אַמעריקאַנער קהילה־שטיצע שטײַגט

Community Endowments Rise 7.6 Percent

פֿון ייִט״אַ

Published October 10, 2013, issue of October 25, 2013.

אַ נײַע פֿאָרשונג האָט געוויזן, אַז אינעם יאָר 2012 איז די אַלגעמיינע סומע פֿון מתּנות, וואָס די צפֿון־אַמעריקאַנער פֿונדאַציעס פֿון ייִדישע קהילות האָבן אויסגעגעבן פֿאַר אינסטיטוציעס, געשטיגן אויף 7.6 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2011.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די דאַך־אָרגאַניזאַציע „די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟ פֿאַרעפֿנטלעכט איר יערלעכן באַריכט פֿון די מתּנות פֿאַר אינסטיטוציעס, לויט וועלכע די פֿעדעראַציעס האָבן אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעגעבן 1.4 מיליאַרד דאָלאַר לטובֿת ייִדישע און אַלגעמיינע אָרגאַניזאַציעס, וואָס געפֿינען זיך סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין אַנדערע לענדער. די אַלגעמיינע סומע פֿון די געגעבענע מתּנות האָט דערגרייכט 14.3 מיליאַרד, און דער בײַשטײַער צו די פּראָגראַמען פֿאַר אינסטיטוציע־שטיצע (endowment programs) זענען געשטיגן ביז 1.8 מיליאַרד דאָלאַר.

בסך־הכּל, האָט די אַלגעמיינע סומע פֿון דער אָרגאַניזאַציע־שטיצע, צוזאַמען מיטן בײַשטײַער פֿאַר דער יערלעכער שטיצע־קאַמפּאַניע פֿאַר דער פֿעדעראַציעס־נעץ, דערגרייכט, בסך־הכּל, 2.7 מיליאַרד דאָלאַר. די מתּנות זענען אויסגענוצט געוואָרן פֿאַר פּראָגראַמען, וואָס האָבן צו טאָן מיטן סאָציאַלן יושר, העלפֿן די אָרעמע־לײַט מיט פּראָדוקטן און מעדיקאַמענטן, שטיצן די ייִדישע בילדונג־אַנשטאַלטן און ראַטיר־הילף פֿאַר די געליטענע פֿון קאַטאַסטראָפֿעס.

אינעם חשבון זענען אַרײַן אומבאַגרענעצטע פֿאָנדן, באַגרענעצטע שטענדיקע פֿאָנדן, פֿאָנדן געעצהט דורך די שטיצער, שטיצע־פֿונדאַציעס, ירושה־מתּנות און אַנדערע מינים נדבֿות פֿאַר פֿעדעראַציעס און ייִדישע קהילה־פֿונדאַציעס.