אַ קושװאָך אין טשערנאָװיץ (טייל 2)

A Honeymoon in Czernowitz (Part 2)


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published October 27, 2013, issue of November 22, 2013.

װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… אין צװײ װאָכן אַרום האָט מען אונדז געשטעלט אַ חופּה און גלײַך נאָך דער חופּה זײַנען מיר, איך מיט פֿײגעלען, אָפּגעפֿאָרן קײן טשערנאָװיץ, אין דער שטאָט, װעלכע פֿון קינדװײַז אָן איז געװען מײַן מקום־מיקלט. נאָר איצט איז זי געװאָרן אַ שטאָט פֿון אונדזער קושװאָך, אַ שטאָט פֿון ליבע, אױף אַלע אונדזערע ליבע געזאָגט געװאָרן.

די ערשטע העלפֿט פֿון די זיבעציקער יאָרן איז געװען אַ שרעקלעכע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון דער ריזיקער רוסישער אימפּעריע. פֿון אײן זײַט, האָט די קאָמוניסטישע מאַכט כּאילו אױפֿגעהױבן אַ ביסל דעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟, און פֿון דער צװײטער זײַט האָט זי פֿאַרשטאַרקט די רדיפֿות אױף די דיסידענטן, אױף די ייִדן און אױף סתּם מענטשן, װעלכע זײַנען געשטאַנען אױפֿן װעג פֿון דעם אָדער אַנדערן אַמביציעזן קאָמוניסטישן פֿונקציאָנער. די סעלעקציע פֿון די קרבנות האָט דערמאָנען די סעלעקציע אין די קאַצעטן — יעדער פֿינפֿטער אָדער יעדער צענטער — לױטן באַפֿעל פֿון די פּאַרטײיִשע „פֿירשטן‟.

אױף אײנעם פֿון אַזעלכע מוסטער־פּראָצעסן האָב איך מיט מײַן פֿרױ פֿאַרברענגט אונדזער קושװאָך אין טשערנאָװיץ. דער געריכט איז געװען איבער אַ רעקטאָר פֿון אַ באַװוּסטן אוקראַיִנישן מעדיצינישן אינסטיטוט; אַגבֿ, אַ גױ, און אַ גרױסע גרופּע ייִדן פֿון פֿאַרשײדענע אוקראַיִנישע און בעסאַראַבער שטעט, װעלכע מ‘האָט באַשולדיקט אין געבן כאַבאַר דעם דאָזיקן רעקטאָר. צװישן די פֿאַרדעכטיקטע אין געבן כאַבאַר איז געװען אײנער פֿון מײַן פֿרױס קרובֿים און אױך דער לעגענדאַרער טשערנאָװיצער שמוגלער Puju (אױף רומעניש — אַן עופֿעלע).

צװײ פֿון די באַשולדיקטע ייִדן האָבן ניט געקענט רוסיש, נאָר ייִדיש און רומעניש, און דער ריכטער האָט באַשלאָסן, אַז „פּויִוס‟ זון, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם טשערנאָװיצער אוניװערסיטעט, װעט זײַן אַ טאָלמאַטש בײַם אױספֿאָרשן זײַן פֿאָטער און נאָך אײנעם אַ ייִד, װעלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו רעדן רוסיש.

דער דאָזיקער פּראָצעס האָט אַנטדעקט אַ פּאָר זײער װיכטיקע פֿאַקטן, װעגן װעלכע מע האָט געװוּסט, נאָר קײן מאָל ניט גערעדט בקולי־קולות. דער אָרעמער רעקטאָר האָט געמאָלדן, אַז ער האָט באַקומען אַ מינדלעכן באַפֿעל (װאָס האָט געהאַט אַ כּוח פֿון אַ געזעץ) פֿון די קאָמוניסטישע פֿונקציאָנערן, אַז ער מעג אָננעמען אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט ניט מער װי פֿינף ייִדן אַ יאָר.

אײנע פֿון די עדות איז געװען זײער אַן אינטעליגענטע אַלטיטשקע ייִדענע, די שװעסטער פֿונעם באַװוּסטן ישׂראלדיקן קאָמוניסטישן טוער מיקוניס, אָבער די אַלטיטשקע האָט געטראָגן אַן אַנדערן פֿאַמיליע־נאָמען און דער ריכטער האָט נאָר געזוכט אַ מעגלעכקײט צו פֿאַרבינדן דעם קרימינעלן פּראָצעס מיט עפּעס אַ סודותדיקן פּלאַן פֿון די „פּאָדלע‟ ציוניסטן. מיט אײן װאָרט, יעדן טאָג איז געװען אי צו זינגען, אי צו טאַנצן, ממש אַ קאָנצערט.

