„פּאָלי‟־ייִדן אין די שילן

Polyamorous Jews Seek Acceptance

פֿון טאַליאַ לאַווין (ייִט״אַ)

Published October 16, 2013, issue of November 08, 2013.

באָד איזען און דײַאַן פֿושי, אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק, זוכן אַ דריטן סעקסועלן פּאַרטנער
באָד איזען און דײַאַן פֿושי, אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק, זוכן אַ דריטן סעקסועלן פּאַרטנער

באָד איזען האָט נישט געטראַכט, אַז זײַנע צוויי אינטימע חבֿרטעס וועלן אַרויסרופֿן אַזאַ רעאַקציע אין דער שיל. דער ראַבינער האָט אָפּגעשטעלט די דרײַ לײַט, ווען זיי האָבן פּאַרקירט זייער אויטאָ, און אָנגעהויבן אויספֿרעגן איזענס חרבֿטעס, צי זיי זענען טאַקע ייִדן. זינט דעמאָלט, איז איזען, וועלכער וווינט אין יודזשין, שטאַט אָרעגאָן, קיינמאָל מער נישט געגאַנגען אין יענער שיל. מיט איינער פֿון זײַנע חבֿרטעס האָט ער שפּעטער חתונה געהאַט.

איזען, אַ 64־יאָריקער מאַן, האָט אָנגעהויבן לעבן צוזאַמען מיט דער 56־יאָריקער דײַאַן פֿושי מיט דרײַ און אַ האַלב יאָר צוריק. אַ צאָל אַנדערע מענטשן זענען געווען אַ טייל פֿון זייער זיווג־לעבן. איצט זוכט זיי נאָך עמעצן, האָפֿנדיק צו שאַפֿן אַ סטאַבילן סעקסועלן דרײַעק. פֿושי האָט דערקלערט, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק האָפֿט אויסצונוצן די איצטיקע פֿאַרבינדונג ווי אַ בריק צו נײַע אינטימע באַקאַנטשאַפֿטן.

דער ענין פֿון פּאָליאַמאָריע אָדער „פּאָלי‟ איז געוואָרן ברייט באַקאַנט אין די 1990ער יאָרן. אין פֿאַרגלײַך מיט „סווינגינג‟ — דאָס אויסטוישן זיך מיט סעקס־פּאַרטנערן — שטרעבן די „פּאָלי‟־לײַט צו שאַפֿן סטאַבילע גרופּעס, וואָס זעען אָפֿט אויס ווי אַ מין היעראַרכישע משפּחות, וווּ איין באַציִונג מיט אַ מאַן אָדער אַ פֿרוי ווערט באַטראַכט ווי דער עיקר־זיווג, און די אַנדערע — ווי אַ צוגאָב.

צוליב דעם האָמאָסעקסועלן אַקטיוויזם, האָבן אַ טייל ייִדישע קהילות אָנגעהויבן זיך באַציִען מיט פֿאַרשטאַנד צו די נישט־טראַדיציאָנעלע משפּחה־באַציִונגען. בײַ די „פּאָלי‟־ייִדן איז אָבער די מעשׂה שווערער, ווײַל געוויינטלעך זענען אין די ליבעראַלע שילן אָנגענומען בלויז האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער, אָבער נישט פּאָליגאַמישע גרופּעס. מײַ לי פּיטאַרד, אַ 31־יאָריקער „פּאָלי‟־אַקטיוויסטקע פֿון סיאַטל, פֿלעגט רעדאַגירן די וועבזײַט „ModernPoly.com‟, איינער פֿון די פּאָפּולערסטע אַמעריקאַנער אינטערנעץ־רעסורסן וועגן פּאָליאַמאָריע. זי פֿירט אַזאַ לעבן שוין 10 יאָר און וווינט איצט צוזאַמען מיט דרײַ פּאַרטנערן — צוויי מענער און אַ פֿרוי, וועלכע שפּילט אין אַ כּלי־זמר־גרופּע.

