ייִדישע פֿרוי וועט פֿירן פֿעדעראַלן רעזערוו

Jewish Woman To Lead Federal Reserve

פּרעזידענט אָבאַמאַ נאָמינירט דזשענעט יעלען ווי פֿאָרזיצערין פֿאַרן פֿעדעראַלן רעזערוו
Getty Images
פּרעזידענט אָבאַמאַ נאָמינירט דזשענעט יעלען ווי פֿאָרזיצערין פֿאַרן פֿעדעראַלן רעזערוו

פֿון Reuters

Published October 11, 2013, issue of November 08, 2013.

דזשאַנעט יעלען, די ייִדישע פֿרוי, וואָס פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זי אויסגעקליבן אָנצופֿירן מיטן פֿעדעראַלן רעזערוו (דער אַמעריקאַנער צענטראַלער באַנק), האָט פֿאַרדינט אַ שם נישט בלויז פֿאַר איר פֿאַרשטאַנד פֿון עקאָנאָמיע, נאָר אויך פֿאַר איר אינטערעס אין פֿאַרשפּרייטן עקאָנאָמישע געדאַנקען צווישן דעם ברייטן עולם. ווי זי אַליין האָט ליב צו זאָגן: „אויב איר קומט צו מיר אויף אַ וועטשערע, דאַרפֿט איר זײַן גרייט אַרומצורעדן עקאָנאָמישע ענינים.‟

אויב יעלען, אַ געוועזענע פּראָפֿעסאָרין, וועט באַשטעטיקט ווערן דורכן אַמעריקאַנער סענאַט, וועט זי זײַן די ערשטע פֿרוי אָנצופֿירן מיטן פֿעדעראַלן רעזערוו אין זײַן 100־יאָריקער געשיכטע.

די 67־יאָריקע יעלען, וועלכע האָט אַ דאָקטאָראַט אין עקאָנאָמיע פֿון יעל־אוניווערסיטעט, איז דערצויגן געוואָרן אין ברוקלין. איר טאַטע איז געווען אַ דאָקטער, וועלכער האָט באַהאַנדלט פּאַציענטן בײַ זיך אין דער היים, און איר מאַמע האָט אָנגעפֿירט מיטן אָרטיקן צווײַג פֿון די פּאָפּולערע קינדער־סקויטן, Cub Scouts.

ריטש רובין, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין, וועלכער איז נײַן יאָר לאַנג געווען יעלענס אַ מיטשילער, זאָגט, אַז קינדווײַז האָט ער אָפֿט באַזוכט די „היימישע‟ משפּחה יעלען. „איר מאַמע פֿלעג שמועסן מיט אונדז וועגן ליטעראַטור. ס׳איז געווען קלאָר, אַז קולטור איז בײַ זיי געווען זייער חשובֿ.‟

„זי האָט תּמיד געקראָגן די העכסטע צייכנס אין קלאַס,‟ האָט באַשטעטיקט טשאַרלס סיידאַ, אַ פּענסיאָנירטער זשורנאַליסט, וועלכער איז קינדווײַז אויך געווען מיט איר אין איין קלאַס.

אין דער צײַטונג פֿון איר מיטלשול, האָט יעלען, וועלכע איז שפּעטער געוואָרן די שעף־רעדאַקטאָרין, געשריבן אַרטיקלען וועגן איר משפּחהס נסיעות קיין האַיִטי, דרום־אַמעריקע, סקאַנדינאַוויע, דײַטשלאַנד און בעלגיע, ווי אויך וועגן איר ליבשאַפֿט צו גיין אין טעאַטער און שפּילן „ברידזש‟.

יעלען האָט באַשלאָסן צו שטודירן עקאָנאָמיק, נאָכן נעמען אַ קלאַס מיטן נאָבעל־פּרעמיערטן עקאָנאָמיסט, דזשיימס טאָבין. ס׳האָט ספּעציעל געמאַכט אַן אײַנדרוק אויף איר זײַן געמיש פֿון אַקאַדעמישער פֿעיִקייט און דעם אינטערעס צו העלפֿן די אָרעמע. אירע נאָטיצן פֿון טאָבינס לעקציעס זענען געווען אַזוי פּרטימדיק, אַז אירע מיט־סטודענטן פֿלעגן עס אויסניצן בײַם צוגרייטן זיך צו די עקזאַמענס.

איר מאַן, דזשאָרדזש אַקערלאָף, איז אַליין אַ פֿעיִקער עקאָנאָמיסט, אַ שותּף בײַם צעטיילן אַ נאָבעל־פּריז אין יאָר 2001. זייער בן־יחיד, ראָבערט אַקערלאָף, לערנט עקאָנאָמיק אינעם אוניווערסיטעט פֿון וואַרוויק.

במשך פֿון די יאָרן האָט יעלען געלערנט אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, אין דער לאָנדאָנער שול פֿון עקאָנאָמיק און אין דער „האַאַס געשעפֿט־שול‟ בײַם אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע. זי האָט צוויי מאָל געדינט אין אַ פֿירערשאַפֿט־קאָמיטעט בײַם פֿעדעראַלן רעזערוו, און האָט 1/2־2 יאָר לאַנג געדינט ווי אַן עקאָנאָמישער עצה־געבער פֿון פּרעזידענט ביל קלינטאָן.