מוסולמענישער לאָבי קריגט ייִדישן פֿירער

Muslim Advocacy Group Gets Jewish Director

COURTESY OF JACOB BENDER

פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published October 18, 2013, issue of November 08, 2013.

דזשייקאָב בענדער איז לעצטנס געוואָרן דער פֿירער בײַם פֿילאַדעלפֿיער צווײַג פֿון מוסולמענער, און וועט דערבײַ באַקעמפֿן די דיסקרימינאַציע, וואָס די מוסולמענער טרעפֿן בײַ דער אַרבעט און אין דער עפֿנטלעכער ספֿערע.

„די מוסולמענישע באַפֿעלקערונג ווערט אָפֿט אַטאַקירט דורך די איסלאַמאָפֿאָבישע כּוחות, און ס׳איז די פֿליכט און אַחריות פֿון אונדז אַלעמען צו פֿאַרדאַמען אַזוינע אַטאַקן,‟ האָט בענדער דערקלערט.

דעם 15טן אָקטאָבער איז בענדער אָפֿיציעל באַצייכנט געוואָרן ווי דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם פֿילאַדעלפֿיער צווײַג בײַם „ראַט פֿון אַמעריקאַנער איסלאַמישע באַציִונגען‟ (CAIR). ער איז דער ערשטער ייִד צו דינען ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ CAIR-צווײַג.

„די באַדערפֿענישן פֿונעם מוסולמענישן ציבור זענען די זעלבע ווי די באַדערפֿענישן פֿון אַלע מינאָריטעטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן,‟ האָט געזאָגט איפֿטעכאַ כוסיין, דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם פֿילאַדעלפֿיער CAIR. „ווי אַ ייִד, פֿאַרשטייט דזשייקאָב דאָס זייער גוט.‟

דער ייִדישער עסטאַבלישמענט איז אָבער זייער קריטיש צו דער אָרגאַניזאַציע. אין 2006 האָט די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ באַשולדיקט CAIR אין מאַכן עקסטרעמיסטישע דערקלערונגען קעגן ישׂראל, און אין פֿאַרבינדונגען מיט יחידים און אָרגאַניזאַציעס, וואָס דריקן אויס שטיצע פֿאַר טעראָריזם.

„מיר וועלן נישט מיטאַרבעטן מיט אַזאַ גרופּע,‟ האָט דערקלערט איתן פֿעלסאָן, וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים‟. קריטיקער פֿון CAIR טענהן, אַז CAIR איז לכתּחילה באַצייכנט געוואָרן ווי אַ מיט־קאָנספּיראַטאָר אינעם ענין וועגן דער Holy Land Foundation — אַן אַמעריקאַנער צדקה־אָרגאַניזאַציע, וואָס איז באַשולדיקט געוואָרן אין זאַמלען געלט פֿאַר „כאַמאַס‟. אין 2012 האָט אַ קרײַז־געריכט אָבער געפּסקנט, אַז CAIR האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער געלט־זאַמלונג.

די ייִדישע קהילה האָט קיין מאָל נישט אַרויסגעלאָזט קיין אָפֿיציעלע דערקלערונג קעגן CAIR, אָבער זי האָט אויסגעשלאָסן די גרופּע פֿון אַלע צווישן־רעליגיעזע אַקטיוויטעטן מיט דער מוסולמענישער עדה. אַנשטאָט דעם, אַרבעטן די ייִדישע פֿירער מיט דער „איסלאַמישער געזעלשאַפֿט פֿון צפֿון־אַמעריקע‟ און די אָרטיקע מעטשעטן און אימאַמען.

„עס וועלן תּמיד זײַן מענטשן, וואָס דעמאָניזירן אַנדערע גרופּעס,‟ האָט בענדער געענטפֿערט אויף דער קריטיק. זײַן אייגענער אינטערעס אינעם מוסולמענישן ציבור האָט זיך אָנגעהויבן גלײַך נאָך די 9/11־אַטאַקן. אין 2009 איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס ער האָט רעזשיסירט — Out of Cordoba: Averroes and Maimonides in Their Time and Ours‟. בענדער האָט געזאָגט, אַז דער פֿילם איז „וועגן ייִדן, מוסולמענער און קריסטן, וועלכע קעמפֿן קעגן דער פֿאַרכאַפּונג פֿון זייערע רעליגיעס דורך עקסטרעמיסטן‟.

„כ׳האָב קיין מאָל נישט איבערגעלעבט קיין אַנטיסעמיטישע געפֿילן בײַ די מענטשן אין CAIR,‟ האָט בענדער געזאָגט. „כ׳האָב אָבער יאָ געהערט מער ווי גענוג אַנטי־מוסולמענישע דערקלערונגען פֿון ייִדן.‟