פּיטאַרד האָט דערציילט, אַז פֿאַר איר זעט אויס די קאָמבינאַציע פֿון ייִדישקייט און פּאָליאַמאָריע גאַנץ נאַטירלעך. ווען די גרופּע־משפּחה פֿאַרבעט געסט אויף שבת, זינגען זיי אַלע צוזאַמען די ניגונים, ווי אַ קליינע קהילה. זי האָט אָבער געטענהט, אַז אין די ייִדישע קהילות קוקט מען אויף אַזאַ לעבנס־שטייגער אָן ענטוזיאַזם.

רחל, אַ 28־יאָריקע געשעפֿט־פֿרוי פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ, וועלכע האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן איר פֿאַמיליע־נאָמען, האָט אָבער דערציילט, אַז פֿאַר איר איז גרינגער צו קומען מיט אירע סעקס־פּאַרטנערן אָפֿענערהייט אין דער סינאַגאָגע, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַרבעט, וווּ די קאָלעגן באַציִען זיך צו דעם מער נעגאַטיוו.

פֿאַר אַ טייל ייִדן איז אַזאַ אינטימע גרופּע־לעבן דווקא פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. יאַן אָסמאָנד, אַ 31־יאָריקער יונגערמאַן, וואָס אַרבעט אין אַ באָסטאָנער באַר, גלייבט, אַז על־פּי־הלכה מעג ער האָבן עטלעכע ווײַבער, ווײַל דער טויזנט־יאָריקער חרם פֿון רבינו גרשון קעגן פּאָליגאַמיע איז מער נישט אַקטועל. פֿונדעסטוועגן, פֿילט ער, אַז זײַנע באַציִונגען מיט עטלעכע פֿרויען קומען אין סתּירה מיט דער הלכה.

די ראַבינערין עליאָט דאָרף, באַקאַנט ווי אַ שטיצערין פֿון האָמאָסעקסועלע זיווגים אין דער ייִדישער וועלט, קריטיקירט פּאָליאַמאָריע, ווײַל זי גלייבט, אַז אַ מענטש דאַרף לעבן מיט בלויז איין אינטימען לעבנס־פֿרײַנד — זאָל עס זײַן אַ פֿרוי, צי אַ מאַן. לויט איר, קאָן בלויז מאָנאָגאַמיע מאַכן דאָס מענטשלעכע לעבן גליקלעך. אַ טייל ייִדישע „פּאָלי‟־לײַט זענען אָבער נישט מסכּים און באַמערקן, אַז זייער פּערזענלעך לעבן איז געוואָרן גליקלעך דווקא צוליב עטלעכע סעקסועלע פֿאַרבינדונגען.

די ראַבינערין שעראָן קליינבאַום, וועלכע פֿירט אָן מיט דער באַקאַנטער ניו־יאָרקער „גיי‟־שיל „בית שׂימחת־תּורה‟ שטיצט אָבער יאָ אַזאַ לעבנס־שטייגער. אינעם שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט זי באַטאָנט, אַז ס׳איז וויכטיק צו העלפֿן די מענטשן צו שאַפֿן גליקלעכע באַציִונגען און צו געבן זיי אַ ברירה צו באַשליסן פֿאַר זיך, ווי אַזוי דאָס בעסער צו טאָן.

די ייִדישע שטיצער פֿון פּאָליאַמאָריע האָבן צוגעטראַכט אַ ספּעציעלן נאָמען: „אַהבֿה רבה‟. אַזוי הייסט די בליצפּאָסט־רשימה, דורך וועלכער זיי קאָנטאַקטירן איינער מיטן צווייטן שוין אַרום 10 יאָר. אַ טייל פֿון זיי ברענגען די באַקאַנטע תּנ״כישע בײַשפּילן פֿון פּאָליגאַמיע ווי אַ סמך פֿאַר זייער לעבנס־סטיל.