ייִדישע קלאַסישע מוזיק פֿאַר די דײַטשן

דער דיריגענט דניאל גראָסמאַן
Erol Gurian
דער דיריגענט דניאל גראָסמאַן

פֿון רעניי גערט־זאַנד (Forward)

Published October 23, 2013, issue of November 08, 2013.

די דײַטשן זענען שוין צוגעוווינט, אַז ווען מע שטעלט פֿאָר אַ מוזיקאַליש ווערק פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, ווערט די אונטערנעמונג פֿאַרוואַנדלט אין אַ הזכּרה־אָוונט.

טאַקע דערפֿאַר האָט דער דיריגענט דניאל גראָסמאַן געגרינדעט דעם ”אָרקעסטער יאַקאָבספּלאַץ מינכען“. אין 2005 האָט ער פֿאַרזאַמלט 35 יונגע מוזיקער אין דײַטשלאַנד, וואָס אַ דריטל פֿון זיי זענען ייִדן, און צונויפֿגעשטעלט אַ רעפּערטואַר פֿון די דײַטשיש־ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, וואָס נעמט אַרײַן סײַ די ווערק פֿון וועלט־באַרימטע מוזיקער פֿונעם 19טן, 20סטן און 21סטן יאָרהונדערט, סײַ די ווייניק־באַקאַנטע, וועלכע זענען אומגעקומען אינעם חורבן.

”מיר דערמאָנען בכלל נישט דעם גורל פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן אין די הענט פֿון די נאַציס,“ האָט גראָסמאַן געזאָגט דעם Forward בלאָג, The Arty Semite. ”זאָלן די צוהערער פּשוט הנאה האָבן פֿון דער מוזיק.“

די וואָך איז דער אָרקעסטער אָנגעקומען אין צפֿון־אַמעריקע, וווּ ער וועט אויפֿטרעטן אין ניו־יאָרק, מיין, קאַנזאַס און מאָנטרעאָל. אויפֿן ניו־יאָרקער קאָנצערט דעם 21סטן אָקטאָבער, אינעם ”סימפֿאָני ספּייס“ אין מאַנהעטן, האָט די פּראָגראַם אַרײַנגענומען די ”הייסע סאָנאַטע“ פֿון ערווין שולהאָף (1930), אַראַנזשירט פֿאַר סאַקסאָפֿאָן און קאַמער־אָרעקטסער, און ”פּאַרטיטאַ פֿאַר סטרונעס“ פֿון גדעון קלײַן (1944).

מע האָט אויך געשפּילט מענדלסאָנס 12טע סטרונע־סימפֿאָניע, און מאַלערס „אַדאַזשיאָ‟ פֿון דער 10טער סימפֿאָניע.

גראָסמאַן, אַ קינד פֿון ייִדן, וועלכע האָבן אימיגרירט פֿון בודאַפּעשט קיין דײַטשלאַנד, און אַן אייניקל פֿון לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, האָט געוואָלט גרינדן אַזאַ אָרקעסטער נאָך אין 1999. אָבער דערנאָך האָט ער באַשלאָסן צו וואַרטן ביז דער עפֿענונג פֿונעם ייִדישן קולטור־צענטער אין מינכען אין יאַקאָבספּלאַץ אין 2006.

”דער קאָנצערט־זאַל דאָרט איז ריזיק,“ האָט גראָסמאַן דערקלערט. ”ס׳איז דער גרעסטער ייִדישער זאַל, וואָס מע האָט אויפֿגעבויט אין אייראָפּע זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה.“ דער זאַל האָט 500 ערטער.

דער ערשטער ישׂראלדיקער טור פֿונעם אָרקעסטער איז פֿאָרגעקומען אין 2009. דער אָרקעסטער האָט שוין אויך געמאַכט טורן אין מאָלדאָווע, רומעניע, אוקראַיִנע, אוזבעקיסטאַן און שטאָקהאָלם. אין נאָוועמבער, נאָך דעם צפֿון־אַמעריקאַנער טור, וועט דער אָרקעטסער אויפֿטרעטן אין ווין.

”די יונגע דײַטשן האָבן מורא זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער קולטור, צוליב שולדגעפֿיל,“ האָט גראָסמאַן באַטאָנט. ”מיר ווילן זיי העלפֿן דורכברעכן דעם טאַבו.“