רבנים־פֿאַרכאַפּער אַרעסטירט

Rabbis Arrested for Kidnapping

הרבֿ מענדל עפּשטיין, איינער פֿון די אַרעסטירטע, דערקלערט אין אַ דאָקומענטאַר־פֿילם Women Unchained, אַז געוויסע פֿרויען בלײַבן אַגונות צוליב דעם, וואָס זייערע מענער ווילן זיך מיט זיי נישט גטן כּהלכה
הרבֿ מענדל עפּשטיין, איינער פֿון די אַרעסטירטע, דערקלערט אין אַ דאָקומענטאַר־פֿילם Women Unchained, אַז געוויסע פֿרויען בלײַבן אַגונות צוליב דעם, וואָס זייערע מענער ווילן זיך מיט זיי נישט גטן כּהלכה

פֿון ייִט״אַ

Published October 13, 2013, issue of November 08, 2013.

דרײַ אָרטאָדאָקסישע רבנים און איינער פֿון זייערע געהילפֿן זענען אַרעסטירט געוואָרן, פֿאַרדעכטיקט אין פֿאַרכאַפֿן און שלאָגן מענער, כּדי זיי צו צווינגען צו געבן זייערע פֿרויען אַ גט. דער אַרעסט איז פֿאָרגעקומען מיטוואָך בײַנאַכט, דעם 9טן אָקטאָבער, ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ חודש־לאַנגער אָפּעראַציע, במשך פֿון וועלכער אַן אַגענטין פֿון „עף־בי־אײַ‟ האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרומער פֿרוי, וועלכע האָט, כּלומרשט, געפֿאָדערט אַ גט פֿון איר מאַן.

דאָנערשטיק זענען די רבנים, מענדל עפּשטיין, מאַרטין וואָלמאַרק און יעקבֿ גאָלדשטיין, געבראַכט געוואָרן אינעם קרײַז־געריכט פֿון טרענטאָן, ניו־דזשערזי, צוזאַמען מיט זייער געהילף, אַריאל פּאָטאַש. פֿריִער האָט מען אָנגערופֿן גאָלדשטיינען אין די נײַעס בלויז מיטן נאָמען „יעקבֿ‟. די פּאָליציי האָט איבערגעגעבן, אַז מע פּלאַנירט, מעגלעך, צו באַשולדיקן נאָך זעקס אַרעסטירטע מענטשן אין שײַכות מיטן ענין.

די אַרעסטן זענען געווען פֿאַרבונדן מיט אַ סעריע אויספֿאָרשונגען, וואָס די „עף־פֿי־אײַ‟ האָט דורכגעפֿירט אין דער ישיבֿה „שערי־תּורה‟, אין דער ניו־יאָרקער פֿאָרשטאָט מאָנסי, ווי אויך אין אַ צאָל אַנדערע ערטער, בתוכם ברוקלין און לייקוווּד, ניו־דזשערזי. די פּאָליציי האָט פֿאַרווערט די ישיבֿה־בחורים אַרײַנצוגיין אין בנין בעת דער אויספֿאָרשונג.

דאָס געריכט האָט פֿאָרגעלייענט אַן אָנקלאָג, לויט וועלכן געוויסע מענטשן האָבן באַצאָלט עפּשטיינען און וואָלמאַרקן טויזנטער דאָלאַר, כּדי איבערצוצײַגן די רבנים צו געבן זיי אַ היתּר צו פֿאַרכאַפּן די מענער, וואָס זאָגן זיך אָפּ צו גטן זייערע ווײַבער. אַחוץ דעם, האָבן זיי באַקומען ביז 60,000 דאָלאַר, כּדי צו באַצאָלן די פֿאַרכאַפּער. פּאָטאַש און גאָלדשטיין ווערן פֿאַרדעכטיקט אין אויספֿירן די „אָפּעראַציעס‟, בעת וועלכע זיי האָבן געשלאָגן און געפּײַניקט די פֿאַרכאַפּטע. די פּאָליציי האָט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן דאָס געטאָן במשך פֿון 20 יאָר.

על־פּי־הלכה, קאָן אַ פֿרוי זיך נישט גטן, אויב איר מאַן איז נישט מסכּים דאָס צו טאָן. דערפֿאַר, צווינגט מען צומאָל די מענער זיך צו גטן מיט גוואַלד־מיטלען. לויט דעם אָנקלאָג, האָבן עפּשטיין און וואָלמאַרק געדינט ווי פֿאַרמיטלער אין די פֿרומע קהילות, העלפֿנדיק, אויף זייער אופֿן, צו באַפֿרײַען די פֿרויען פֿון אומגליקלעכע זיווגים.