העברעיִסטן קעגן ייִדישיסטן

Hebraists vs. Yiddishists

אַ גרופּע „קעמפֿער‟ פֿון „גדוד מגיני השפה‟ זײַנען גרייט צום קאַמף פֿאַר עבֿרית
אַ גרופּע „קעמפֿער‟ פֿון „גדוד מגיני השפה‟ זײַנען גרייט צום קאַמף פֿאַר עבֿרית

פֿון דניאל טריימאַן (ייִט״אַ)

Published October 11, 2013, issue of November 08, 2013.
אַ פֿלוגבלעטל מיטן אויפֿשריפֿט: „די קאַטעדרע פֿון זשאַרגאָן איז אַ חורבן פֿאַרן העברעיִשן אוניווערסיטעט‟.
אַ פֿלוגבלעטל מיטן אויפֿשריפֿט: „די קאַטעדרע פֿון זשאַרגאָן איז אַ חורבן פֿאַרן העברעיִשן אוניווערסיטעט‟.

הײַנטיקע צײַטן שמועסט מען אָפֿט וועגן דער שׂינאת־חינם, וואָס ברעכט אויס צווישן ייִדן, וועלכע גלייבן אין קעגנזײַטיקע אידעאָלאָגיעס, אין שײַכות מיט ישׂראל, פּאָליטיק, רעליגיע און אַנדערע „הייסע‟ טעמעס. יעדער צד שטעלט אַרויס דערקלערונגען וועגן זײַן פּאָזיציע; אָרגאַניזירט קאַמפּאַניעס צו פֿאַרשפּרייטן זײַן געדאַנק; עדיטאָריאַלן ווערן אָנגעשריבן וועגן דעם.

אָבער פֿון צײַט צו צײַט איז אויך אינטערעסאַנט צו לייענען וועגן די מחלוקתן צווישן ייִדן בײַ די פֿריִערדיקע דורות. אין אָקטאָבער 1928, למשל, האָט דער ייִט״אַ פּובליקירט די ווײַטערדיקע ידיעה וועגן אַ קריגערײַ איבערן שפּראַכקאַמף — אַן אינצידענט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿ, אין וועלכן מענטשן זענען טאַקע צעבלוטיקט געוואָרן:

העברעיִסטישע עקסטרעמיסטן אַטאַקירן ייִדישיסטן אין תּל־אָבֿיבֿ; עטלעכע פֿאַרוווּנדיקט

תּל־אָבֿיבֿ (דעם 8טן אָקטאָבער) — עטלעכע מענטשן זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן און דרײַ האָט מען אַרעסטירט, בעת אַ צוזאַמענשטויס צווישן די העברעיִסטישע קנאים און ייִדישיסטן אין תּל־אָבֿיבֿ דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק־צו־נאַכטס.

די קריגערײַ איז אויסגעבראָכן אויף אַ פֿײַערונג, אָרגאַניזירט דורכן אָרטיקן צווײַג פֿון „פּועלי־ציון‟ לכּבֿוד דעם 20סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, וווּ ייִדיש איז אָפֿיציעל באַצייכנט געוואָרן ווי „אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך‟ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

דעם אַטאַק האָט דורכגעפֿירט די „גדוד מגיני הספֿה‟, אַ יוגנט־אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געפּריידיקט „די באַשיצונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך‟. פֿרײַנד וועשער, אַ פֿירער פֿון דער „פּועלי ציון‟, און אַ מיטגליד פֿונעם „תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַלן ראַט‟, איז געווען צווישן די פֿאַרוווּנדיקטע.

דער אינצידענט האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד די ייִדישע אַרבעטער אין תּל־אָבֿיבֿ. די מוניציפּאַליטעט האָט אָנגעשריבן וועשערן אַ בריוו, באַדויערנדיק דעם אינצידענט. ס׳האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז די יוגנט־אָרגאַניזאַציע „ברית טרומפּעלדאָר‟ האָט זיך אויך באַטייליקט אינעם אַטאַק, אָבער די אָרגאַניזאַציע האָט אָפּגעדרוקט אין דער פּרעסע אַ פֿאָרמעלע לייקענונג דערפֿון.