער פֿאָקוסירן אויף מער פּראַקטישע רעזולטאַטן. פֿונדעסטוועגן, האָט ער באַמערקט, מוז מען ווײַטער דורכפֿירן גרויסמאַסשטאַביקע פֿאָרשונגען, בפֿרט וואָס שײַך אַזעלכע מוח־קראַנקייטן, ווי שיזאָפֿרעניע און אַלצהײַמער־סינדראָם.