Puju איז געזעסן אױף דער באַשולדיקונג־באַנק, הױך געשמועסט מיט זײַנע באַקאַנטע אינעם געריכט־זאַל און חוזק געמאַכט פֿון די „בכּבֿודיקע‟ ריכטער, באַזונדערס פֿון דער יונגער שײנער סעקרעטאַרשע. „יאַנקל, — האָט ער זיך געװאָנדן צו זײַן זון, — יאַנקל, אָט דאָס־אָ מײדל, די ׳סעקרעטוטקע׳, ס’קען זײַן, אַז זי איז דײַן האַלבע שװעסטער. זעסט, זי איז ממש פּאָכאָזשע1 אױף מיר. איך האָב זײער גוט געקענט איר מאַמע, די זונה. איך װיל דיך װאָרענען, אַז דו זאָלסט מיט איר ניט אָנהײבן…‟

דער צװײטער ייִד, װעלכער האָט ניט געקענט רוסיש, איז דערװײַל געװען אַן עדות און געזעסן אינעם זאַל, און װען דער ריכטער האָט אָנגעהױבן אים אױספֿאָרשן, איז אינעם זאַל געװאָרן אַזאַ טומל, אַז דער ריכטער האָט געמוזט איבערטראָגן די זיצונג אױף מאָרגן. „אײַער נאָמען און פֿאַמיליע נאָמען?‟ — „אַזױ און אַזױ.‟ — „װוּ װױנט איר?‟ — „דאָרטן און דאָרטן.‟ — „אײַער סאָציאַלע אָפּשטאַמונג?‟ — „אַ ייִד!‟ ס’איז שװער איבערצוגעבן מיט װערטער די שׂימחה, װעלכע האָט זיך אָנגעהױבן אינעם פֿולגעפּאַקטן זאַל. דער ריכטער, נאָר װי אַ פּאָפּוגײַ, האָט געהאַלטן אין אײן פֿרעגן דעם איבערגעשראָקענעם ייִד. „אײַער סאָציאַלע אָפּשטאַמונג? פֿון די אַרבעטער, פֿון די פּױערים צי פֿון די אינטעליגענטן?‟ — „װאָס מיר אַ פּױער און װער מיר אַן אַרבעטער? איך שװער זיך בײַ הער גאָט, אַז כ’בין אַ פֿרומער ייִד און איך שטאַם פֿון די גרױסע װיזשניצער רבנים!‟

דער מלוכה־פּראָקוראָר האָט געבױט זײַנע באַשולדיקונגען אױף די עדות פֿון אײנעם אַ ייִד אַ שװינדלער, װעלכער האָט זיך געשװױרן, אַז ער מיט זײַנע אײגענע הענט האָט איבערגעגעבן דעם רעקטאָראָר די װערטפֿולע זאַכן, דהײַנו: צװײ װינטער־היטלען פֿון סױבל־פֿוטער, מיט װעלכע אַ פּאָר ייִדן האָבן באַצאָלט דעם רעקטאָר, ער זאָל אַרײַננעמען זײערע קינדער צו לערנען זיך אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט. דער ריכטער בעט דעם פּראָקוראָר פֿאָרצושטעלן די זאַך־באַװײַזן. מע טראָגט אינעם זאַל אַרײַן אַ גרױסע קאַרטאָן־פּושקע און מע עפֿנט זי אױף, און מע נעמט פֿון איר אַרױס… צװײ פּרעכטיקע חסידישע שטרײַמלעך. און װיפֿל האָט זיך דער רעקטאָר ניט געשװױרן, אַז ער איז אַ גױ און די גאַנצע װעלט װאָלט אים אױסגעלאַכט, װען ער װאָלט אָנגעטאָן אױף זיך אַזאַ, איך ציטיר: „זשידאָװסקע פּאַפּאַכע‟, — ס’האָט אים גאָרניט געהאָלפֿן און ער האָט באַקומען זײַנע „פֿאַרפּלאַנירטע‟ זיבן יאָר מיט אַ פֿולער קאָנפֿיסקאַציע.

דער לעצטער אין דער רשימה איז געװען דער „מעקלער‟ פּויִו. זײַן זון האָט אים איבערגעזעצט דעם אורטײל: „טאַטע, האָסט באַקומען דרײַ יאָר מקום.‟ — „דאָס איז אַלץ? זאָג דעם קנאַקער, דעם סמאַרקאַטש, אַז װיפֿל ס‘װעט די ‘סאָװעטסקע װלאַסט’2 מיר ניט געבן, װעל איך איר סײַ װי שולדיק בלײַבן!‟

אַך, די קושװאָך, אַפֿילו אַזאַ טרױעריק־פֿרײלעכע, װי מיר האָבן געהאַט אין טשערנאָװיץ, דױערט דאָך נאָר אײן װאָך, אָבער פֿון טשערנאָװיץ זײַנען מיר אַהײם געקומען מיט אַ גוטער בשׂורה — מײַן פֿײגעלע איז, אין אַ גוטער שעה, טראָגעװדיק. טשערנאָװיץ איז באמת אַ פּרעכטיקע שטאָט!


1) פּאָכאָזשע — ענלעך
2) סאָװעטסקע װלאַסט (רוס.) — סאָוועטישע מאַכט